בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגל' סיון תשפ"א6/10/2021

באריכט
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

🌴 יום ד' קרח -חלק ב' 🌴

במשך די נאכמיטאג שעות האט זיך אהנגעהויבן די רייע פון הונדערטער אנ"ש תושבי ארה"ק אריינצוגיין בקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים, וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער 4 שעה!, און איז געניט אהנגעפירט מיט א וואונדערבארן סדר דורך עסקנים פון קהלתינו הק'.

אויך איז אריין בקודש פנימה די מחנכים מפורסמים בארה"ק פון "ארגון משכינו" צווישן זיי הרה"ג ר' משה בראווערמאן שליט"א, הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א, הרה"ג ר' יושע פינק שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חינוך און איבערן "ארגון משכינו" און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.

ארום 8:30 האט די רבי געדאווענט מנחה במעון קדשו בבית האכסניא,
9:45 האט די רבי משמיע געווען דב"ק שטארקע דברי הדרכה פאר די 'מחנכות ומנהלת' בקרב בית רחל במוסדותינו הק' בארה"ק,
ארום 10:15 האט די רבי געדאווענט מעריב במעון קדשו בבית האכסניא.

שפעטער איז פארגעקומען די גרויסע "סעודת ראש חודש - ואסיפות חינוך" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר אלע כלי קודש, מלמדים מנהלים ומרביצי תורה בקרב מוסדותינו הק' בארה"ק, מען האט געזינגען נגוני התעוררות נגוני תורה ונגוני ראש חודש, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' און געטייטשט בדברי דרוש ופלפול און דערנאך משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה לדעת את המעשה אשר יעשון, בפרט די אחריות וואס די מלמד טראגט אויפן קינד, צווישן אנדערע האט די רבי אויך שטארק ארומגערעדט איבער פאלגן די הנהלה, און משמיע געווען שטארקע דברי חיזוק פאר די מלמדים און זיך צווישן אנדערע אויסגעדריקט "די שכר פון די מלמדים איז גדול ואין חקר", און געוואונטשן שטארקע ברכות קדשו, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד "יהא רעוא קדמך דתיפתח ליבאי באורייתא".
*

במשכן טאג איז פארענדיגט געווארן אויפצושטעלן די "גיגאנטישע שאטער" פאר די עריכת השלחנות ביים שבת מרומם "בעיה"ק צפת" במחיצת הקודש, אזוי אויך ווערן געמאכט די לעצטערע פלענער דורך די חשובע עסקני קהלתינו הק' צום געהויבענעם שבת.

גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️