בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ח שבט תשפ"ו2/15/2026

באריכט
מוצש''ק משפטים, זונטאג, מאנטאג תרומה - עיר האבות סיגוט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

מוצש''ק ארום 11:00 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום טיטער-בארא עירפארט פון ווי דער רבי אין באגלייטונג פון געציילטע מקורבים ופרנסי הקהלה האבן זיך געהויבן ארום 12:40 מיט א פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין באניע רומעניע.

אויפן פליגער האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין זיינע קביעות'דיגע שיעורים א לענגערע צייט.

ארום 5:00 פארטאגס ניו יארקע זייגער האט זיך דער רבי געשטעלט דאווענען שחרית אויפן פריוואטע פליגער. בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).

ארום 3:30 נאכמיטאג (8:30 אינדערפרי ניו יארקער צייט) האט די פליגער געלאנדעט אינעם באניע לופטפעלד.
נאך מסדר זיין די פארמאליטעטן האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג פון ארום איינס אהאלב שעה קיין עיר האבות סיגוט יע"א.

ארום 6:00 איז דער רבי אנגעקומען בעיר האבות סיגוט ווי דער רבי איז תיכף צוגעפארן צום ביהמ"ד עצי התמרים אינעם היסטארישן שוהל הויף, דער רבי האט זיך באגריסט מיטן אנוועזנדן ציבור, און נאך א קורצע צייט געגאנגען אין מקוה.

נאך די מקוה האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל משה ארי' אינעם שוהל הויף, בעל תפילה: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מנהל ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג'.
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען, צווישן אנדערע זענען אריבער פילע אנ''ש פון ארה"ק און אייראפע וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די הילולא קדישא בצל הקודש פון רבינו שליט"א.

ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל משה ארי'. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.

נאך מעריב איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום שלחן הטהור וסעודת הילולא אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ג' און פילע אנ''ש.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות וואס מען פלעגט זינגען ביי רבותינו הק' זיע''א.

ביים אמירת לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו', און נאך די פלייש דערציילט סיפורי קודש, און ארומגערעדט איבער די היסטאריע און די השתלשלות פון די רבנים אין שטאט סיגוט אנגעהויבן ביי זקינו הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א און דערנאך ביי מרן הגה''ק בעל ייטב לב זיע''א און דערנאך ביי מרן הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א ואחריו הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, און דערביי ארויסגעברענגט די כח הנהגה ורבנות פונעם בעל הילולא זיע''א.
דער רבי האט ממשיך געווען בקול רגש און געזאגט אז מען גרייט זיך ארויפצוגיין פוקד זיין די ציון הק' וכשם שבא לראות כך בא ליראות... מען קוקט זיך אן און עס כאפט אן א בושה ווער בין איך ארויפצוגיין צום זיידנס ציון, אבער אז מען גייט ארויף אינאיינעם מיט די בחורים טרייסט מען זיך אז אין דעם זכות וואס מען איז ממשיך דעם דרך פונעם בעל הילולא אויפצושטעלן חסידישע בחורים אין דעם זכות קען מען ארויפגיין צום ציון הק' און אויספועלן אלעס גוטס.

מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז די דיבורים און תפילות פון א צדיק לאזט א השפעה לדורות עולם פאר ווער עס גייט אין זייערע דרכים, און דער בעל הילולא איז זיכער משפיע כל טוב פאר אלע וואס זענען געקומען צופארן פוקד זיין דעם ציון הק' און פאר גאנץ כלל ישראל. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 10:45 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 391