בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגל' אדר א' תשפ"ב3/3/2022

באריכט
מיטוואך פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פאר תפילת שחרית האט רבינו שליט"א פוקד געווען די ציונים הקדושים פון מרנן רבותינו הק' זיע''א לקראת די שמחת החתונה פון נכדתו בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א קומענדיגן זונטאג בביהמ''ד הגדול בוומסב''ג.

ביים אנקומען אין ביה"ח האט רבינו שליט"א געזאגט די ברכה, דער רבי איז אריין אין אוהל הק' און געצינדן 5 ליכט ביי די ציונים פון רבותינו הק' מרנן בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע"א און ביי אמו הרבנית הצדיקת ע"ה.

דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פון זקינו הגה"ק הישמח משה זיע"א בהתעוררות רב און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק"ז, און דעם יהי"ר נאך תהילים כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט בשעת ווען דער ציבור האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 10:15.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף ויואל משה'. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל י' פסוק ד'.

דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די בחורים פון ישיבה וועלכע האבן געלערנט די שעות רציפות במשך די ימי השובבי''ם, אינאיינעם מיטן מנהל הרה"ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א, דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים און געווינטשן ברכת קדשו.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 12:45.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די התמנות פון הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א ר''מ במתיבתא, אלס דיין בביהמ''ד דינוב בקר''י. די לחיים איז געווען מיט די השתתפות פון כ''ק אדמו''ר מדינוב שליט''א, און ס'האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בדברי תורה וחסידות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר האדמו''ר מדינוב און פארן נייעם דיין הרה''ג ר' יואל יצחק שליט''א.

ארום 11:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 847