נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה יעקב ווערצבערגער הי"ו - ר' יודא מאשקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד. און ביי די חופה פון די מחותנים הרה''ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט''א - הרה''ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א מו''ץ ביהמ''ד מהרש''א דקהלתינו בקר''י, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' שמעי קעסלער הי"ו (וומסב''ג) - ר' חיים משה ביטמאן הי"ו.
ארום 10:10 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת התאחדות אברכים דקהלתינו הק' במאנסי אינאיינעם מיט ראשי קהלתינו הק' און הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א, אפנעמען ברכות קדשו לקראת דעם יערליכן כינוס אנ''ש ומלוה מלכה קומענדיגן מוצש''ק, רבינו שליט''א האט זיך נאכגעפרעגט אויף די אקטיוויטעטן און געטרינקן לחיים און מאציל געווען ברכות קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' פנחס ווינד שליט''א דיין ומו''ץ בק''ק בעלזא ויו''ר בית הוראה לעניני ריבית, דער דיין שליט''א האט געגעבן פאר'ן רבי'ן זיינע חיבורים בהלכות ריבית, און עס האט זיך פארמירט א לענגערע הלכה'דיגע שמועס אין די שווערע מקצוע, רבינו שליט''א האט מאציל געווען מברכות קדשו פארן חשוב'ן דיין און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגו' אדר א' תשפ"ב2/7/2022
באריכט
זונטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהלים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק ב'.
אין די פארמיטאג שטונדן ארום 3:00 זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבת אהל תורה פון לעיקוואד בהנהלת הרה"ג ר' מרדכי שלעזינגער שליט"א, ווי רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברי חיזוק ועידוד פאר די בחורים, דערנאך זענען אלע בחורים אריבער און דער רבי האט געוואונטשן דעם ראש הישיבה און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט''א - ר' אהרן קרויס הי''ו, באולם כינור דוד. און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א - דומ''ץ ביהמ''ד בנין געלבשטיין דקהילתינו הק' שכונת קעסקעיד וומסב"ג - הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון מוה"ר שלום אליעזר פרענקל הי"ו גזבר וומסב"ג, וואס האט געקויפט א כיתה בבנין הבית רחל שע"י מוסדותינו הק' אין וומסב"ג. נאך א לענגערע שמועס מיט די הנהלת המוסדות איבערן וואוקס פון די מוסדות בליעה"ר און איבערן פראגרעס פון די בניני המוסדות וואס ווערן יעצט געבויעט אין וומסב"ג, האט מען געחתמ'ט די שטרות און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכתו הק' פאר'ן נדבן ר' שלום אליעזר מיט זיינע קינדער און אייניקלך און פאר די חברי ההנהלה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב.
בערך אום 9:20 האט מען מפסיק געווען און רבינו שליט"א איז אריבער צו די לוי' פון הרבני הנכבד ר' בערל גראס ז"ל (וומסב"ג), פארענט פונעם ביה"ח דקהלתינו הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגה' אדר א' תשפ"ב2/6/2022
מודעה
מסע הקודש שבת שקלים בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
ביהמ''ד החדש דקהלתינו הק' שכונת קוועיקיר הילל בגלילות קרית יואל.
ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שטוב פון הרה''ח ר' יודא זאב קליין הי''ו חבר וועד השכונות קר''י דקהלתינו הק', אין שכונת קוועקיר היללס בגלילות קרית יואל, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד גמר המקח וחתימת שטרות פארן נייעם בנין הביהמ''ד ומקוה דקהלתינו הק' אין די ארטיגע געגנט וואס וועט געבויעט ווערן אויף א ריזן שטח.
עס איז אויך אנוועזנד געווען הרה''ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט''א רב דשכונת סמיט פארעם ור''מ במתיבתא. ביים אנקומען האט ר' יודא זאב געוויזן פארן רבי'ן די סקיצעס און פלענער פונעם נייעם ביהמ''ד דקהלתינו הק' אינעם געגנט, דערנאך האבן אויפגעטרעטן הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו ראה''ק דקהלתינו הק', און דער פטרון הרה''ח ר' יודא זאב הי''ו, רבינו שליט''א נאכ'ן חתמנ'ן די שטרות האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברי ברכה, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר ר' יודא זאב און פאר אלע משתתפים.
ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מאנסי ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביי די סעודת מלוה מלכה ומסיבת הכרת הטוב פאר מלמדי מוסדותינו הק' במאנסי, פארגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי''ו מנהל מוסדותינו הק' ומראשי הקהילה. מען האט געזינגען די זמירות פון מוצ''ש און עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א. דערנאך האט רבינו שליט''א געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון די מצדיקי הרבים און מאציל געווען מברכות קדשו לכל העם הנאספים.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אינעם ביוראו פון הרה''ח ר' משה יצחק לאנדא הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות אויף זכותים אדירים וואס ער האט אפגעקויפט אינערהאלב קהלתינו ומסדותינו הק', זכות כתה אינעם בנין הת''ת החדש במאנסי, א זכות שער בבנין הבית חינוך לבנות בני ברק, זכות כיור וכנו בביהמ''ד הגדול בקרית יואל. רבינו שליט''א האט קובע געווען א מזוזה און נאכ'ן חתמנ'ן האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת תרומה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:25. און עס איז פארגעקומען די אפיעל פאר כולל זיבענבערגען רמבעה''נ בארה''ק. דערנאך איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרה''ח ר' יודל שטיינמעץ הי''ו.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' מאיר סימאן שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש "בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב''ה ויקחו לי תרומה" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למקרא או למסורות.
קה אכסוף: הרה''ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי''ו (וומסב''ג), ברכהמ"ז: הרה''ג ר' אברהם עקשטיין שליט''א רב דקהל בוענאס איירעס וומסב''ג.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק רבי ברוך מגארליץ זצ"ל וואס די יארצייט איז געפאלן פארגאנגענעם מיטוואך א' אדר. קה רבון עלם: הרה''ג ר' יוסף דוד כוואן שליט''א ראש הכולל בארגעטינע.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה''ג ר' חיים משה גראסבערג שליט''א (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:15.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:15. פסוקי דזמרה: הר''ר אשר מענדל כהנא שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט''א.
עליות. כהן: החתן ב''ר אשר מענדל כהנא הי''ו - באווארפן, לוי: החתן ב''ר שמואל מאיר לעווי הי''ו - באווארפן, שלישי: החתן ב''ר שלמה אלימלך שטיין הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר יוסף לייב זילבערשטיין הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר יושע שמואל ווידער הי''ו - באווארפן, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' יואל ברש''ז פאלאטשעק הי''ו. ר' יום טוב לעווי הי''ו. ר' יואל בר''וו פערל הי''ו. ר' אשר אנטשיל ניימאן הי''ו.
שביעי: החתן ב''ר משה מנחם שלעזינגער הי''ו, אחרון: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג), מפטיר: הרה''ח ר' אייזיק זילבערשטיין הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' יואל בר''א שווארץ הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי''ו.
מוסף: הרה''ח ר' אהרן פראנקל הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' דניאל בוכינגער הי''ו (מאנסי).
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:10. מנחה: הרה''ח ר' יוסף לייב זילבערשטיין הי''ו (וומסב''ג), הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי''ו (וומסב''ג), כהן: הרה''ח ר' שמעון ישראל כהנא הי''ו (מאנטריאל), לוי: הרה''ח ר' משה מאיר גאטליב הי''ו, שלישי: הרה''ג ר' ישראל בער שטיין שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' יוסף זאב מויזקאפ הי''ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן מדרש ''בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב''ה ויקחו לי תרומה'' און געטייטשט אז דער באשעפער איז מעורר אידישע קינדער צו תשובה, נאר אפילו מען ווערט נישט נתעורר תיכף ווערט אויך נתקבל די תשובה מיטן כח פון שמירת שבת, וואס איז די ראי' אז אידן זענען בנים למקום און אויף א קינד איז נישטא די קשיא פון אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי, מען דארף אויסניצן דעי וואך די לעצטע הוספה לימי השובבי''ם צו תשובה מתוך שמחה ואהבה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' יוסף זאב מויזקאפ הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' יודל שטיין הי''ו, שושנת יעקב: הרה''ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 8:20.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
שבת קודשד' אדר א' תשפ"ב2/5/2022
ווידיאו
שמחת פדיון הבן פון נכד כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן להרב משולם זושא ראזענבוים שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, פארגאנגענעם פרייטאג בביהמ''ד אבני צדק דקהלתינו הק' בקר''י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית פארגאנגענעם פרייטאג תרומה בביהמ''ד אבני צדק דקהלתינו הק' בקר''י, לרגל שמחת פדיון הבן פון נכדו בן להרב משולם זושא ראזענבוים שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג פר' תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו אבני צדק בקר''י לרגל די שמחת פדיון הבן פון נכדו בן הנולד להרב משולם זושא ראזענבוים שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א. רבינו שליט"א האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די סעודת פדיון הבן בהיכל הביהמ''ד, רבינו שליט''א האט זיך געוואשן צום סעודה, און געפענט די חלה אהן א מעסער כנהוג אים ערש''ק.
אלס כהן הפודה האט געדינט הרב אהרן ארי' כ''ץ שליט''א חתן הגה''צ ר' מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א מטרעבישאן. נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן לחיים און געווינטשן פארן בעל שמחה פאר די זיידעס און פארן גאנצן ציבור.
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן בדברי תורה דער אבי הבן הרב משולם זושא שליט"א, דער זיידע חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, און דער עלטער זיידע הגה''צ אבד''ק אודווארי שליט''א.
נאך די פלייש האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק בעניני פדיון הבן, ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם כהן הרב אהרן ארי' כ''ץ שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
בעת זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ג ר' יו''ט יוזשעף שליט''א לע''נ בנו מוה''ר ר' אליעזר צבי ז''ל מהרוגי מירון, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און געטרינקן לחיים און דערנאך געוואונטשן מיט א רגש פאר ר' יו"ט און די בני המשפחה.
ארום 11:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.