בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

שמחת רבינו

← ווייזט אלעס

דינסטאגי"ז טבת תשפ"ב12/21/2021

באריכט
מאנטאג פר' שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' נפתלי הירצקא שווארץ הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד מאיר ווייס הי"ו (וומסב"ג).

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים, ר' יואל בר''מ קליין הי''ו - ר' בעריש שטערן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס, דערנאך האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די מחותנים ר' שמואל הכהן שעהנברוין הי"ו - ר' אברהם יושע גפן הי"ו.

ארום 8:40 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און נאך מעריב איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין בארא פארק מפאר זיין ביי די שמחת החתונה פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זצוק"ל, החתן בן הרה''צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א וחתן הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א.

ביים אנקומען אין בארא פארק האט זיך רבינו שליט''א קודם משתתף געווען ביי די שמחת השבע ברכות בבית הרבני הנגיד ר' אברהם יושע לעוו הי''ו - נכד רביה''ק העצי חיים זצוק"ל דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן, די מחותנים און די זיידעס און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד.

פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די שטוב פון הנגיד ר' יעקב ברוינער הי''ו, ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות אויף א זכות וואס ער האט אפגעקויפט אין די מקוה טהרה אין קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.

פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די שטוב פון הרבני הנגיד הנכבד ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי''ו ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות אויפ'ן זכות אדיר פונעם ''שם הבנין'' פון די מקוה טהרה אין קרית יואל פאר'ן פאנטאסטישע סומע פון אריבער דריי מיליאן דאלאר, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע לענגערע שמועס, און דערנאך האט דער רבי מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן און פאר די גאנצע משפחה.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 11:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום ביהמ''ד הגדול דק"ק באבוב אין בארא פארק צו מפאר זיין די שמחת החתונה בחצרות קדשינו פון נכד רביה''ק בעל ברך משה זצוק"ל.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און פאר האדמו''ר מבאבוב שליט''א ולעומתו ברוך יאמר ש"ב דער באבוב'ער רב שליט"א מיט א נאנטע ידידות, און דערנאך פאר די איבריגע מחותנים און זיידעס.
רבינו שליט"א האט דערנאך געטאנצן מיטן חתן, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט ש"ב האדמו''ר מבאבוב שליט''א, און דערנאך ממשיך געווען מיט'ן מחול לצדיקים מיט די איבעריגע מחותנים און זיידעס.

דערנאך האט האדמו''ר מבאבוב שליט''א ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס ווען אינטערוועגנס ווערט פארפירט א שיינער שמועס פון אינטערעסאנטע ענינים איבער הגה"ק הארי' דבי' עילאי זי"ע וועמעס יארצייט ס'געפאלט היינט י"ז טבת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"א טבת תשפ"ב12/15/2021

באריכט
דינסטאג פר' ויחי - עשרה בטבת - 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל בר''א עקשטיין הי"ו.
ב"ר יואל ברי''ד לאנדא הי"ו.

ביי סליחות האט מען געזאגט קודם תחנון ונפילת אפים נאך די שמו"ע און דערנאך די סליחות, כנהוג. בעל תפילה איז געווען הר''ר שמואל קרויס הי''ו. און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי - מפטיר. און ביים זמן ר''ת האט דער רבי געדאווענט מעריב.

ארום 8:10 איז רבינו שליט''א אהנגעקומען קיין וומסב''ג ווי עס איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו שליט''א הילד בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א אין שטוב פון סיגוטער רב שליט''א.

רבינו שליט''א האט געשוירן פון די האר, און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר בנו הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א און זיין גאנצע משפחה.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:45 ביז 12:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגט' טבת תשפ"ב12/13/2021

באריכט
זונטאג פר' ויחי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו.
ב''ר שמחה פנחס פריעדמאן הי''ו.
ב''ר יואל יעקב שעהנברוין הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו שליט''א בן לחדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו, אין שטוב פון הגה''צ ר' יוסף שליט''א.

רבינו שליט''א האט אפגעשוירן די האר, און דערנאך מכבד געווען די זיידע הגה''צ אבד''ק קאזלאוו מאנסי שליט''א און די אבי הבן צו שערן די האר. דערנאך האט זיך דער רבי שליט''א געוואשן צו א סעודה, און במשך די סעודה האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן איבער די נושא פון די מזוזות און נאך. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי שליט''א מכבד געווען די זיידע הגה''צ אבד''ק קאזלאוו שליט''א.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי אום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יעקב מרדכי גראס הי"ו - ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' בנימין זאב שווארץ הי''ו - ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז ארום 11:00.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' משה זאבעל הי"ו - ר' יודא שניצער הי"ו.
ר' דוב מארקאוויטש הי"ו - ר' וואלף פערל הי"ו.

ארום 9:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארענט פון ביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשז' טבת תשפ"ב12/11/2021

באריכט
שב"ק פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שמעון עוזר מיטטעלמאן ברמ''י הי''ו (מאנסי). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30. און נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, דערנאך איז רבינו שליט''א אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש קודש.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרה''ח ר' אפרים משה לעווי הי''ו (מראשי קהלתינו הק' בני ברק).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' אפרים משה לעווי הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט''א מו''ץ בית מדרשינו מהרש''א בקר''י.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ובני דן חושים" און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין ווי אזוי מען מאכט די חשבון פון די שבעים נפש וואס זענען אראפ קיין מצרים.

קה אכסוף: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, ברכהמ"ז: נכד רבינו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק בעל ערך ש''י זצ"ל, וואס די יארצייט איז געפאלט מיטוואך י''א טבת. קה רבון עלם: הרה''ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער הי''ו (מאנטריאל). די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, דערנאך איז פארגעקומען דער שלום זכר ביי ר' שלמה ברוך בר''מ טייטלבוים הי''ו, און ביי ר' יואל ברא''ה בערקאוויטש הי''ו. אז ביום השביעי: הר''ר יחזקאל יואל סאנדל הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:10.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:15. פסוקי דזמרה: הר''ר הערשל כ''ץ הי''ו (וומסב''ג) , צו שחרית האט רבינו שליט''א צוגעשיקט הרה''ג ר' יואל מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטריאל שליט''א.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' בערל פאלאטשעק הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אברהם שלום לאנדא הי''ו.

עליות. כהן: החתן ב''ר משה כ''ץ הי''ו - באווארפן, לוי: החתן ב''ר חיים שלום ווערצבערגער הי''ו (מאנטריאל), שלישי: בעל שמחה הרה''ג ר' יואל מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטריאל שליט''א - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, רביעי: החתן ב''ר יעקב מרדכי גראס הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר יואל דוד ווייס הי''ו - באווארפן, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביים בעל שמחה ר' שאול גרשון ווייס הי''ו.
שביעי: החתן ב''ר אלעזר יוסף דייטש הי''ו. הוספות: החתן ב''ר יושע הערש פריינד הי''ו, החתן ב''ר שמעון שטערן הי''ו, אחרון: החתן ב''ר יואל ראזענפעלד הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' ליפא גראס הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' אלחנן משה פעלדמאן הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הרה''ח ר' דוד יודא קאהן הי''ו.

מוסף: הרב ישעי' רובין שליט"א בן האדמו''ר מסוליצא שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי''ו (בארא פארק).

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אראפגעגאנגען אין 'חדר דוד' בביהמ''ד הגדול ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די שמחת הקידושא רבא בחצרות קדשינו בת הנולד אצל הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק קהלתינו מאנטריאל שליט"א, דער רבי האט קידוש געמאכט און געשמועסט בסיפורי צדיקים, מען האט געזונגען לכבוד די שמחה און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פארן בעל שמחה פאר די בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגג' טבת תשפ"ב12/7/2021

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון תפארת מרדכי אין בארא פארק מפאר זיין בראש בשמחת החתונה בחצרות קדשינו החתן נכד רביה''ק בעל ברך משה זי''ע, בן הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

רבינו שליט''א האט מסדר געווען די כתובה, און געמאכט דעם קבלת קנין, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן מחותנים זיידעס און פארן גאנצן ציבור.

ביי די חופה איז רבינו שליט''א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, און נאך די חופה געוואונטשן ברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה אלי' וויינשטאק הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות אויף א שטוב וואס ער האט אפגעקויפט אינעם מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אינעם נייעם אפיס פון הרבני הנגיד ר' פנחס משה לאנדא הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות אויף א שטוב וואס ער האט אפגעקויפט אינעם מקוה טהרה החדש אין קרית יואל, רבינו שליט''א האט קובע מזוזה געווען און גע'חתמ'ט די שטרות מיטן נדבן און דערנאך געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די גאנצע משפחה.

רבינו שליט''א איז דערנאך אריבער געפארן קיין וומסב''ג ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען כ''ק אדמו''ר מקארלסבורג שליט''א ומשפחתו ע''פ אשתו ע''ה.

ארום 11:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.

אים 11:55 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון תפארת מרדכי אין בארא פארק ביים חתונה בחצרות קדשינו, דער רבי האט טועם געווען לכבוד די שמחה און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן מחותנים אין זיידעס, מיט ברכהמ''ז איז מכובד געווארן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, מיט די ברכות זענען נתכבד געווארן די קרובי המשפחה און מיט ברכה אחריתא הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א.

נאכן בענטשן האט הרה''ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו בדחנא דמלכא אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר'ן חתן און פאר אחיו הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א און פאר די מחותנים און די גאנצע ציבור, און דערנאך אפגעראכטן עבודת קדשו ביים מצוה טאנץ, און אויך געטאנצן מיטן חתן ומחותנים און דערנאך ארויס אין עקסטערע ריקוד מיט אחיו הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

נאך די מצוה טאנץ האט דער רבי געוואונטשן פאר'ן כלה כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 12:50

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

מאנטאגב' טבת תשפ"ב12/6/2021

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט קומט פאר די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן בן הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א אב''ד סאסוב ב''פ בן כ"ק אדמו''ר מסאסוב שליט''א שליט"א חתן הגה"צ אב"ד קהלתינו ב''פ 15 שליט"א מיט הכלה בת הרה''ג ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ ב"פ בן כ''ק אדמו''ר מאלעסק שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא י"ם שליט"א.

די שמחת החתונה קומט פאר אין די זאלן פון תפארת מרדכי אין בארא פארק, ווי דער גרויסער פעטער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט מפאר זיין בראש השמחה און אפרעכטן די עבודת הקודש ביים מצוה טאנץ.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגח' כסלו תשפ"ב11/12/2021

באריכט
פרייטאג פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אליקים יודא קרויס הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות. און די ברית לבן הנולד להרה''ג ר' יואל ברי''ח גרינפעלד שליט''א, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר פישל סופר הי"ו.
ב"ר יואל וויינבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו שליט''א החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי - מתלמידי הישיבה בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א - חדב''ן.

מען האט געזונגען עטליכע נגוני שמחה, עס האט אויפגעטרעטן די מנהל הישיבה הרה''ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט''א און הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און מכבד געווען די חתן צו זאגן די פשעטל און געוויזן אריינצוזונגען כנהוג, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט''א ( מאנסי).

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ו' פסוק ג', און ארומגערעדט איבער די תקנה פונעם מייסד הישיבה רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע אז בחורים זאלן זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונות פון די חברים און מעורר געווען זיך האלטן שטארק און איינהאלטן די תקנה.

נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
הרה''ג ר' דניאל דוד שטיינבערג שליט''א - ר' מאיר וועזעל הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' יוסף מענדל פרידריך הי''ו - ר' אברהם מאיר מיללער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין וומסב''ג מפאר זיין די שמחת התנאים בחצרות קדשינו הכלה בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

צום ערשט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו החדש והמפואר "בנין בראך" ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א געוואלדיגער קורת רוח אויף די הונדערטער לומדים וואס זענען געזעצן אין געלערנט אינעם היכל הביהמ''ד הגדול והמפואר, און דערנאך געדאווענט מעריב אין חדר דברי יואל אינעם ביהמ''ד.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו המפואר "בית מנחם צבי ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א געוואלדיגער קורת רוח אויף די הונדערטער לומדים וואס זענען געזעצן אין געלערנט אינעם ריזן היכל הביהמ''ד.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שמחת התנאים פון הכלה בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א אין די זאלן פון כתר צבי.

צווישן אנדערע האבן זיך משתתף געווען ביים שמחה די פעטער'ס כ''ק אדמו''ר מוויזניץ וומסב''ג שליט''א, כ''ק אדמו''ר מקיוויאשד שליט''א, כ''ק גאב''ד ציעשנוב שליט''א, הגה''צ אב''ד נעפלעמיץ שליט''א, און נאך.

במשך די שמחה האבן אויפגעטרעטן דער זיידע פונעם חתן הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א ראה''כ אברכים, און הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, און דערנאך מכבד דעם זיידע הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א צו ליינען די תנאים.

דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און מכבד געווען די חתן צו זאגן די פשעטל און געוויזן אריינצוזונגען כנהוג.

ביים ענדיגן איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב, מען האט געענדיגט ארום 11:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגז' כסלו תשפ"ב11/11/2021

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת התנאים פון הכלה נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בת הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א, מיט החתן בן הרה"ג רבי חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומסב"ג בן הגה"צ רבי יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב חתן הרה"ג רבי יקותיאל טייטלבוים שליט"א.

די שמחת התנאים קומט פאר אין די זאלן פון כתר צבי אין וומסב''ג בראשות כ''ק מרן רבינו שליט''א.

מארגן פרייטאג קומט פאר די מסיבת לחיים לרגל די קישור החיתון פון נכד מרן רבינו שליט"א החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי ממציוני תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א חדב"ן, מיט הכלה בת הגה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער.

די מסיבת לחיים קומט פאר נאך שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

פרייטאגא' כסלו תשפ"ב11/5/2021

באריכט
מיטוואך פר' תולדות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי.

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר בנימין זאב שטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן מנהל הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א און פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע תלמידים.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק צום ערשט בדברי דרוש אין די סוגיא וואס מען לערנט אין ישיבה אין מס' בבא בתרא און דערנאך ארומגערעדט בשבח הישיבה ווי מען זיצט און מען איז עוסק בתורה און משמיע געווען דברי חיזוק.

ביים סוף פון די דב''ק האט רבינו שליט''א ארויסגעברענגט רגשי לבבו צום בעפארשטייענדע מסע קודש ושבתי צום עיר האבות סיגוט און דערמאנט די געוואלדיגע קדושה וואס ליגט איינגעזאפט אין שטאט און מסיים געווען בברכות קדשו מען זאל פויעלען אלעס גוטס.

דערנאך האט הרה''ג ר' ישראל יעקב זיידענפעלד שליט''א מנהל הישיבה איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א א כוללות קוויטל פון די תלמידי הישיבה, דערנאך זענען די בחורים אריבער זיך געזעגענען און ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיט כי מלאכיו און קה זכות אבות.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

נאך מנחה האבן די תלמידי הישיבה ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיט כי מלאכיו.

אויפדערנאכט ארום 9:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען און וואונטשן מזל טוב לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ח מרחשון תשפ"ב11/3/2021

באריכט
דינסטאג פר' תולדות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל מנחם שימאן הי"ו.
ב"ר יואל הלוי הירש הי"ו.
ב''ר יוסף שאול ליכטענשטיין הי''ו.
ב''ר יואל וויינשטיין הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ו' פסוק ב'. און נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 1:20 בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 11:15 איז פארגעקומען די שמחת קישור החיתון בחצרות קדשינו הכלה ב"ק תחי' בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, עב"ג הבה"ח הרב שלום יחזקאל שרגא שליט"א בן הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומסב"ג, בהשתתפות פון די חשובע זיידעס וקרובי המשפחה ווי מ'האט געטרינקן לחיים און געשלאסן דעם שידוך בשעטומ"צ און ס'איז פארפירט געווארן א הערליכער שמועס איבער די אבות המשפחה רבותינו הק' זיע"א.

ארום 12:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ו מרחשון תשפ"ב11/1/2021

באריכט
זונטאג פר' תולדות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל".

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ו' פסוק ב'.

דערנאך איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אין בית השחיטה, און נאכדעם געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:15.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' ישראל לייב כהן הי"ו - ר' יואל בר''ה בראך הי"ו.
הר''ר אלעזר מענדל פילאפף שליט''א - הר''ר דוד גרינפעלד שליט''א.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 11:25 איז רבינו שליט''א אריבער געקומען בבית מדרשינו בבלומינגראוו ווי דער רבי האט מפאר געווען בראש השמחה פונעם שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דקהלתינו בבלומינגראוו, צוגעשטעלט דורך קהלתינו הק' לכבודו פונעם רב שליט''א.

עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' יואל שליט''א, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק לכבוד השמחה ודברי הדרכה פאר אנ''ש תושבי בלומינגראוו, און מעורר געווען אין די ענינים פון תורה תפילה און צניעות, מען זאל ממשיך זיין די קדושה פון שטאט קרית יואל אין די געגענטער ארום, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשובע רב וואס איז משפיע אויף די גאנצע געגענט, און ארויסגעברענגט די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק פון בית מדרשינו און ארויסגעברענגט אז אנ''ש זאלן קומען דאווענען בבית מדרשינו אפילו אויב מען וואוינט ווייט און זיך האלטן צוזאמען אויפן ריכטיגן דרך המסורה, דערנאך האט דער רבי דערמאנט די הרחבת גבולי הקדושה ווי מען פארברייטערט די ביהמ''ד וואס איז שוין צר מהכיל, און מסיים געווען בברכות קדשו פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט מען געבענטשט און רבינו שליט''א האט געזאגט די שבע ברכות.

נאכן בענטשן האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די חתן מחותנים און זיידעס.

ארום 12:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ''ד.

נאך מעריב האט זיך רבינו שליט''א נאכגעפרעגט ביי די עסקני קהלתינו הק' בבלומינגראוו איבער די בלי און וואוקס פונעם געגענט, און געהערט א באריכט פון די גבאי קביעות עתים איבער די שיעורים אינעם ביהמ''ד און אנגעוואונטשען ברכות לרוב, צווישן אנדערע האט רבינו שליט''א אויך אנגעוואונטשען פארן קאנדידאט וואס לויפט צו קענען אריינגיין אינעם טאון אין בלומינגראוו צו קענען אויפטוען למען הכלל והפרט.

בביתו נאוה קודש איז געקומען אויף א באזוך צו רבינו שליט''א הרה''צ ר' יצחק טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען צום שמחת החתונה פון בנו וועלכע קומט פאר קומענדיגן וואך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס