בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגב' ניסן תשפ"א3/15/2021

באריכט
"צהלי ורוני יושבת לעיקוואד כי גדול בקרבך קדוש ישראל -באריכט פונעם באזיך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן אין לעיקוואד לטובת בית מדרשינו הגדול החדש והמפואר.

ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה

ארום 4:15 איז די רבי אנגעקומען אין לעיקוואד, ווי די רבי איז צוגעפארן צום שטוב פונעם בעל אכסניא הר"ר יעקב צבי ט"ב, פון דארט איז די רבי געפארן צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' שמואל בענדער וועלעכע האט מנדב געווען א שיינע סכום פארן ביהמ"ד הגדול והחדש,
מה מקוה מטהר: דערנאך איז פארגעקומען דעם גרויסן מעמד "יציקת הבורות" פארן מקוה אינעם נייעם ביהמ"ד ווי די רבי האט אריינגעגאסן דעם פאדערמענט, ביים מעמד האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מסוקלען לעיקוואד שליט"א ווי די רבי האט מכבד געווען צו גיסן פאדערמענט פארן מקוה און דערנאך מכבד געווען רבני עיר לעיקוואד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם ביהמ"ד בהשתתפות רבני עיר לעיקוואד און א ריזן ציבור אנ"ש, ביים מסיבת לחיים האט צום ערשט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א אב"ד ודומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד, און דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש און ארומגערעדט בגודל קדושת המקוה און געווינטשן ברכות קדשו, דערנאך האט די רבי געדאווענט מנחה בהיכל בית מדרשינו החדש.

ארום 7:00 איז די רבי אנגעקומען צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' סנדר מארקאוויטש נדבן המקוה, צום באנקעט וסעודה לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט די נגידים ותומכים, ביים באנקעט האבן אויפגעטרעטן יו"ר המעמד הר"ר יעקב הערש טייטלבוים, הרה"ח ר' יואל רייזמאן מראה"ק, און הרה"ח ר' יעקב יוסף שפיצער, וועלעכע האבן ארויסגעברענגט די חביבות פון אנ"ש תושבי לעיקוואד צום בית מדרשינו הגדול והחדש, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' משה פאנעט מדעעש לעיקוואד און הגה"צ אדמו"ר מספינקא לעיקוואד שליט"א און הגאון ר' מלכיאל קאטלער ראש ישיבה דלעיקוואד, דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש בדברי תורה און ארומגערעדט פון די חשיבות פון האבן א מקום תורה ותפלה און לענגערע דברי שבח פון די נדיבי בעם און די ראשי הקהלה ובפרט פונעם נדבן המקוה הרבני הנגיד ר' סנדר מארקאוויטש הי"ו נאך די דב"ק האט די רבי פארטיילט פאר די נדיבי בעם א "הגדה לב אהרן" און אריינגעשריבן בחתימת יד קדשו.

במשך די באנקעט האבן רייכע בעלי מנגנים משמיע געווען זמירות שירות ותשבחות צווישן זיי די בעל מנגן פון א"י הרב ישראל אדלער,
"ביים רייכע באנקעט איז געשאפן געווארן פאר די השלמת בנין הביהמ"ד הגדול החדש והמפואר די אסטרנאמישע סכום פון אריבער צוויי מיליאן דאללאר" גדול יהיה כבוד הבית הזה!!

נאכן באנקעט איז די רבי אריין אינעם ספרים שטוב פון הנגיד ר' סנדר ווי סאיז פארגעקומען די חתימת שטרות פון הרבני הנגיד ר' סנדר -נדבן המקוה און הרבני הנגיד ר' יחזקאל לידער וועלעכע האט אפגעקויפט די זכות שם חדר שני, און הרבני הנגיד ר' אליהו קליין וועלעכע האט אפגעקויפט די זכות שם נר למאר אינעם גאנצן ביהמ"ד, דערנאך האט די רבי געדאווענט מעריב און זיך אומגעקיקט אויפן מקוה אינעם שטוב פון הנגיד ר' סנדר.

דערנאך האט די רבי אפגעשטאט א באזוך ביי הגה"צ ר' משה פאנעט שליט"א מדעעש לעיקוואד ווי עס האט זיך באטייליגט הגה"צ רב ודומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד שליט"א, און דערנאך אפגעשטאט א באזוך ביי הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבה דלעיקוואד, ווי עס האט זיך פארצויגן שיינע שמוסן, פון דארט האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צוריק למעון קדשו בקרית יואל.

"בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה"

מקוה ישראל מושיעו בעת צרה


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️