מאנטאג תרומה - יומדהל"ק פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
באשמורת הבוקר ארום 6:00 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה און דערנאך צוריק אריין בביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.
ארום 7:10 איז דער רבי ארויף צופיס צום בית החיים בעיר האבות סיגוט, פוקד צו זיין די ציונים הקדושים פון אבותיו רבותינו הק' העצי התמרים זיע''א, ביומא דהילולא קדישא פון זקינו הגה''ק הקדושת יו''ט זיע''א, אינאיינעם מיט די הונדערטער אנ''ש איינצורייסן למען הכלל והפרט להפקד בדבר ישועה ורחמים.
ביים אנקומען אינעם בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכת מחיה המתים, דער רבי איז אריין אינעם אוהל הק' באימה וביראה וברגש קודש און געצינדן פינף ליכט מיט א נשמה לעכט ביי יעדע פון די ציונים פון מרן רבותינו הק' הייטב לב, הקדושת יו"ט, העצי חיים זיע''א, און אויך ביים ציון פון הגה"ק רבי משה יוסף ז"ל אבד"ק אוהעל.
דער רבי איז צוריק צום ציון פונעם קדושת יו''ט און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און נאך עטליכע מינוטן האט דער רבי אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך המקובל פון הגה''ק הישמח משה זיע''א מיט בכיות עצומות, און דערנאך פארגעזאגט די קאפיטלעך תהילים פון ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז כנהוג, און געזאגט די יהי רצון מיט בכיות א לאנגע צייט, און דער רבי האט געזאגט קדיש, און דערנאך געלערנט די משניות און געזאגט קדיש דרבנן.
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת וואס מען זינגט מערערע ניגונים מבית מדרשו פון רבותיה"ק זיע''א, דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פארן גאנצן ציבור צו איבערגעבן קוויטלעך פאר רבינו שליט''א וואס דער רבי האט געליינט און דערנאך אראפגעלייגט ביים ציון הק', און דערנאך האט דער רבי זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' א לאנגע צייט.
דאן איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון פונעם ייטב לב זיע''א אראפגעלייגט קוויטלעך און זיך משתטח געווען אויפן ציון הק', און דערנאך ביים ציון פונעם עצי חיים זיע''א.
ארום 8:40 האט דער רבי פארלאזט דעם אהל הק' האבנדיג געפועלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און צוריק שפאצירט צום שוהל הויף.
ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית מעוטף מיט טו"ת, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית לרגל די הילולא קדישא.
- פתיחה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן).
- בעל קורא: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו (קר"י).
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרב אשר ישעי' הורוויץ הי"ו.
- שלישי: רבינו שליט''א.
- הגבה: הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו (קר"י).
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז א דיבור פון א צדיק גייט נישט לריק און פארציילט א מעשה פונעם בעל הילולא וועלכע האט געזאגט אז זיינס א ברכה גייט נישט לאיבוד, אויב נישט תיכף דאן שפעטער, דער רבי האט אויסגעפירט אז דער בעל הילולא בענטשט אלע אידן וואס זענען געקומען אויף זיין ציון און עס איז זיכער אז יעדער האט געפועלט אלעס גוטס, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 1:30 האט דער רבי פארלאזט דעם שוהל הויף אויפן וועג צום באניע לופטפעלד, ווי ארום 3:15 האט זיך דער רבינ'ס פליגער געהויבן ממשיך זיין די נסיעה אויפן וועג קיין מאנטשעסטער לפאר בראש פונעם חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש "היכל לב אהרן".
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מסע קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קיין עיר האבות סיגוט יע"א לרגל די הילולא קדישא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע"א, און דערנאך קיין מאנטשעסטער לפאר בראש מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן
