בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ט ניסן תשפ"ה4/17/2025

באריכט
ימים הראשונים של יו''ט פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן ר"ת אום 8:47 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מערבית מלובש מיט א טלית שאולה. בעל תפילה: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל בהתלהבות אש, נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן 'א גוט יו''ט' פארן גאנצן ציבור און איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש. מען האט געענדיגט ארום 9:45.
בביתו נאוה קודש איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.

פארן סדר האט רבינו שליט''א מסדר געווען די מצות, און פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך.

ארום 10:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש צום הייליגן סדר נאכט, מעוטף בטליתו אויפן קיטל, און מיט א זילבערנעם קאפל, כשתילי זיתים סביב לשלחנו די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די סדרים בליל התקדש חג הפסח, כשהמלך במסיבו, די טישן זענען געווען מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה מיט אסאך כוחות און זעלטענעם געניטשאפט, אז יעדער אין אלע ווינקלן זאלן קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א דביקות ושמחה של מצוה.

דער רבי האט מסדר געווען די קערה, און פארגעזאגט 'קדש' און אזוי אלע סימנים בקול נעים אויפן נוסח המקובל פון רבותינו הק' זיע''א.

במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 14 מאל דברי תורה, פאר קדש, נאכן כוס ראשון, כרפס, הא לחמא עניא, השתא הכא, כל המרבה לספר ביציאת מצרים, כל ימי חייך להביא לימות המשיח, כנגד ארבעה בנים דברה תורה, ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, ושאינו יודע לשאול, והגדת לבנך, והיא שעמדה, ויענונו, רבי עקיבא אומר.

במשך דעם סדר האבן די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, געזאגט די סימנים אויף אידיש.

דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות אש קודש, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
נאך קידוש האט דער רבי געווינקן אז יעדער זאל מאכן קידוש.

תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם הנני מוכן פאר מצוות סיפור יציאת מצרים באש קודש, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט דעם סדר ההגדה ברגש ובנעימה.

פאר מה נשתנה האט דער רבי צוזאמגעקלאפט די הענט כף על כף כמנהג אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ע"פ מנהג בעלזא.
ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א אויף אידיש, און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען, ביי די מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און תיכף געהייסן ארויס טראגן.

נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה ברגש קודש און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות.
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און תיכף געהייסן אריינברענגן דעם אפיקומן און דאס געגעסן פאר חצות, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן כנהוג, דורך נכד רבינו הב' ישכר בעריש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען דעם גאנצן סעודת יו''ט פאר אלע מסובין, און דער רבי האט דערווייל מעיין געווען אין פארשידענע הגדות.

דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס כנהוג.
מען האט אנגעגאסן דעם כוס של אליהו, געעפענט דעם טיר, נאך די תפילה פון שפוך חמתך וואס האט זיך פארצויגן פאר עטליכע מינוט בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען האט אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין כנהוג, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות ונגוני יו''ט. מען האט געענדיגט ארום 3:25, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א דביקות ברגש קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️