בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

קהילות הקודש

← ווייזט אלעס

פרייטאגי' סיון תשפ"א5/21/2021

מודעה
מזמור לתודה

קהל יטב לב דסאטמאר לעיקוואד מיט ברכת התודה פאר העסקן הגדול הרה"ח ר' שמעון יאקאבוויטש הי"ו וועלעכע האט זיך איבערגעגעבן במסי"נ למען הקמת בנין בית מדרשינו, בכליל תפארתו בהודו והדרו!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
יברך את בית ישרא"ל

קהלתינו הק' "קהל יטב לב דסאטמאר לעיקוואד" וואונטשט ברכת מזל טוב פארן ראה"ק ובריח התיכון של הביהמ"ד החדש הרבני הנגיד ר' ישראל וועלץ לרגל נשיאו בנו למז"ט.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
פתחו לי שערי צדק

דעי וואך שבת עפענט זיך די טויערן פון בית מדרשינו הגדול החדש והמפואר בקהלתינו הק' לעיקוואד לרגל די שמחת עלי' לתורה פון בן הרבני הנגיד ר' ישראל וועלץ ראה"ק דקהלתינו לעיקוואד בריח התיכון של הביהמ"ד החדש.

מזמור שיר חנוכת הבית

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ג אייר תשפ"א5/5/2021

ווידיאו
די לעצטע פאזעס ביי די בוי ארבעט ביי בית מדרשינו הגדול החדש והמפואר דקהלתינו הק' לעיקוואד וואס וועט בס"ד פארענדיגט ווערן פארן קומענדיגן יו"ט שבועות הבעל"ט.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

זונטאגכ' אייר תשפ"א5/2/2021

בילדער · 9
הרחבת גבולי הקדושה בקרב קהלתינו הק' לעיקוואד, די ווייטערדיגע פאזעס פון די בוי ארבעט צוצוענדיגן דעם בנין ביהמ"ד הגדול החדש והמפואר.

דינסטאגכ"ד ניסן תשפ"א4/6/2021

באריכט
כי תקדמנו ברכות טוב

און די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפצונעמען הגה"צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א אלס רב דבית מדרשינו הגדול החדש והמפואר בלעיקוואד.
וועט אויפגענומען ווערן ביים גרויסן מעמד 'חנוכת הבית' פארן ביהמ"ד און די קומענדיגע וואכן.

הגה"צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א איז א זון פון הגה"צ ר' נפתלי פנחס שליט"א דומ"ץ פשעווארסק לאנדאן, איידעם ביי הגה"צ ר' יחיאל וואגשאהל שליט"א אב"ד תפארת משה וויליאמסבורג -חתן הרה"ק מספינקא זי"ע

תשית לראשו עטרת פז

מאנטאגב' ניסן תשפ"א3/15/2021

באריכט
"צהלי ורוני יושבת לעיקוואד כי גדול בקרבך קדוש ישראל -באריכט פונעם באזיך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן אין לעיקוואד לטובת בית מדרשינו הגדול החדש והמפואר.

ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה

ארום 4:15 איז די רבי אנגעקומען אין לעיקוואד, ווי די רבי איז צוגעפארן צום שטוב פונעם בעל אכסניא הר"ר יעקב צבי ט"ב, פון דארט איז די רבי געפארן צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' שמואל בענדער וועלעכע האט מנדב געווען א שיינע סכום פארן ביהמ"ד הגדול והחדש,
מה מקוה מטהר: דערנאך איז פארגעקומען דעם גרויסן מעמד "יציקת הבורות" פארן מקוה אינעם נייעם ביהמ"ד ווי די רבי האט אריינגעגאסן דעם פאדערמענט, ביים מעמד האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מסוקלען לעיקוואד שליט"א ווי די רבי האט מכבד געווען צו גיסן פאדערמענט פארן מקוה און דערנאך מכבד געווען רבני עיר לעיקוואד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם ביהמ"ד בהשתתפות רבני עיר לעיקוואד און א ריזן ציבור אנ"ש, ביים מסיבת לחיים האט צום ערשט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א אב"ד ודומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד, און דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש און ארומגערעדט בגודל קדושת המקוה און געווינטשן ברכות קדשו, דערנאך האט די רבי געדאווענט מנחה בהיכל בית מדרשינו החדש.

ארום 7:00 איז די רבי אנגעקומען צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' סנדר מארקאוויטש נדבן המקוה, צום באנקעט וסעודה לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט די נגידים ותומכים, ביים באנקעט האבן אויפגעטרעטן יו"ר המעמד הר"ר יעקב הערש טייטלבוים, הרה"ח ר' יואל רייזמאן מראה"ק, און הרה"ח ר' יעקב יוסף שפיצער, וועלעכע האבן ארויסגעברענגט די חביבות פון אנ"ש תושבי לעיקוואד צום בית מדרשינו הגדול והחדש, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' משה פאנעט מדעעש לעיקוואד און הגה"צ אדמו"ר מספינקא לעיקוואד שליט"א און הגאון ר' מלכיאל קאטלער ראש ישיבה דלעיקוואד, דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש בדברי תורה און ארומגערעדט פון די חשיבות פון האבן א מקום תורה ותפלה און לענגערע דברי שבח פון די נדיבי בעם און די ראשי הקהלה ובפרט פונעם נדבן המקוה הרבני הנגיד ר' סנדר מארקאוויטש הי"ו נאך די דב"ק האט די רבי פארטיילט פאר די נדיבי בעם א "הגדה לב אהרן" און אריינגעשריבן בחתימת יד קדשו.

במשך די באנקעט האבן רייכע בעלי מנגנים משמיע געווען זמירות שירות ותשבחות צווישן זיי די בעל מנגן פון א"י הרב ישראל אדלער,
"ביים רייכע באנקעט איז געשאפן געווארן פאר די השלמת בנין הביהמ"ד הגדול החדש והמפואר די אסטרנאמישע סכום פון אריבער צוויי מיליאן דאללאר" גדול יהיה כבוד הבית הזה!!

נאכן באנקעט איז די רבי אריין אינעם ספרים שטוב פון הנגיד ר' סנדר ווי סאיז פארגעקומען די חתימת שטרות פון הרבני הנגיד ר' סנדר -נדבן המקוה און הרבני הנגיד ר' יחזקאל לידער וועלעכע האט אפגעקויפט די זכות שם חדר שני, און הרבני הנגיד ר' אליהו קליין וועלעכע האט אפגעקויפט די זכות שם נר למאר אינעם גאנצן ביהמ"ד, דערנאך האט די רבי געדאווענט מעריב און זיך אומגעקיקט אויפן מקוה אינעם שטוב פון הנגיד ר' סנדר.

דערנאך האט די רבי אפגעשטאט א באזוך ביי הגה"צ ר' משה פאנעט שליט"א מדעעש לעיקוואד ווי עס האט זיך באטייליגט הגה"צ רב ודומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד שליט"א, און דערנאך אפגעשטאט א באזוך ביי הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבה דלעיקוואד, ווי עס האט זיך פארצויגן שיינע שמוסן, פון דארט האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צוריק למעון קדשו בקרית יואל.

"בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה"

מקוה ישראל מושיעו בעת צרה


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגא' ניסן תשפ"א3/14/2021

נייעס
מה מקוה מטהר: היינט קומט פאר די מעמד "יציקת הבורות" פאר די מקוה בבית מדרשינו הגדול החדש והמפואר בלעיקוואד בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און דערנאך די רייכע באנקעט וסעודה לכבוד ר"ח פאר די נגידי בעם אין שפיץ פונעם רבין בבית הרבני הגיד ר' סנדר מארקאוויטש נדבן המקוה המפוארה,

ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה

מאנטאגג' אדר תשפ"א2/15/2021

נייעס
קהלתינו הק' לעיקוואד

מיטוואךז' שבט תשפ"א1/20/2021

בילדער · 6
די שנעלער גאלאפ בס"ד ביי די ארבעט פון בנין בית מדרשינו הגדול והחדש אין לעיקוואד

דאנערשטאגכ"ג טבת תשפ"א1/7/2021

זונטאגל' תשרי תשפ"א10/18/2020

בילדער · 4
די בוי ארבעט ביי בית מדרשינו הגדול והחדש אין לעיקוואד
ווייזט עלטערע נייעס