בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ט שבט תשפ"ו2/16/2026

באריכט
מאנטאג, דינסטאג תרומה - ביקור קודש בעיר מאנטשעסטער 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

די פליגער האט געלאנדעט ארום 4:15 אינעם מאנטשעסטער עירפארט ווי עס האבן אפגעווארט נכבדי אנ''ש הרבנים הגאונים שליט"א והנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק', אין שפיץ פון הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א, דער ציבור איז אריבער שלום נעמען און דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן אין שטאט א וועג פון ארום 40 מינוט אין די קאר פונעם בונה ההיכל הרבני הנכבד מוה"ר חיים יוסףס גרינפעלד הי"ו מראה"ק צו די אכסניא אין שטוב פון הגה"ח ר' לייבל טויבער שליט"א.
נאך א קורצע צייט האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא.

ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה פון מוסדותינו הק', און נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דב"ק בדרוש ואגדה און דברי הדרכה פאר די בחורים ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט פילע פרטים וואס עס פארלאנגט זיך פון א סאטמארע בחור בעניני תפילה, לימוד התורה, חסידות, טעכנעלאגישע כלים, און די גאנצע התנהגות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פארן מנהל הישיבה הר"ר יואל קעללנער שליט"א, פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע תלמידי הישיבה.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א גארטל פאר אלע בחורים.

ארום 8:00 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגער שמועס בדברי תורה והלכה, דער רב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מהורדענקא שליט"א בבית מדרשו, עס איז אויך אנוועזנד געווען ח"א הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' אנטווערפען. און נכדו הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א מדייני קהלתינו מאנטשעסטער.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית סיגוט און האדמו"ר מהורדענקא שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו אור יצחק, מען האט אריינגעברענגט מזונות און קוגל און מען האט געזינגען ניגוני ראש חודש, האדמו"ר מהורדענקא האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען ברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו הגדול אויף א באזוך אינעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן.
דער רבי איז ארום אינעם גאנצן היכל און דערביי געהערט א באריכט פון הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי''ו מראה''ק ובונה היכל המפואר לב אהרן, דער רבי האט שטארק באוואונדערט די שווערע כוחות וואס מען האט אריינגעלייגט צוצושטעלן אלע פרטים אויפן שענסטן אופן כראוי לכבוד התורה ולתועלת פאר די לומדי ההיכל.

ביים ארויסקומען פונעם היכל האט אפגעווארט און שלום גענומען הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א וועלכע איז אריבערגעקומען אינאיינעם מיט פילע אנ''ש תושבי לאנדאן צום מעמד חנוכת הבית וקבלת פנים.

ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן, אינאיינעם מיטן שלחן הטהור לכבוד ראש חודש אין די גיגאנטישע בית יעקב זאלן אין שטאט, במקהלות אלפי אנ''ש פון אייראפע, און פילע רבני ודייני עיר מאנטשעסטער.
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, און געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און זיך דערנאך געוואשן צו די סעודה, מען האט מאריך געווען מיט ניגוני תורה לכבוד המאורע.
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן וועלכע האט געפענט די מעמד מיט פאסיגע דיבורים און אויפגערופן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א בשם קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער בפרט און בשם אלע אנ''ש פון אייראפע.

ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן פאר די אנוועזנדע רבנים און פארן גאנצן ציבור ובמיוחד פאר די בוני ההיכל הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו, וחתנו האברך ר' שמואל בענעדיקט הי"ו.

דערנאך האט דער יושב ראש אויפגערופן הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק' לאנדאן ומגדולי נדבני ההיכל זאל אויפטרעטן לכבוד המעמד און דערנאך אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א, און דערנאך ארויפגערופן די איבריגע שותפים נכבדים פטרוני שם ההיכל אז זיי זאלן קומען אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א, ה"ה הרבני הנגיד ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו, הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו, האברך ר' שמואל בענעדיגט הי"ו, הרה"ח ר' יואל ישראל לעוו הי"ו, הרבני הנגיד ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו, און צום לעצט הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו - בונה ההיכל, און דער רבי האט אים געגעבן א מתנה א זילבערנע האניג האלטער.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו מראשי חברי הנהלת ההיכל בארה"ב.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק והדרכה, דער רבי האט אנגעהויבן בכבוד אכסניא פון די שטאט מאנטשעסטער מיט אירע חשובע רבנים, בעלי בתים, אברכים, און קהלתינו הק' בפרט, און ממשיך געווען בדברי דרוש ואגדה מיט עטליכע בחינות און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה וואס אין דעם זכות איז געווען די נס פורים און געזאגט אז איינער וואס איז עוסק בתורה טוישט עס די גאנצע מענטש, זיין דאווענען איז אנדערש, און זיין גאנצע התנהגות איז אנדערש, און ארויסגעברענגט די שמחה פונעם מעמד ווי מען באנייט א היכל התורה ספעציעל אויף צום לערנען, עס איז טאקע געבויעט געווארן פאר חברי קהלתינו הק' אבער עס איז געמאכט פאר אלע תושבי העיר, יעדער וואס זיכט א רואיגע פלאץ צו לערנען ערב ובוקר וצהרים איז געלאדענט צו מרבה זיין לומדי תורה, אונז האמיר דאס שוין אויף אנדערע מקומות און עס האט געוויזן אז ישראל קדושים הם און עס איז מרבה לומדי תורה און דאס טוישט יעדעמס התנהגות, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע נגידי קהלתינו הק' וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן אזויפיל געלטער צו מקיים זיין ועשי לי מקדש ושכנתי בתוכם, און אזוי אויך די חשוב'ע עסקני ההיכל ישלם ה' פעלם וצדקתם עומדת לעד, און מסיים געווען בשבח פון קהלתינו הק' און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:40 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️