בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"א טבת תשפ"ב12/15/2021

באריכט
דינסטאג פר' ויחי - עשרה בטבת - 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל בר''א עקשטיין הי"ו.
ב"ר יואל ברי''ד לאנדא הי"ו.

ביי סליחות האט מען געזאגט קודם תחנון ונפילת אפים נאך די שמו"ע און דערנאך די סליחות, כנהוג. בעל תפילה איז געווען הר''ר שמואל קרויס הי''ו. און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי - מפטיר. און ביים זמן ר''ת האט דער רבי געדאווענט מעריב.

ארום 8:10 איז רבינו שליט''א אהנגעקומען קיין וומסב''ג ווי עס איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו שליט''א הילד בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א אין שטוב פון סיגוטער רב שליט''א.

רבינו שליט''א האט געשוירן פון די האר, און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר בנו הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א און זיין גאנצע משפחה.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:45 ביז 12:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️