בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ז תמוז תשפ"ו7/12/2026

באריכט
זונטאג דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:00.
- בעל תפילה: הב' ישכר בעריש בן הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט''א (קר''י).

נאכן דאווענען זענען די פילע געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען, דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבערן הייליגן ישמח משה זיע''א.

אויפן וועג צו מנחה האבן אפגעווארט און שלום גענומען תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט''א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט''א.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00, בעל תפילה: הב' יוסף ב''ר משה סימאן הי''ו (קר''י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
פארן לערנען האט דער רבי געצינדן א נשמה לעכט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה"ק בעל ישמח משה זיע''א. ביים זמן ר"ת ארום 9:40 האט מען געדאווענט מעריב. דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.

נאך מעריב ארום 10:00 אזייגער האט זיך דער רבי געוואשן צו די סעודת הילולא און מעריך געווען שלחנו הטהור אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד'. פאר די פיש האט הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א געמאכט א סיום אויף מסכת שבת, און געזאגט קדיש, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו'.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק במשנתו פונעם בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז פונעם חורבן ביהמ"ק זעט מען אז נאר וויבאלד עס איז שוין געווען א קדושה פונעם ערשטן און צווייטן ביהמ"ק נאר אזוי וועט קענען אראפקומען די ביהמ"ק השלישי בנוי ומשוכלל, פון דעם דארף יעדע איד נעמען חיזוק אז אפילו ער האט ח"ו געזינדיגט אבער דאך איז דא אין אים א רישומא דקדושה פון די מצוות וואס ער האט געטוהן און דורכדעם האט ער נאך א תקומה און ער קען נאך תשובה טוהן, און מסיים געווען מיט דברי חיזוק וברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגונים און דערביי האט הרה''ג ר' ארי' דוב שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון די תלמידי הישיבה.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, נאכן בענטשן האט דער רבי פארטיילט כוס של ברכה פאר אלע בחורים. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 484