בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ט ניסן תשפ"ה4/17/2025

באריכט
יום א' דפסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפלת שחרית ארום 10:55. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו תפילת שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט נכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און דערנאך צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעורורות.

הוצאה והכנסה: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג) און הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א מו"ץ. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א מו"ץ.

עליות:
- כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע העשיל הכהן גלאנץ הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
- רביעי: בעל ברית ר' שלמה אהרן סופר הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
- גלילה: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- מפטיר: הבה"ח אלי' יואל ב"ר יצחק אייזיק יעקב גאלדשטיין הי"ו (וומסב''ג).
- הגבה: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- גלילה: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.

נאך עטליכע מינוט הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנעם קאפל און צוגעגאנגען צו מוסף און טל בענטשן בהתעוררות.

פתיחת הארון צו טל: הרה"ח ר' יואל ב"ר מרדכי מיטטעלמאן הי"ו. צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם יעקב גאנץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אהרן סופר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, און דער רבי האט מכבד געווען די מנגנים צו זינגען די פיוט 'ברך דודי'.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'מקרא קודש זכר ליציאת מצרים' און געטייטשט אז בזכות פון מצה איז הקב''ה קונה כלל ישראל מיט קנין משיכה און מען דארף נישט צוקומען צו הכישה במקל.

ברכת המזון: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 4:30.

נאכמיטאג ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:25. מנחה: הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א. נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י לטובת דעם יערליכן אפיעל פון כולל שומרי החומות.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 542