קורצע מסע הקודש לאתרא קדישא מירון - שב''ק בעיר צפת - סיון תשפ״א
כ"ז סיון תשפ"א – ג' תמוז תשפ"א · 118 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען
זונטאגכ"ו סיון תשפ"א6/6/2021
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!
מיט א התרגשות והתרוממות דקדושה, און מיט איבעראשטע געמיטער גרייטן זיך אנשי שלומינו דרי ארץ הקודש צו אויפנעמען און מקבל זיין פני קדשו פון עטרת ראשינו הוד כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א וועלעכע וועט אינטערנעמען א קורצע מסע קודש קיין "אתרא קדישא מירון" פוקד זיין ציונו הקדוש פון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
לויט ווי סהייסט יעצט וועט זיך רבינו שליט"א ארויסלאזן פון מעון קדשו בקרית יואל דעם מאנטאג אויפדערנאכט און אנקומען קיין ארה"ק "יום ג' שנכפל בו כי טוב" -דינסטאג אינדערפרי ווי די רבי וועט צופארן קיין סביון.
במשך די טעג וועט פארקומען די גרויסע הייליגע מעמדים "באתרא קדישא מירון" און א גרויסן כינוס אנ"ש בארה"ק אינאיינעם מיטן סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק', במשך די טעג וועלן אנ"ש תושבי ארה"ק האבן די זכיה אריינצוגיין בקודש פנימה לברך ולהתברך מקבל זיין ברכות קדשו און פויעלן ישועות ורפואות פארן כלל און פארן פרט, דאנערשטאג פארנאכטס וועט זיך די רבי צוריקקערן למעון קדשו בקרית יואל.
מער פרטים וועט נאכפאלגן דא אויף סאטמאר'ע נייעס 🌴
הנה ימים באים!
גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ז סיון תשפ"א6/7/2021
באריכט
תורה תורה חגרו חג
מיט התרגשות האבן טויזנטער אנ"ש תושבי וויליאמסבורג בארא פארק איבערגעפולט די גיגאנטישע "קענט עוועניו סקווער" ביים מעמד אדיר ונשגב סיום מס' יבמות והתחלת מס' כתובות בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק', רייכע סעודת מצוה -אינאיינעם מיטן סעודה לגמרה של תורה- נתנדב געווארן דורך משפחת הרבני הנגיד המפורסם מו"ה יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו לרגל שמחת "הכנסת ספר תורה" היינט בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג. די יו"ר המעמד הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב ר"מ בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" ומגי"ש בקהלתינו מאנסי האט געעפענט די מעמד, דערנאך האט אויפגעטרעטן די נואם הכבוד הרה"ג ר' יחזקאל ווייס מגיד מישרים במאנסי, אויך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' ישראל הערש ראזענבערג נכד הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג ז"ל -ראה"ק בשם המשפחה, במשכן מעמד האט חברת "שירה" מיט ר' מאיר אדלער און החזן ר' מרדכי זאג לאנדא מהנה געווען די אלפי לומדים,
ארום 9:45 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען און איז אויפגענימען געווארן דורכן יו"ר המעמד, מען האט ממשיך געווען מיט נגונים, דערנאך האט די יו"ר אויסגעריפן -זיך באדאנקט און באהערט די "מחזיקי תורה" פון התאחדות אבריכים דקהלתינו הק' וומ"ס, הלה המה הרבני הנגיד ר' יצחק מיכאל יאקאב -פטרון החבורה, הרבני הנגיד ר' יזחקאל דוד בערקאוויטש, הרבני הנגיד ר' אברהם בראך, ווי די רבי האט איבערגעגעבן הערליכע מתנות.
ביי די דב"ק האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט בדרך דרוש לכבוד היום און ארויסגעברענגט די כח האש פון די תורה הקדושה, "מה נכבד היום" ווען אפאר טויזנט אידן אנ"ש זענען זוכה צו מסיים זיין מס יבמות פון די שווערסטע מס' אין ש"ס! און ארויסגעברענגט לשבח פון די טויזנטער לומדים בפרט פון דעי וואס שטעלן זיך צום פארהער "אשריכם ישראל" און אויסגערופן פאר אנ"ש, "מכאן הקריאה יוצאות" אז מען זאל זיך אנשליסן אינעם הייליגן חבורה יסודי התורה "אנא השתתפו בלימוד מס' כתובות",
דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט בשבח פון הרבני הנגיד הנכבד הרבה פעלים לתורה ר' יצחק ראזענבערג ז"ל ראה"ק דקהלתינו הק' וואס די סעודה איז נתנדב געווארן דורך משפחתו הנכבדה אינאיינעם מיטן סעודה לגמרה של תורה פונעם ס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן בבית מדרשינו הגדול וומ"ס לע"נ, און ארויסגעברענגט מעשיו טובים בפרט וואס ער איז געווען די ערשטע אויפצושטעלן א היכל מיוחד ללימוד התורה די גיגאנטישע "היכל צבי ויצחק ראזענבערג" בקרית יואל, און אויסגעפירט "היינט איז א שמחה כפולה א שמחה בתורה שבכתב און א שמחה בתורה של בעל פה" און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די נדבנים ועסקנים און פארן גאנצן ציבור הנאספים.
זעהט עקסטער די תוכן דברות קודש מנהמות לבו הטהור איבערן מסע קודש קיין אתרא קדישא מירון
נאך די דב"ק האט די רבי געמאכט די סיום און זיך ארויסגעלאזט און פייערדיגע ריקודי קודש צום ערשט האט מען געזינגן נגונים "לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי" און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט פייערדיגע ריקודים לכבוד שמחת התורה ולומדיה, ארום 11:15 האט מען געבענטשט און די רבי האט געדאוונט מעריב אין זאל, דערנאך איז די עולם אריבער געזעגענען און מען האט ארויסבאגלייט די רבין בתופים ובמחולות כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך און די רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו
פייערדיגע דברות קודש מנהמות לבו הטהור פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נאכן דב"ק ביים חגיגת סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה איבערן קורצע מסע קודש קיין אתרא קדישא מירון.
"..אי"ה מארגן פאר איך קיין ארץ ישראל אויף א קורצע נסיעה, איך פאר קיין 'אתרא קדישא מירון' צום ציון המציונת פון תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, שוין א לענגערע זמן וואס כהאב השתוקקות צו פארן קיין מירון.." און ארויסגעברענגט די השתקקות פון אביו רביה"ק זי"ע צו פארן קיין מירון אן א ציבור, און ארויסגעברענגט "..סכאפט מיר אן א ציטער! כהאב היינט געזאגט 'מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו' האט עס מיר פארציטירט פון קאפ ביז פיס!! מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו!!!.." דערנאך האט די רבי ארויסגעברענגט די הרגישי קודש פונעם אומפארגעסליכע "שבת מירון" די התרוממות הנפש א שבת וואס איז געווען כולי רוחני אינעם חצר פונעם הייליגן תנא רבי שמעון, און דערמאנט וואס איז געווען פרייטאג צונאכטס ווען די שאטער האט א ציטער געטאן, און אויסגעפירט אז נאך די טראגעדיע ל"ג בעומר דארף מען האבן אביסל התבוננות "ניסים ונפלאות אז סאיז נישט איינגעפאלן" כהאב אן הרגשה מדארף גיין קיין מירון און זאגן בשם כל הקהל וואס איז דארט געווען ברוך שעשה לנו ניסים במקום הזה נאר און די זכות פונעם הייליגן תנא ר' שמעון עמדה לנו! "..מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו, איך האף צו קענען זאגן תהילים באתרא קדישא מתפלל זיין ביים הייליגן ציון פאר מיר אליינס, פאר מיין משפחה, און פאר כל אנ"ש.." ספעציעל האט די רבי געבעטן די עסקנים זאלן מסדר זיין אז פאר אנ"ש לומדי חבורת "יסודי התורה ותורתך שעשועי" צו קענען מיטשיקן א קוויטל, און מסיים געווען מיט לענגערע ברכות הקודש.
תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 ב' קרח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
די רבי האט געדאוונט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יצחק יוחנן כהן ווי די רבי איז געווען סנדק. *
נאכן דאווענען האט זיך די רבי באטייליגט ביים מעמד "סיום כתיבת האותיות" בבית הרה"ח ר' אברהם מאסרי לרגל די הכנס"ת וואס קומט פאר היינט דורך דורך משפחת מאסרי, די רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פארן נדבן ומשפחתו, מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד התורה ווי די רבי האט געטאנצן בשלהבת אש.
לאור די קריאת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זיצן היינט די עסקני "התאחדות אבריכים" בבתי מדרשינו ווי די לומדי חבורת "יסודי התורה - תורתך שעשועי" קענען איבערגעבן א קוויטל און מען וועט אי"ה איבערגעבן אייער קוויטעל פאר רבינו שליט"א אין אתרא קדישא מירון להפקד בדבר ישועה ורחמים.
אדער קענט איר אריין שיקן אייער קוויטעל צום אפיס פון "התאחדות אברכים" אויף HA@Satmer.org אדער אויף די פעקס 718-387-2904
פועל'ט אלעס גוט'ס!
תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"ח סיון תשפ"א6/8/2021
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!
און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון", כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך 4:34 האט זיך בשטו"מ געהויבן די פליגער פון JFK לופטפעלד קיין אתרא קדישא מירון, ארום 10:00 ניו יארק'ע זייגער -5:00 א"י זייגער, האט די רבי געדאווענט מעריב אויפן פליגער, דערנאך האט די רבי געשריבן פאר א לענגערע צייט חידושי תורה,
תושבי ארה"ק התעוררו התעוררו די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז ערווארטעט צו לאנדען בארה"ק ארום 10:30 א"י זייגער - 3:30 נ"י זייגער, בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה והיא הדרה ביים עריפארט וועט די רבי אפגעווארט ווערן דורך רבני ודייני והנהלת קהלתינו הק' בארה"ק מלך ביפיו תחזנה עינינו. פון עריפארט וועט די רבי צופארן קיין סביון ווי די רבי וועט דאווענען שחרית, און דערנאך וועט -ווי געמאלדן- פארקומען די "מעמד קבלת פנים" דורך תלמידי מוסדותינו הק' בארה"ק, און רבינו שליט"א וועט זיך ארויסלאזן קיין אתרא קדישא מירון
מער פרטים וועט נאכפאלגן דא אויף סאטמאר'ע נייעס 🌴
גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!
און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון", אכסוף נועם שבת המתאחדת: עס איז באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט פראווענען דעם שב"ק קרח בארצינו הקדושה אויף א "שבת המרומם" אינאיינעם מיט אנ"ש תושבי ארה"ק בעיר הקודש צפת תובב"א
אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר בארץ הקודש האבן אויפגענומען די בשורה מיט א "חרדת קודש און א התרגשות והתרוממות עילאה" און גרייטן זיך מיט אן התלהבות דקדושה צו דעם "שבת המרומם במחיצת הקודש".
עסקני קהלתינו הקדושה ארבעטן פיבערהאפטיג אויף א פאסיגע מקום צו קענען אקאמאדירן אנ"ש תושבי ארה"ק און אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, די געהויבענע תפילות און די הייליגע טישן, אזוי אויך אש"ל פאר אנ"ש.
מער פרטים וועט נאכפאלגן דא אויף סאטמאר'ע נייעס 🌴
גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!
און ווייטערדיגע באריכטן איבערן היסטארישן "שבת המרומם" במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיר הקודש צפת תובב"א ווערט געמאלדן מטעם עסקני קהלתינו הק' אז עס וועט ווערן צוגעשטעלט "אש"ל מלא" פאר אנ"ש תושבי ארה"ק אינעם "מוסדות תומר דבורה" נעבן די מאור חיים געגענט אין צפת, זיך איינצושרייבן מעלדט אייך צו די עסקני קהלתינו הק' בארה"ק אזוי אויך אויב ווילט איר דינגען א דירה פאר אייער משפחה מעלדט אייך צו איינע פון די עסקנים און מען וועט עס מסדר זיין על צד היותר טוב.
לקראת שבת לכו ונלכה
גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!
און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון", זמני כניסה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר אנ"ש תושבי ארה"ק וואס וועלן האבן די זכיה אריינצוגיין מיט די משפחה בקודש פנימה לברך ולהתברך מקבל זיין ברכות קדשו און פויעלן ישועות ורפואות פארן כלל און פארן פרט, "דעם מיטוואך און דאנערשטאג" בביתו נאוה קודש באתרא קדישא מירון, מטעם די עסקנים ווערט מען געבעטן זיך איינצושרייבן נישט שפעטער פון היינט נאכט 8:00 -א"י זייגער, אזוי אויך וועלן פארן באסעס קיין אתרא קדישא פון ירושלים בני ברק בית שמש.
גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!
און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון". פתחו שערים ויבא צדיק: דינסטאג קרח יום ג' שנכפל בו כי טוב 10:20 אינדערפרי בארה"ק האט געלאנדעט די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בארה"ק, ארום 11:05 איז די רבי ארויסגעקומען פון לופטפעלד און איז אפגעווארט געווארן דורך רבני דייני והנהלת קהלתינו הק' בארה"ק, מען האט געזינגען נגונים און שלום גענימען, ארום 11:30 איז די רבי אנגעקומען קיין סביון ווי די רבי איז צוגעפארן צום שטאטישן מקוה און דערנאך געדאווענט שחרית אינעם ביהמ"ד, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור בן הר"ר יוסף לייב יוזשעף -ב"ב, ארום 1:10 האט מען געענדיגט דאווענען און די רבי האט געפראוועט א לחיים מיט די בר מצוה בחור, ארום 1:30 איז די רבי ארויסגעקומען ווי עס האבן אפגעווארט מיט בגדי שבת תלמידי מוסדותינו הקדושים בארה"ק און האבן מקבל פנים געווען פני קדשו, די רבי איז אדורך צווישן די קינדער וואס זענען געווען אויסגעשוהרעט אויף ביידע זייטן, מען האט געזינגען נגונים און די רבי האט משמיע געווען דב"ק די רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי כל העדה כולם קדושים' און ארויסגעברענגט זיין התרגשות פון זיך טרעפן די ערשטע מיט די תשב"ר פון די מוסדות וואס רביה"ק זי"ע בעל דברי יואל האט אויפגעשטעלט און איז נמשך געווארן דורך רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, דערנאך האט די רבי משמיע געווען ווארימע ברכות הקודש,
בבית האכסניא אין סביון איז אריין בקודש פנימה די עסקנים פונעם ארגעניזאציע "ושננתם" בארה"ק וואס האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פעולות פארן רבין און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.
ארום 2:40 האט זיך די רבי ארויסגעלאזט קיין אתרא קדישא מירון, מי יעלה בהר ה' ומי יקים במקום קדשו ארום 4:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען "בהר הקודש אתרא קדישא מירון" און צוגעפארן צו ביתו נאוה קודש בבית האכסניא אין שטוב פון הגאון ר' מנחם מענדל פומרנץ יו"ר מכון עוז והדר.
גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!
לקראת שבת לכו ונלכה: און ווייטערדיגע באריכטן איבערן היסטארישן "שבת המרומם" במחיצת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיר הקודש צפת תובב"א
מטעם די וועד האש"ל ווערט געמאלדן אז עס וועט ווערן צוגעשטעלט אש"ל מלא פארן בלויזן פרייז פון 200 שקל, נאר אכילה 50 שקל, נאר לינה 150 שקל, שרייבט אייך איין ביי די עסקני קהלתינו הקדושה. קהלתינו הק' האט אפגעדינגען די מוסד "תומר דבורה" ווי עס וועט צוגעשטעלט ווערן אש"ל,
מטעם די עסקנים ווערט געמאלדן אז פאר אנ"ש וועט זיין צובאקומען די סעודות שבת ביי "מענדי'ס" מיט א הנחה פון 10 פראצענט. *
שבת של התרוממות הנפש
א ריזיגע שאטער וועט ווערן אויפגעשטעלט פאר די הייליגע תפילות און די געהויבענע טישן אויף די 'כרן היסוד' גאס אין אלט שטאט צפת, זה השלחן אשר לפני ה': ליל שב"ק וועט מען האבן די זכיה צו עסן די סעודה ביים עריכת השלחן הטהור אינאיינעם מיט רבינו שליט"א, שב"ק צופרי וועט פארקומען די סעודה בראשות מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ובני רבינו שליט"א.
במוצאי יום גילה: מוצאי שב"ק וועט פארקומען די גרויסן מעמד "כינוס אנ"ש בארה"ק" אינאיינעם מיטן "סיום מס' יבמות" בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק' ברוב פאר והדר אינעם גיגאנטישן שאטער בתופים ובמחולות, ווי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט משמיע זיין די צענטראלן דברות קודש ודברי הדרכה פאר אנ"ש בארה"ק, "שישו ושמחו בשמחת התורה".
מער פרטים וועט נאכפאלגן דא אויף סאטמאר'ע נייעס 🌴
גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!
מי יעלה בהר ה': ארום 8:15 איז די רבי אנגעקומען צום מערה פון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי צו תפילת מנחה, פארן דאווענען האט די רבי געצינדן 5 ליכט און געדאווענט בהרגש קודש ובבכיות נוראות, נאך מנחה ארום איז די רבי אריין אין איינע פון די חדרי התפילה ווי די רבי האט זיך געזעצט לערנען פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, און נאך מעריב האט מען געזינגען בר יוחאי און תורתו מגן לנו בדביקות והתעוררות רב, ארום 9:45 איז די רבי אהיים לביתו נאוה קודש באתרא קדישא, ווי עס האבן אפגעווארט בחורי אנ"ש תושבי ארה"ק -וועלעכע וויילען אין דעי טעג במחיצת הקודש באתרא קדישא- און האבן שלום גענימען פון רבין, דערנאך איז פארגעקומען די "סיום כתיבת ספר תורה" וואס ווערט אריינגעגעבן דורך הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי מנהל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה ווי די רבי האט אריינגעשריבן די אויתיות און געווינטשן ברכות קדשו, דערנאך האט זיך די רבי איינגעשפארט אינעם ספרים שטוב און עוסק געווען בלימוד התורה ביז שפעט אין די נאכט שעות נאך חצות הלילה.
🌴 יום ד' קרח 🌴 שוין פון די גאר פריע פארטאגס שעה'ן האט רבינו שליט"א פארברענגט בעסק התורה במעון הקודש בבית האכסניא, און דערנאך געגאנגן אין מקוה אין די אכסניא.
פארן דאווענען ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריבער בביהמ"ד פון הרה"צ רבי רפאל אביחצירא שליט"א וואס איז ארויסגעדונגען געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' פאר בחורי אנ"ש תושבי ארה"ק וועלעכע וויילן במחיצת הקודש באתרא קדישא, ווי די הונדערטער בחורים זענען געווען פארזאמעלט די רבי איז אריבער צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען מיט די תלמידי הישיבות אין די סוגיות פון זייערע לימודים און געשעפט א געוואלדיגע קורת רוח פון די לומדי תורה.
ארום 9:00 איז די רבי ארויף צום ציון הקדוש על גג הציון און א צימער וואס איז ספעציעל אפגעדינגן געווארן פארן רבין.
9:40 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית נעבן מערת רבי אלעזר, נאך שחרית אין די מערה האט דער רבי חלאקע'ט עטליכע קינדער פון פארשידענע קרייזן וועלכע זענען געקומען מאכן פיאות באתרא קדישא כנהוג, מען האט געענדיגט 11:00
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בחורי אנ"ש, מהאט געזונגן ניגוני התעוררות ודביקות און די רבי האט משמיע געווען דב"ק לענגערע דברי תורה די רבי האט זיך געשטעלט אויף "תורתו מגן לנו" און געטייטשט בדבריו פון רבי שמעון און דערנאך געטייטשט "אנא עבדא דקדושא ברוך היא" משולב בדברי מוסר הדרכה וחיזוק און געווינטשן ווארימע ברכות הקודש, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ אויף 'אנא עבדא דקודשא בריך הוא' *
פארמיטאג איז אריבערגעקומען אויף א ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במעון קדשו בבית האכסניא, הגה"צ גאב"ד קוממיות-ירושלים שליט"א אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' יצחק שלמה בלוי שליט"א סד"ד ביד"צ פון די עדה החרדית, און די חברי הנהלה פון "קרן השביעית" אינאיינעם מיט עטליכע פארמערס שומרי שביעית, די רבי האט זיי אנטפאנגן בכבוד הראוי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכות שמיטה און בריתחא דאורייתא אויסגעשמועסט און מבאר געווען אלע שיטות הפוסקים.
דערנאך האט די רבי געקויפט א שותפות אין א פעלד מיט איינע פון די פארמערס פון כפר שמאי, און געחתמעט שותפות לקראת שנת השמיטה הבעל"ט צו האבן א חלק אין די מצוה פון שמיטה וואס איז נוהג בארץ, דערנאך האט די רבי געווינטשן ווארימע ברכות הקודש און ארויסבאגלייט ביזן גאס און געשיקט בנו הגה"צ ר' חיים הערש אב"ד סיגוט זאל אראפפארן צום פעלד בשליחתו.
נאכמיטאג האט זיך אהנגעהויבן די רייע פון זמני כניסה אל הקודש פנימה בפו"פ וואס גייט שוין אהן א גאנצן נאכמיטאג פאר אנשי שלומינו תושבי ארה"ק, און ווערט געניט אהנגעפירט מיט א וואונדערבארן סדר דורך עסקנים פון קהלתינו הק'.
פארנאכטס ארום 9:00 נאך תפילת מנחה וועט פארקומען די גרויסע "סעודת ראש חודש - ואסיפות חינוך" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר אלע כלי קודש, מלמדים מנהלים ומרביצי תורה בקרב מוסדותינו הק' בארה"ק ווי רבינו שליט"א וועט משמיע זיין דב"ק "דרשת חינוך" לדעת את המעשה אשר יעשון.
גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגל' סיון תשפ"א6/10/2021
באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!
במשך די נאכמיטאג שעות האט זיך אהנגעהויבן די רייע פון הונדערטער אנ"ש תושבי ארה"ק אריינצוגיין בקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים, וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער 4 שעה!, און איז געניט אהנגעפירט מיט א וואונדערבארן סדר דורך עסקנים פון קהלתינו הק'.
אויך איז אריין בקודש פנימה די מחנכים מפורסמים בארה"ק פון "ארגון משכינו" צווישן זיי הרה"ג ר' משה בראווערמאן שליט"א, הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א, הרה"ג ר' יושע פינק שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חינוך און איבערן "ארגון משכינו" און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.
ארום 8:30 האט די רבי געדאווענט מנחה במעון קדשו בבית האכסניא, 9:45 האט די רבי משמיע געווען דב"ק שטארקע דברי הדרכה פאר די 'מחנכות ומנהלת' בקרב בית רחל במוסדותינו הק' בארה"ק, ארום 10:15 האט די רבי געדאווענט מעריב במעון קדשו בבית האכסניא.
שפעטער איז פארגעקומען די גרויסע "סעודת ראש חודש - ואסיפות חינוך" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר אלע כלי קודש, מלמדים מנהלים ומרביצי תורה בקרב מוסדותינו הק' בארה"ק, מען האט געזינגען נגוני התעוררות נגוני תורה ונגוני ראש חודש, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' און געטייטשט בדברי דרוש ופלפול און דערנאך משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה לדעת את המעשה אשר יעשון, בפרט די אחריות וואס די מלמד טראגט אויפן קינד, צווישן אנדערע האט די רבי אויך שטארק ארומגערעדט איבער פאלגן די הנהלה, און משמיע געווען שטארקע דברי חיזוק פאר די מלמדים און זיך צווישן אנדערע אויסגעדריקט "די שכר פון די מלמדים איז גדול ואין חקר", און געוואונטשן שטארקע ברכות קדשו, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד "יהא רעוא קדמך דתיפתח ליבאי באורייתא". *
במשכן טאג איז פארענדיגט געווארן אויפצושטעלן די "גיגאנטישע שאטער" פאר די עריכת השלחנות ביים שבת מרומם "בעיה"ק צפת" במחיצת הקודש, אזוי אויך ווערן געמאכט די לעצטערע פלענער דורך די חשובע עסקני קהלתינו הק' צום געהויבענעם שבת.
-נעכטן מיטוואך זענען אריין בקודש פנימה במעון קדשו בבית האכסניא הגאון ר' אברהם ישעי פערקאוויטש מראשי ישיבות מיר אינאיינעם מיט די חסידישע חבורה אין ישיבה, ווי די רבי האט משמיע געווען א שיינע שמועס בדברי תורה. אויך איז אריין בקודש פנימה -ווי געמאלדן- די מחנכים מפורסמים בארה"ק פון "ארגון משכינו" און פון "ארגון משוך נועם" צווישן זיי הרה"ג ר' משה בראווערמאן שליט"א, הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א -תולדות אהרן, הרה"ג ר' יושע פינק שליט"א, אזוי אויך הרה"ג ר' גבריאל דאווידאוויטש שליט"א -דושינסקיא, און הרה"ג ר' יעקב באטעלמאן שליט"א -מגדולי המחנכים, און הרה"ג ר' יוסף גערליץ שליט"א, און נאך אסאך עסקנים, און אויפן טעלעפאון הרה"ג ר' משה בלוי שליט"א -מגדולי המחנכים, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חינוך און איבער די פעולות בארה"ק און די פלענער אין חוץ לארץ, און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.- *
שוין פון די גאר פריע פארטאגס שעה'ן האט רבינו שליט"א פארברענגט בעסק התורה במעון הקודש בבית האכסניא, און דערנאך געגאנגן אין מקוה אין די אכסניא.
ארום 9:15 איז די רבי ארויף צום ציון הקדוש על גג הציון און א צימער וואס איז ספעציעל אפגעדינגן געווארן פארן רבין.
9:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית נעבן מערת רבי אלעזר, די רבי איז צוגעגאנגען צו "הלל" בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען רביעי און "גומל געבענטשט" מען האט געענדיגט 11:30.
ברוך שעשה לנו ניסים במקום הזה ארום 11:50 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען צום "מעמד ההודאה" ביים פלאץ ווי עס איז געווען אויפגעשטעלט די גיגאנטישע שאטער "שבת מירון" תשע"ו וואס האט זיך א טרייסל געטאן ליל שב"ק און בניסי ניסים גארנישט געשעהן, די רבי האט געמאכט דעם ברוך שעשה לנו ניסים במקום הזה בשם כל אנ"ש וואס האבן זיך דארט געפינען, און מהאט געזינגען נגוני הודאה. חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
במשך די נאכמיטאג שעות האט זיך אהנגעהויבן די רייע -ווייטער פון נעכטן- פון הונדערטער אנ"ש תושבי ארה"ק אריינצוגיין בקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים, וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער 6 שעה!, און איז געניט אהנגעפירט מיט א וואונדערבארן סדר דורך עסקנים פון קהלתינו הק'.
אויך איז אריין בקודש פנימה נאכמיטאג צווישן אנדערע הגה"צ גאב"ד זכרון מאיר שליט"א ומלפנים אב"ד דקהלתינו לאנדאן ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבערן אסון נורא ל"ג בעומר און איבער די מעגליכע שינוים וואס וועלן געמאכט ווערן, דערנאך האט אים די רבי מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, אויך איז אריין בקודש פנימה כ"ק אדמו"ר מלייפניק שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. אויך איז אריין במשך היינט און נעכטן "צענדליגע מנהלים עטה"ק" וואס האבן זיך באדאנקט אויף די געוואלדיגע תמוכה פון "שקל הקודש" מדי חודש בחדשו אויף א שטילן פארנעם.
ארום 5:30 איז אנגעקומען במעון קדשו בבית האכסניא באתרא קדישא מירון א משלחת פונעם מרכז עזרה ויעוץ אין שפיץ פונעם "ראש המצילים" העסקן הנמרץ הרב שמעון שישא יו"ר "מרכז עזרה ויעוץ" ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די פעולות הצלות פונעם מרכז און מטכס עצה געווען ווי אזוי צו ראטווען די הונדערטער בחורים בפרט נאך די לעצטערע שוועריקייטן, אויך האט מען ארומגערעדט איבערן די מרכז עזרה ויעוץ "נפשי ועוד נפשות" קאמפיין וואס איז אריין אין פולן שוואונג פאר כלל חסידי סאטמאר, דערנאך האט די רבי משמיע געווען גאר ווארימע ברכות הקודש פאר די געטרייע מצילים.
דערנאך ארום 6:30 איז די רבי אנגעקומען אויף א באזיך ביי הגה"צ האדמו"ר ר' רפאל אביחצירא שליט"א בבית מדרשו במירון, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט זיך באדאנקט פארן ארויסגעבן די ביהמ"ד פאר די בחורי הישיבות צו קענען פראווענען די מעמדים פאר די בחורים, דערנאך האט ער מכבד געווען דעם רבין מיט לחיים און די רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו.
צוליב די ריבוי העם פון הונדערטער אנ"ש אריינצוגיין בקודש פנימה וואס האט געשטראמט אן א אויפהער, איז ווייטער פארגעקומען די זמני כניסה, ארום 8:15 האט די רבי געדאווענט מנחה, און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה, ארום 9:30 האט די רבי געדאווענט מעריב.
דערנאך האט זיך די רבי כדרכו בקודש איינגעשפארט אינעם ספרים שטוב און עוסק געווען בלימוד התורה ביז שפעט אין די נאכט שעות נאך חצות הלילה.