מאנטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יואל בר''א ווייס הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים: ר' משה שמואל ניימאן הי''ו - ר' יואל בר''ש הכהן פריעדמאן הי''ו, באולם כינור דוד. ר' יואל הכהן קאהן הי''ו - משה יצחק רייזמאן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די אטריום זאלן אין מאנסי צו די אסיפה רבתי 'הדר קבלוה' פאר אלע אנ''ש תושבי מאנסי. חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א האט ממשיך געווען מיט זיין מייסטערהאפטיגע דרשה, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו מראשי המוסדות בקר''י. דערנאך האט הרה''ג ר' אשר אנשיל גריסגאט שליט''א מנהל ישיבה קטנה סניף קנין תורה פארגעליינט די תקנות קהלתינו ומסדותינו במאנסי וואס איז אונטערגעשריבן געווארן בחתימת יד קדשו פון רבינו שליט''א און הגה''צ אבד''ק שליט''א.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק והדרכה בחובת השעה. און בעיקר ארומגערעדט איבער אידישקייט אין אמעריקע, און זיין אפגעשיידט פון די אמעריקאנע גאס, און ברייטער ארומגערעדט איבער דעם שטאט מאנסי, "עס איז דא א ערליכע מאנסי און א נידריגע מאנסי" מען דארף זיך האלטן שטארק און נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך דעם נידריגן חלק, און די עצה פארדעם איז מאכן גדרים וסייגים וואס איז מחייב יעדן מאנ''ש. און ארומגערעדט מען זאל זיך האלטן צוזאמען ביי אנ''ש, דאווענען בבתי מדרשינו, שיקן די קינדער אין אונזער מוסד, און ארומגערעדט בשבח קהלתינו ומסדותינו הק' במאנסי, וואס איז אלעס משופרי דשופריה. און ארויסגעברענגט אז די קהילה אין מאנסי וואקסט די שנעלסטע פון אלע קהילות.
זונטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א - שמחת החתונה פון נכד רבינו בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב''ר אברהם יעקב מערמאלשטיין הי''ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ביים אנקומען אין וומסב''ג האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען משפחת המנוח הרה''ח ר' יושע מערמאלשטיין ע''ה.
דערנאך איז פארגעקומען א ענגע אסיפה בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג בנוגע דעם שווערן מצב פון אחב"י אין אוקריינא.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
אום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג צו די חתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הכלה בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א חתן הגה''צ אבדק''ק בית אהרן שליט''א מיט החתן בנש''ק הרב שלום יחזקאל שרגא שליט"א בן הרה"ג רבי חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומסב"ג, בן הגה"צ רבי יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב וחתן הרה"ג רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאיהעל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה בביהמ''ד הגדול, און תיכף דערנאך איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.
דער מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט, מיט הארציגע דברי כבושין האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' משה יושע ווייס הי''ו. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, די געהויבענע מחותנים און זיידעס, עקסטער האט דער רבי געוואונטשן פאר ש''ב כ''ק אדמו''ר מוויזניץ וומסב''ג שליט''א א פעטער פון די כלה לרגל די חתונה פון נכדו די וואך אין לאנדאן. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג.
מען געגאנגען צום באדעקן אין שכינות'דיגן זאל פון ק"ק קראסנא, און דערנאך האט דער רבי מסדר געווען די כתובה און געבענטשט דעם חתן. דער מעמד החופה איז פארגעקומען פארענט פון ביהמ''ד הגדול, רבינו שליט''א האט מכבד געווען מיט סידור קידושין דעם זיידן הגה''צ אבדק''ק בית אהרן שליט''א, מיט קריאת הכתובה הגה''צ אבד''ק נעפילמעץ שליט''א א פעטער פונעם חתן, ברכות ראשונות דעם זיידן הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א און מיט ברכה אחריתא הגה''צ אבדק''ק ציעשנוב שליט''א א פעטער פונעם חתן. עדי קידושין: הרה''ג ר' יושע נחמן בערגער שליט''א ראש ישיבת אוהל תורה, און הרה''ג ר' נטע מאשקאוויטש שליט''א מנהל ישיבתינו סניף מבצר התורה בוומסב''ג. עדי יחוד: הר"ר אברהם יוסף ראזענבוים שליט''א, און הרה''ח ר' יוסף משה געלבשטיין הי''ו.
נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס.
נאך די חופה אים 7:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש. ובכן צדיקים יראו וישמחו
ארום 9:40 איז רבינו שליט''א ערשינען צום סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה און נאך די פיש געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.
נאך עטליכע מינוט איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן, דערנאך איז דער רבי ארויס אין א געהויבענעם טאנץ מיט בנו הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. במשך די ריקודי שמחה איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.
ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א. ברכות ראשונות: הרה"צ רבי חיים דוד בלום שליט''א. ברכה אחריתא: הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן מיט הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זצ"ל.
דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה טאנץ די זיידעס הגה''צ אבדק''ק בית אהרן שליט''א, הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א מאיהעל, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. און אום 3:20 איז דער רבי שוין אהנגעקומען לביתו נאוה קודש בקר''י.
יהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דברים חוצבים להבת אש מנהמת לבו הטהור מתוך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בסוף דבריו באסיפה רבתי בקרב קהלתינו הק' מאנסי יצ"ו - בחובת השעה איבער'ן מצב פון כלל ישראל במדינת אוקריינא יצ"ו.
רבינו שליט''א האט צום ערשט ארומגערעדט איבער די מלחמה וואס האט אויסגעבראכן צווישן רוסלאנד אין אוקריינא, 'ועל המדינות בו יאמר איזה לחרב ואיזה לשלום' און ס'איז נישט נוגע פאר כלל ישראל.
דער רבי האט ארומגערעדט אביסל איבער די שווארצע היסטאריע פאר כלל ישראל פון ביידע לענדער, אבער כהיום יום וואוינען אידן שומרי תורה ומצוות אין מערערע שטעט אין רוסלאנד און אין אוקריינא. דער רבי האט אויסגעשריגען בקול חינוק בדמעות, ''מען דארף צו וויסן די ערד ברענט אין אוקריינא'' אידן אנטלויפן בעירום ובחוסר כל, מען כאפט וואס מען קען טראגן, מען נעמט די ווייב און קינדער און מען אנטלויפט, כ'האב אנגעהויבן צו באקומען גריסן, 'אידן זענען בצרה גדולה'...!!. "ס'געווען מיט 80 יאר צוריק וועןאונזערע עלטערן האבן מיטגעמאכט די ביטערע זמנים, מען האט געפרעגט ווי זענען די אמעריקאנע אידן... מורי ורבותי אונז זעמער די אמעריקאנע אידן...!!", פרעגמיר יעצט די שאלה, ווי זענען די אמעריקאנע אידן? עס איז נישטא צו עסן, מען לאזט נישט ארויס אן ערוואקסענער מענטש פון 18 יא ביז די 60 ווייבער און קינדער לאזט מען ארויס און ערוואקסענער מענטשן לאזט מען נישט ארויס, מען דארף שווערצן די גרעניצן מען דארף באצאלן פאר שווערצערס, ס'איז פיקוח נפש וואס איז דוחה שבת!
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ארטיגע שרעקליכער מצב וואס גייט פאר דארט און די ציטער פון אידן צו גיין אין די גאס דארט.
און אויסגערופן אמעריקע מוז קומען צו הילף פאר דעי אידן!!
''ווען די פעטער ז''ל וואלט געווען בחיים חיותו וואס וואלט ער געטוהן יעצט אין דעם זמן, ער וואלט נישט איינגעריעט, ער וואלט צוזאמגערופען אן אסיפה פון רבנים פון בעלי בתים פון עסקנים און אויפגעשטעלט א קאמיטע זאלן עוסק זיין צו טוהן וואס מ'קען" האט רבינו שליט"א געפאדערט!
די אידן לויפן צו די פארשידענע שכינות'דיגע לענדער און קומען אן נאר מיט וואס ער האט מיר זיך, מען דארף זעהן זיי זאלן האבן צו עסן בו בים עד יעבור זם.
כלל ישראל טאר נישט שטיין אין די זייט און הערן נייעס, און קלערן אז ס'מיינט יענעם!!!
דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט א תורה פונעם עצי חיים זיע''א וואס ער האט געזאגט אפאר טאג נאך וואס האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט קריג, ווי ער רעכנט ער אויס בגודל הצרות וואס וועט זיין פאר ביאת המשיח, און אז אויב איז מען זיך מצער מיט צרות אחרים ווערט מען ניצל פון די אייגענע, אויב אבער איז מען זיך נישט מצטער ווערט עס נישט גערעכנט, און דער עצי חיים זי''ע איז זיך מתבונן בזמנינו, מען האט געהערט צרות במדינות אחרות אין רוסלאנד און מיר האבן זיך נישט מצער געווען, און ווען יא וואלט מיר שוין געווען אויסגעלייזט פון גלות און פאר דעם איז יעצט געקומען דעי צרה, עכדה"ק
ס'איז דא א צרה פאר אידישע קינדער אונז טאר מיר נישט שטיין אין די זייט!! אונז זעמיר די אמעריקאנע אינדענטום, מען וועט אונז פרעגן ווי זענט איר געווען!!
כ'בין יעצט אין מאנסי אבער איך רעדט יעצט צו כלל ישראל, ''כלל ישראל טאר נישט שטיין גלייכגילטיג כלל ישראל דארף נעמען אחריות און זאגן מיט וואס 'קען' איך העלפן, און איך 'וועל' העלפן
און דערנאך מסיים בברכות קדשו אז מ'זאל קענען א טובה טוען פאר אונזערע ברידער'ס און אין דעם זכות זאל מיר זוכה זיין נישט צו הערן און וויסן פון קיין צרות עד ביאת הגואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגג' אדר ב' תשפ"ב3/6/2022
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
זונטאג פרשת ויקרא, היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו. הכלה נכדת כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א חתן הגה''צ אבדק''ק בית אהרן שליט''א, מיט החתן בנש''ק הרב שלום יחזקאל שרגא שליט"א בן הרה"ג רבי חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומסב"ג, בן הגה"צ רבי יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב וחתן הרה"ג רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.
אום 5:00 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג, און דערנאך וועט דער ציבור קענען אריבערגיין אין א שורה פון דרום צו צפון לברך ולהתברך ביום החופה. תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, סעודת החתונה לכל הקהל הקודש תיכף נאך די חופה, הופעת רבינו אום 9:30, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצש''ק פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מאנסי אין שטוב פון הרה''ח ר' נחמי' שלמה ווערצבערגער הי''ו צו א התחלת כתיבת ספר תורה וחתימת שטרות אויף א כתה בבנין התלמוד תורה החדש אין מאנסי, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אינעם ס''ת, און גע'חתמ'ט די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן, און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' מרדכי יואל לעבאוויטש הי''ו ווי עס איז פארגעקומען א רייכע באנקעט לטובת די סניפי ישיבות קטנות שע"י מוסדותינו הק' אין מאנסי
עס האבן אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה''ח ר' הערשל פרידמאן הי''ו און הגה''צ אבד"ק שליט''א, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען קורצע דב''ק וברכה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר'ן רב שליט''א די מנהלים און אלע משתתפים. און געגעבן א מתנה פאר'ן בעל אכסניא הנגיד ר' מרדכי יואל לעבאוויטש הי''ו.
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:25. מנחה: הרה''ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי''ו, הוצאה והכנסה: ר' יואל בר''א ווייס הי"ו, כהן: הרה''ח ר' מענדל מאיר ברז''ל גליק הי''ו, לוי: הרה''ח ר' משה ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל), שלישי: הרה''ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''אלה פקודי המשכן'' און געטייטשט אז די תורה האט די כח אז די חיצונים האבן נישט קיין שליטה אפילו מען איז נאכנישט אינגאנצן ריין פון חטאים, נאכמער עס איז מגינה ומציל אויך אױף די אנדערע מצוות ומעשים טובים אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן, יעצט חודש אדר, משנכנס אדר מרבין בשמחה, הדר קבלוה מתוך אהבה ורצון דאס מיינט די תורה פקודי ה' ישרים משמחי לב.
ידיד נפש: הרה''ג ר' מרדכי מענדל שווארץ שליט''א, קל מסתתר: הרה''ח ר' משה ווערצבערגער הי''ו, שושנת יעקב: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 8:55.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חנני' גאלדבערגער הי''ו, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00.
נאכן דאווענען האט אויפגעטרעטן בפקודת הקודש הרה''ג ר' הערשל קאהן שליט''א לטובת די קאסע להצלת פליטי אוקריינא, בהוראת רבינו שליט''א, צו ראטעווען די אידן בגשמיות וואס וואנדערן ממקום למקום וברוחניות אז זיי זאלן נישט אנקומען צו די ציונים, און נאכן אריבערגיין גוט שבת זאגן זענען אריין בחדרו הפרטי די עסקנים פונעם נייעם וועד, און דער רבי האט אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט''א מו"ץ קהלתינו בלאנדאן, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי''ו (בני ברק).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "אלה פקודי המשכן" און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין צו עס איז תופס קדושה משחרור ביי א גוי.
קה אכסוף: הר''ר שלמה געשטעטנער שליט''א (ביתר), ברכהמ"ז: הגה''צ ר' חיים יעקב רובין שליט''א גאב''ד ציעשנוב וראש ישיבתינו בבארא פארק שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' אייזיק'ל קאלוב'ער זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ז' אדר, און דערנאך מכבד געווען ציעשנוב'ער רב שליט''א צו דערציילן סיפורים. קה רבון עלם: הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א ר''מ במתיבתא ודיין ביהמ''ד דינוב בקר''י.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, דערנאך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יואל בר''א ווייס הי''ו, אז ביום השביעי: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ ר' שלמה רובין שליט''א אב''ד ציעשנוב קר''י. מען האט געענדיגט ארום 12:00.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יודל פריעדמאן הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מענדל עקשטיין הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הר''ר שלום וועבערמאן הי''ו.
עליות. כהן: הרה''ח ר' מענדל מאיר גליק הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ח ר' ישראל אשר לעוו הי''ו, שלישי: בעל שמחה חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו - רבינו שליט''א האט געמאכט די מיט שברך וקריאת השם לבתו הנולד למז''ט, ויקרא שמה בישראל ברכה סימא נאך די באבע די רביצין פונעם עצי חיים זי''ע, רביעי: החתן ב''ר חנני' גאלדבערגער הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר חיים אלי' צוויבל הי''ו - באווארפן, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' לוי יצחק ווערטהיימער הי''ו. ר' משה יודא בר''י עקשטיין הי''ו.
שביעי: החתן ב''ר דוד בר''מ עקשטיין הי''ו - באווארפן, הוספות: החתן ב''ר יואל ברש''ז פאלאטשעק הי''ו - באווארפן, החתן ב''ר יושע עסטרייכער הי''ו, החתן ב''ר נפתלי הירצקא פריעדמאן הי''ו, הרה''ג ר' מרדכי מענדל שווארץ שליט''א ראה''כ בראד (ב''פ), אחרון: הרה''ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' ישעי' זילבערשטיין הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הרה''ח ר' יחזקאל גרינפעלד הי''ו (וומסב''ג). מען האט געזאגט די הפטורת פון ויקהל און פקודי.
מוסף: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק עהרענפעלד הי''ו.
עטליכע מינוט נאכ'ן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבה בהיכלי הפאליש בביהמ''ד הגדול. מען האט געזינגען נגוני שמחה דער רבי האט קידוש געמאכט, דער בעל שמחה חדב''ן הגה''צ ר' יוסף שליט''א האט געזאגט דברי תורה, דער רבי האט אים געוואונטשן לחיים וברכות קדשו און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דברי תורה אויפן פסוק 'אלה פקודי המשכן' און געטייטשט אז די נשים זענען נישט נשכל געווארן מיטן חטא העגל און זכות וואס זיי פירן זיך בצניעות, וואס איז חשוב אזוי ווי א קרבן פארן הייליגן באשעפער, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געזינגען לכבוד די שמחה. מען האט געענדיגט 1:10.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגא' אדר ב' תשפ"ב3/4/2022
באריכט
פרייטאג ב' דר''ח אדר ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין הישיבה קטנה עצי חיים, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה קנין תורה במוסדותינו הק' במאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב''ר אליעזר רובינשטיין הי''ו. צו אמירת ההלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די בחורים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת פקודי א' דר''ח אדר ב', 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יואל ברמ''א ניימאן הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". צו אמירת ההלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען און ביים ליינען עולה געווען רביעי און דערנאך גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פונעם געהויבענעם מסע הקודש קיין מאנטשעסטער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הישיבה לרגל די סיום הש''ס פון הבה''ח אהרן בן הרה''ג ר' זלמן לייב פילאפף שליט''א ממציוני תלמידי הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארים געוואונטשן פארן בחור המסיים די מרביצי תורה און אלע בחורים.
פארמיטאג איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה - סניף טשעסטער, ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לרגל ראש חודש, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' נפתלי שנעעבאלג שליט''א ר''מ בישיבה, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש והתחזקות פאר די בחורים. פארן בענטשן האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד ר''ח אדר דער ידען נפלא הרב הערשל פרידמאן הי''ו מגי''ש בישיבה, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הישיבה הרב שלמה לייב וויינבערגער שליט''א. ביים ארויסגיין האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט ביים נייעם דארמיטארי בנין פאר די ישיבה און די מקוה וואס וועט געבויעט ווערן פאר די געגענט.
נאכמיטאג אים 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: ר' יושע עסטרייכער הי"ו (לאנדאן) - ר' יודא פריעדמאן הי"ו, באולם כינור דוד. הר''ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט''א - הר''ר דוד יודא זילבערשטיין שליט"א, באולם בית רחל פאראדייס.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' גדלי' מתתי' לענעראוויטש הי''ו לע''נ בנו ע''ה אינאיינעם מיט מתפללי ביהמ''ד דברי יואל דקהלתינו הק' בקר''י, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און דערנאך געטרינקן לחיים און ווארים געוואונטשן פאר הרה''ח ר' גדלי' הי''ו און פאר הרה''ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט''א מו''צ הביהמ''ד און פארן גאנצע ציבור.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' יהושע נתן פייפער שליט''א רב דביהמ''ד ברכת מנחם בארא פארק מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די חתונה פון בנו החתן למז''ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און די גאנצע משפחה.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' מענדל בער בר"א ווידער הי"ו - ר' יואל ברמ''ב ווידער הי"ו.
ארום 11:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
נאך מעריב איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל ישיבת אוהל תורה בהנהלת הגאון ר' שמואל צבי מונק שליט''א, בגלילות קרית יואל.
דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן בנין הישיבה און געמאכט די ברכה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט זיך מפלפל געווען א לענגערע צייט מיט די ראשי הישיבה אין די סוגיא פון מתנה על מנת להחזיר וואס מען איז יעצט עוסק אין די ארטיגע ישיבה, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די ראשי הישיבה און די בחורים.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגל' אדר א' תשפ"ב3/3/2022
באריכט
מיטוואך פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פאר תפילת שחרית האט רבינו שליט"א פוקד געווען די ציונים הקדושים פון מרנן רבותינו הק' זיע''א לקראת די שמחת החתונה פון נכדתו בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א קומענדיגן זונטאג בביהמ''ד הגדול בוומסב''ג.
ביים אנקומען אין ביה"ח האט רבינו שליט"א געזאגט די ברכה, דער רבי איז אריין אין אוהל הק' און געצינדן 5 ליכט ביי די ציונים פון רבותינו הק' מרנן בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע"א און ביי אמו הרבנית הצדיקת ע"ה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פון זקינו הגה"ק הישמח משה זיע"א בהתעוררות רב און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק"ז, און דעם יהי"ר נאך תהילים כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט בשעת ווען דער ציבור האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה, מען האט געענדיגט ארום 10:15.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די בחורים פון ישיבה וועלכע האבן געלערנט די שעות רציפות במשך די ימי השובבי''ם, אינאיינעם מיטן מנהל הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א, דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים און געווינטשן ברכת קדשו.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די התמנות פון הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א ר''מ במתיבתא, אלס דיין בביהמ''ד דינוב בקר''י. די לחיים איז געווען מיט די השתתפות פון כ''ק אדמו''ר מדינוב שליט''א, און ס'האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בדברי תורה וחסידות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר האדמו''ר מדינוב און פארן נייעם דיין הרה''ג ר' יואל יצחק שליט''א.
ארום 11:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.