בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

שמחת רבינו

← ווייזט אלעס

מאנטאגד' אדר ב' תשפ"ב3/7/2022

נייעס
ובכן צדיקים יראו וישמחו, וישרים יעלוזו, וחסידים ברינה יגילו

שמחת החתונה בחצרות קדשינו הכלה נכדת כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א נעכטן בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגג' אדר ב' תשפ"ב3/6/2022

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

זונטאג פרשת ויקרא, היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו. הכלה נכדת כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א חתן הגה''צ אבדק''ק בית אהרן שליט''א, מיט החתן בנש''ק הרב שלום יחזקאל שרגא שליט"א בן הרה"ג רבי חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומסב"ג, בן הגה"צ רבי יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב וחתן הרה"ג רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.

אום 5:00 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג, און דערנאך וועט דער ציבור קענען אריבערגיין אין א שורה פון דרום צו צפון לברך ולהתברך ביום החופה. תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, סעודת החתונה לכל הקהל הקודש תיכף נאך די חופה, הופעת רבינו אום 9:30, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ז אדר א' תשפ"ב2/28/2022

נייעס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ברכת מזל טוב להוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת נכדתו למז"ט בת הנולד לחדב"ן הגה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו בן הגה"צ אבד"ק קאזלוב שליט"א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ב אדר א' תשפ"ב2/13/2022

בילדער · 2
שמחת התנאים פון נכד כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א החתן בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, נעכטן מוצש''ק אין ביהמ''ד בריזדאוויץ אין בארא פארק בראשות מרן רבינו שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשי"א אדר א' תשפ"ב2/12/2022

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט מוצש''ק קומט פאר די שמחת התנאים פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הבה"ח הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א
בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
עב"ג הכלה ב''ק תחי'
בת הרה"ג רבי יהושע רובין שליט"א
אבדק"ק ראדאוויץ ור"מ בישיבתינו הק' נזר התורה דסאטמאר וומסב"ג.
בן הגה"צ אבדק"ק בריזדאוויץ שליט"א
וחתן כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א.

די שמחת התנאים קומט פאר אין ביהמ''ד בריזדאוויץ אין בארא פארק בראשות כ''ק מרן רבינו שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

מיטוואךח' אדר א' תשפ"ב2/9/2022

באריכט
דינסטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה 'בית מרדכי' אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ו' ז' ח' סניף הר''ר יואל ווערצבערגער שליט''א. ביים אהנקומען האט זיך רבינו שליט''א אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די לימודים פון די תשב''ר.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט תלמידי כתה ג' ד' ה' סניף הר''ר פישל קויפמאן שליט''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מלמדים און די תשב''ר און דערנאך משמיע געווען דב''ק ודברי ברכה פאר די קינדער און ארויסגעברענגט אז היינט ז' אדר די יארצייט פון משה רבינו דארף מען זעהן צו איינהאלטן די תורה וואס משה רבינו האט געגעבן, און לערנען פלייסיג און דאווענען ערליך, נאך די דב''ק האט דער רבי געגעבן שריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר די תשב''ר.

דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט תלמידי כתה ו' ז' ח', צום ערשט האט מען געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מלמדים און די תשב''ר און דערנאך משמיע געווען דב''ק והדרכה בפרט איבער טוען חסד איינער מיטן צווייטן און אויסגעפירט מיט דברי ברכה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

ארום 8:10 ווען רבינו שליט''א איז אנגעקומען קיין וומסב''ג, איז מען צום ערשט אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת המנוח הרה''ח ר' בערל גראס ע''ה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 1:15 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג, ארום 11:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו שליט''א הילד בן הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, רבינו שליט''א האט געשוירן פון די האר, און דערנאך געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר'ן חתן חאלאקע און פון די גאנצע משפחה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשד' אדר א' תשפ"ב2/5/2022

נייעס
שמחת פדיון הבן פון נכד כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן להרב משולם זושא ראזענבוים שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, פארגאנגענעם פרייטאג בביהמ''ד אבני צדק דקהלתינו הק' בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגב' אדר א' תשפ"ב2/3/2022

באריכט
מיטוואך פ' תרומה ב' דר''ח אדר א', 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי ביים אנקומען אין ביהמ''ד איידער תפילת שחרית האט זיך רבינו שליט''א געטראפן און באגריסט מיט הגה''צ ר' אשר עקשטיין שליט''א דומ''ץ בעלזא בארא פארק, ווי ער האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן זיין נייע ספר, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' חיים אברהם קעסלער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ההלל. ביים ליינען האט עולה געווען, שלישי דער בעל שמחה נכד רבינו הרב צבי הירש מייזליש שליט''א, און רביעי רבינו שליט''א, גלילה נכד רבינו הב' החתן יחזקאל שרגא מייזליש, צו מוסף איז צוגעגאנגען דער בעל שמחה הרב צבי הירש מייזליש שליט''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד לנכדו הרב צבי הירש מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, רבינו שליט''א איז געווען סנדק ומוהל, סנדק מעומד: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, אמירת הברכות האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה''צ אבד''ק טארניפאל שליט''א ויקרא שמו בישראל 'אלכסנדר אשר' על שמו פונעם זיידן הגה''צ אבד''ק טארטיקוב זצ''ל.

נאכן ברית איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה בהיכל הישיבה, אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש און שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט''א מתלמידי הישיבה.

בשעת די סעודה האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה דער אבי הבן נכד רבינו הרב צבי הירש מייזליש שליט''א, מיט'ן זמר 'ברכו נפשי' האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הישיבה הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א, מיט יום ליבשה נכדו הב' החתן יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א, און דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש, און דער חתן האט געזאגט א פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן הגה''צ אבד''ק טארניפאל שליט''א, און די הרחמן'ס חתנו הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט בריקודי קודש בתופים ובמחולות, ווי דער רבי האט געטאנצן מיט נכדו החתן און חתנו הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, מען האט געענדיגט ארום 2:15.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יוסף לייב זילבערשטיין הי"ו (וומסב''ג)- ר' יואל ברי''א זילבערשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' חיים שלום ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל) - ר' זלמן לייב אפעל הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:45. ארום 10:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בערך אים 11:45 איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביי די שמחת החתונה בבית גיסו כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו און דערנאך ארויס אין א טאנץ מיט'ן חתן און מיט גיסו האדמו''ר מוויזניץ שליט''א און די איבעריגע מחותנים, בערך אים 1:30 איז רבינו שליט"א צוריק אהיים געפארן למעון קדשו אין קרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךא' אדר א' תשפ"ב2/2/2022

נייעס
סעודת ברית מילה בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט'ן שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט''א מתלמידי הישיבה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
שמחת הברית מילה נאך תפילת שחרית פון נכד רבינו בן להרב צבי הירש מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פ' תרומה א' דר''ח אדר א', 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה 'ישמח משה' בקר''י בהנהלת הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט''א. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל קרויס הי"ו.
ב"ר חיים אליעזר פאלקאוויטש הי"ו.
ב''ר קלמן יעקב ווייס הי''ו.

רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ההלל. און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די בחורים.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל יחזקאל משולם טעללער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:35 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

ארום 8:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין וומסב''ג, און איז צום ערשט אריבער אויף ניחום אבלים בײ משפחת הרה''ח ר' חיים משה לויפער ז''ל. און דערנאך ביי הרה''ח ר' יעקב הערש פריעדמאן שליט''א ובנו מוה"ר יואל הי''ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' ב"פ, ע''פ אשתו / אמו ע''ה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:45 ביז 12:30 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. ארום 11:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 12:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די לעגאסי זאל אין ב"פ, מפאר זיין בראש שמחת החתונה בחצרות קדשינו, החתן נכד רביה''ק בעל ברך משה זי''ע, בן הרה''ג ר' צבי הירש מייזליש שליט''א רב בית מדרשינו בית נחום דוב בוומסב''ג בן הגה''צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט''א.

דער רבי האט טועם געווען לכבוד די שמחה און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן, די מחותנים אין די זיידעס, דערנאך האט הרה''ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו בדחנא דמלכא אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן עבודת קדשו ביים מצוה טאנץ, און אויך געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים, און איז עקסטער ארויס אין א פייערליכן טאנץ מיט גיסו הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.

נאך די מצוה טאנץ האט דער רבי געוואונטשן פאר די כלה כנהוג, און בערך אים 1:40 איז רבינו שליט"א צוריק געפארן למעון קדשו אין קרית יואל.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מודעה
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט קומט פאר די שמחת הברית מילה פון נכד כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד לנכדו הרב צבי הירש מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, נאך תפילת שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף ברך משה' בראשות כ''ק מרן רבינו שליט''א.

נאכן ברית וועט פארקומען די סעודת ברית מילה בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט'ן שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט''א מאריות שבחבורה בהיכל הישיבה.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס