זונטאג פרשת מקץ - כ"א כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג ארום 4:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 5:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה צום מעמד ההודאה כ''א כסלו אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, ביים אנקומען איז דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ א לענגערע צייט אויף חסדי ה' און נאך ניגוני הודאה, דערנאך האט דער אורח הכבוד הרה''ג ר' אלחנן זאב יוסף פריעדמאן שליט"א ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און מען האט געזינגען נאך ניגוני הודאה.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מנהלים און אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'וישב יעקב בארץ מגורי אביו' און געטייטשט בדרך דרוש אז יוסף הצדיק האט משפיע געווען א דרך הצלה פאר אלע צדיקים במשך הדורות וביניהם רביה"ק בעל הנס זיע''א, און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די קשר וואס רביה"ק זיע''א צו די תלמידי הישיבה, און וואס דאס פארלאנגט צו גיין אין זיינע דרכים, און דער רבי האט אויסגעשמועסט באריכות הדרכה צו גיין און זיינע וועגן, און עקסטער ארומגערעדט יעדע בחור זאל האלטן פאר די אויגן ווען מען האט חתונה זיכער מאכן אז מען מאכט נישט זיין טאטע אויסגעבן איבריגע געלטער פאר די הוצאות החתונה און אלע ענינים ובפרט בנוגע שטריימלעך, און משבח געווען די תקנה גדולה וחשובה צו קויפן דעם בארימטע 'כתר שטריימל', און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 6:50.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרבני הנגיד ר' משה יצחק לאנדא הי"ו בונה ומיקם ביהמ"ד החדש ברך משה דקהילתינו הק' בשכונת טווין אין מאנסי אינאיינעם מיט די אנדערע חברי וועד קרן הבנין פונעם ביהמ"ד, דער נדבן ר' משה יצחק הי"ו האט געצייגט פארן רבי'ן די פערמיטן וואס מען האט ערהאלטן, און איבערגעגאנגען די ווייטערדיגע פלענער פון די בוי ארבעט און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' הערשל זאבעל הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברש"י ליבערמאן הי"ו.
- הרה"ח ר' מאיר דוד היילברוין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברא"י לאנדא הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
נאך מעריב ארום 11:50 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב הביהמ"ד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דערנאך האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן. מען האט געענדיגט ארום 12:15, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
