בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ט סיון תשפ"א6/9/2021

באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

🌴 יום ד' קרח 🌴
שוין פון די גאר פריע פארטאגס שעה'ן האט רבינו שליט"א פארברענגט בעסק התורה במעון הקודש בבית האכסניא, און דערנאך געגאנגן אין מקוה אין די אכסניא.

פארן דאווענען ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריבער בביהמ"ד פון הרה"צ רבי רפאל אביחצירא שליט"א וואס איז ארויסגעדונגען געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' פאר בחורי אנ"ש תושבי ארה"ק וועלעכע וויילן במחיצת הקודש באתרא קדישא, ווי די הונדערטער בחורים זענען געווען פארזאמעלט די רבי איז אריבער צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען מיט די תלמידי הישיבות אין די סוגיות פון זייערע לימודים און געשעפט א געוואלדיגע קורת רוח פון די לומדי תורה.

ארום 9:00 איז די רבי ארויף צום ציון הקדוש על גג הציון און א צימער וואס איז ספעציעל אפגעדינגן געווארן פארן רבין.

9:40 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית נעבן מערת רבי אלעזר, נאך שחרית אין די מערה האט דער רבי חלאקע'ט עטליכע קינדער פון פארשידענע קרייזן וועלכע זענען געקומען מאכן פיאות באתרא קדישא כנהוג, מען האט געענדיגט 11:00

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בחורי אנ"ש, מהאט געזונגן ניגוני התעוררות ודביקות און די רבי האט משמיע געווען דב"ק לענגערע דברי תורה די רבי האט זיך געשטעלט אויף "תורתו מגן לנו" און געטייטשט בדבריו פון רבי שמעון און דערנאך געטייטשט "אנא עבדא דקדושא ברוך היא" משולב בדברי מוסר הדרכה וחיזוק און געווינטשן ווארימע ברכות הקודש, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ אויף 'אנא עבדא דקודשא בריך הוא'
*

פארמיטאג איז אריבערגעקומען אויף א ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במעון קדשו בבית האכסניא, הגה"צ גאב"ד קוממיות-ירושלים שליט"א אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' יצחק שלמה בלוי שליט"א סד"ד ביד"צ פון די עדה החרדית, און די חברי הנהלה פון "קרן השביעית" אינאיינעם מיט עטליכע פארמערס שומרי שביעית, די רבי האט זיי אנטפאנגן בכבוד הראוי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכות שמיטה און בריתחא דאורייתא אויסגעשמועסט און מבאר געווען אלע שיטות הפוסקים.

דערנאך האט די רבי געקויפט א שותפות אין א פעלד מיט איינע פון די פארמערס פון כפר שמאי, און געחתמעט שותפות לקראת שנת השמיטה הבעל"ט צו האבן א חלק אין די מצוה פון שמיטה וואס איז נוהג בארץ,
דערנאך האט די רבי געווינטשן ווארימע ברכות הקודש און ארויסבאגלייט ביזן גאס און געשיקט בנו הגה"צ ר' חיים הערש אב"ד סיגוט זאל אראפפארן צום פעלד בשליחתו.

נאכמיטאג האט זיך אהנגעהויבן די רייע פון זמני כניסה אל הקודש פנימה בפו"פ וואס גייט שוין אהן א גאנצן נאכמיטאג פאר אנשי שלומינו תושבי ארה"ק, און ווערט געניט אהנגעפירט מיט א וואונדערבארן סדר דורך עסקנים פון קהלתינו הק'.

פארנאכטס ארום 9:00 נאך תפילת מנחה וועט פארקומען די גרויסע "סעודת ראש חודש - ואסיפות חינוך" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר אלע כלי קודש, מלמדים מנהלים ומרביצי תורה בקרב מוסדותינו הק' בארה"ק ווי רבינו שליט"א וועט משמיע זיין דב"ק "דרשת חינוך" לדעת את המעשה אשר יעשון.

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 932