בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ג כסלו תשפ"ה12/24/2024

באריכט
דינסטאג פרשת מקץ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר קלמן אליעזר בהר"ר אברהם עקשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' שלמה יוסף באש הי"ו האט אפגעקויפט א כתה אינעם בנין הת"ת החדש במוסדות קרית יואל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן ובני משפחתו.

אזוי אויך איז פארגעקומען אן אסיפה מיט די רבני וסופרי לשכת ההוראה לעניני סת"ם שע"י קהלתינו הק' אין וומסב"ג אין שפיץ פון הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ויו"ר לעניני סת"ם, הגה"צ ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי, ויו"ר וועד הכשרות קרית יואל, הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, און הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך, אינאיינעם מיט די פרישע העכער 20 סופרים וועלכע האבן זיך געלערענט אינעם לשכות הוראה לעניני סופרות אין וומסב''ג, מען האט אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פארשידענע לעזונגען בנוגע די מכשולות פון די פסול'ע מזוזות, צווישן אנדערע איבער די שטארקע דורכברוך איבער ספעציעלע סופרים וואס די לשכת הסת"ם האט אויפגענומען נאר אויף צו שרייבן מזוזות וואס ווערט פארקויפט דורך די לשכת הסת"ם, דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה וחיזוק פאר די סופרים, און די אלע פרישע סופרים זענען אריבער און דער רבי האט באטראכט יעדעמס כתב באזונדער און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז געווען א קורצע אסיפה מיטן וועד החינוך פון בית רחל דמוסדותינו הק' אין וומסב"ג איבער דעם נייעם סדר מלבושי צניעות וואס וועט ווערן איינגעפירט צום נייעם שנת הלימודים הבעל"ט

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️