מאנטאג פרשת מקץ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל וועלץ הי"ו אדמינסטראטער מוסדותינו הק' וומסב"ג.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 3:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אראפ אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. צו די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה, און עס זענען געלאדענט געווארן די בעלי מנגנים פון קהלתינו הק' פון קר"י און וומסב''ג וועלכע פירן אן מיט די ניגונים ביי די מעמדים און מאורעות בצל הקודש, און די בעלי מנגנים וועלכע זינגען אין די קאפעליע ימים נוראים און חנוכה, און די בחורים מזמרים וועלכע פירן אן מיט די ניגונים ביי די סעודת ליל שב"ק מידי שבוע בשבוע.
במשך די סעודה זענען הערליך געזינגען געווארן פילע שירות ותשבחות חדשים וישנים דורך די בעלי מנגנים.
פארן זמן האט מען געבענטשט, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, ברכות ראשונות: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, ברכה אחריתא: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א.
דערנאך האט ממשיך געווען מיט נגינה און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון שמחה של מצוה און בשבח פון די בעלי מנגנים וועלכע ברענגען אריין א שמחה של מצוה אין אנדערע אידן, און ממשיך געווען איבער די עבודת הנגינה ביי רבותיה"ק זיע''א לבית סיגוט און צאנז, און פארציילט עטליכע סיפורים איבער די חשיבות פון ערליכע נגינה, און געזאגט הדרכה איבער דעם פליכט וואס ליגט אויף די בעלי מנגנים זיכער צו מאכן צו זינגען נאר ערליכע ניגונים וויבאלד א ניגון איז מקשר צום מחבר הניגון און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן. מען האט געענדיגט ארום 6:30.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' יקותיאל יודא מאלח הי"ו - הרה"ח ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו.
- הר''ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א ' הר"ר חנני' גאלדבערגער שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
