מוצש''ק פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מאנסי אין שטוב פון הרה''ח ר' נחמי' שלמה ווערצבערגער הי''ו צו א התחלת כתיבת ספר תורה וחתימת שטרות אויף א כתה בבנין התלמוד תורה החדש אין מאנסי, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אינעם ס''ת, און גע'חתמ'ט די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן, און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' מרדכי יואל לעבאוויטש הי''ו ווי עס איז פארגעקומען א רייכע באנקעט לטובת די סניפי ישיבות קטנות שע"י מוסדותינו הק' אין מאנסי
עס האבן אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה''ח ר' הערשל פרידמאן הי''ו און הגה''צ אבד"ק שליט''א, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען קורצע דב''ק וברכה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר'ן רב שליט''א די מנהלים און אלע משתתפים. און געגעבן א מתנה פאר'ן בעל אכסניא הנגיד ר' מרדכי יואל לעבאוויטש הי''ו.
נאכן באנקעט איז געקומען אויף א באזוך האדמו''ר מסקולען מאנסי שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️