בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

פרייטאגי"ג טבת תשפ"ב12/17/2021

באריכט
פרייטאג פר' ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב''ר שמשון יואל ווייס הי''ו.
ב"ר אלעזר אלימלך פארגעס הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

דערנאך האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יצחק עהרענפעלד הי''ו ע"פ אשתו ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פר' ויחי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יושע הערש גרינפעלד הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל הלוי מאשקאוויטש הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 3:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. ווי עס איז - ווי שוין ברייט באריכטעט נעכטן - פארגעקומען די אסיפת רבני ודייני עיר קרית יואל והגלילות יצ''ו און בעפארברייטונג צום היסטארישן אסיפת העיר קרית יואל והגלילות. - זעט פולע באריכט ביי די פריערדיגע מעלדונגען -.

ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און ביים זמן געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב איז געקומען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי רבינו שליט''א כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א איינלאדענען רבינו שליט''א צו די שמחת החתונה פון נכדו וואס איז פארגעקומען נעכטן נאכט אין קר''י, עס האט זיך פארצויגן א שיינעס שמועס און דער רבי האט אים געוואונטשן ברכות קדשו און פאר די מחותנים און בני המשפחה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו - ר' ישעי' שבתי בראך הי"ו, באולם כינור דוד.

דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פארדייס צום שמחת החתונה פון נכד כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א החתן בן בנו הרה''ג ר' ברוך הורוויץ שליט''א וחתן האדמו''ר מליטשיק שליט''א מיט הכלה בת הרב אייזיק כהנא שליט''א בן האדמו''ר מספינקא קר''י זצ''ל, רבינו שליט''א האט מסדר קידושין געווען און נאך די חופה זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די חתן מחותנים אן זיידעס, און דערנאך געוואונטשן ברכות קדשו.

ויאספו אליו כל בני העיר

אויפדערנאכט איז פארגעקומען - ווי שוין ברייט באריכטעט נעכטן - די היסטארישע אסיפת העיר קרית יואל והגלילות ווי מען האט באפעסטיגט די רוחניות'דיגע יסודות וואס איז אראפגעשטעלט געווארן דורכן מייסד העיר רביה''ק זי''ע. א אומגלויבליכע מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט ווען אלופי אלפי תושבי עיר קרית יואל והגלילות זקנים עם נערים האבן מיט א פייערדיגע שטימונג איבערגעפילט דעם ריזן ביהמ''ד הגדול מיט אלע אירע פאלישען פליגלען און גארלעריען און זענען זיך צוזאמגעקומען כולם כאחד לשמוע את דבר ה' דב''ק וחובת השעה פונעם מרא דאתרא קדישא מרן רבינו שליט''א.

ארום 8:10 האט דער יו''ר המעמד הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט''א רב דביהמ''ד דברי חיים וממובחרי תלמידי רביה''ק זי''ע געעפענט דעם מעמד, דערנאך האט הגאון הגדול דומ''ץ העיר שליט''א משמיע געווען דעם דבר ה' זו הלכה איבער די יסודות וואס רביה''ק זי''ע האט אוועקגעשטעלט די שטאט וואס ווערט געפירט דורך ממשיך דרכו ומרא דאתרא קדישא מרן רבינו שליט''א, ארום 8:50 אינמיטן די דרשה האבן די אלפי תושבי העיר מקבל געווען פני קדשו פונעם מרא דאתרא רבינו שליט''א. נאך די דרשה פונעם דיין שליט''א האט אויפגעטרעטן מיט א הערליכע דרשה דער מגיד משרים הרה''ג ר' יחזקאל ווייס שליט''א.

ארום 9:35 האט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אנגעהויבן די פייערדיגע דברות קודש, נאך די דרשה ארום 10:40 האט הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערג שליט''א רב דביהמ"ד דברי חיים אויסגערופן די 23 תקנות העיר וואס איז מחייב אלע תושבי עיר קרית יואל והגלילות.

מיט א הייסע שטימונג פון "הדר קבלוה באהבה ורצון", האט זיך דער ציבור צעשפרייט פון די אסיפה קדושה וואס איז אצינד דאס געשפרעך פונעם טאג ביים גאנצן יהדות החרדית.

- זעט פולע באריכט ביי די פריערדיגע מעלדונגען -

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
נצח קרית יואל לא ישקר!

מיט גאלדענע בוכשטאבן ווערן פארצייכנט די היינטיגע ליכטיגע נאכט "ליל שישי ויחי תשפ"ב" אין די היסטאריע פון עיר הקודש קרית יואל, א לילה כיום יאיר ווען אלע תושבי העיר האבן אין א פאראייניגטע הייליגע אנטשלאסנקייט וברצון עילאה אויסגערופן: נעשה ונשמע! די אלע הייליגע און יסודות'דיגע "תקנות העיר" הנחתם בטבעת המלך, איז אונז מחייב און מזכה, ומנה לא נזוע!
די שפראך איז צו ארעם אראפצושילדערן די טאפנדע התעוררות והתרוממות וואס האט געשוועבט אינעם תל תלפיות וואו רביה"ק זי"ע האט מתפלל געווען, און האט איצט אראפגעקוקט ממרומים מיט א נחת רוח אז זיין הייליגע ירושה, זיין הייליגע הארעוואניע, בלייבט הייליג און אפגעהיטן, עדת צאן מרעיתו תושבי הקרי' נעמען זיך פאר ברצון גמורה איינצוהאלטן אלע תקנות קדושות, וואס ממלא מקומו בקודש ושומר גחלתו, דער געטרייער מנהיג העדה, מרא דאתרא קדישא מרן רבינו שליט"א האט חוקק געווען און אראפגעשטעלט פאר'ן עיר קרית יואל והגלילות.
אן אומגלויבליכע מחזה האט זיך אנטפלעקט אנגעהויבן פון 8:00 אווענט, ווען זקנים עם נערים, פון אלע יארגענג און טיפן, כי כל העדה כולם קדושים, אלע תושבי העיר והגלילות טוען מיט התרגשות דקדושה איבערשטאפן דעם היכל הגדול ביז איבער די ברעגעס, און נאך א קורצע צייט איז שוין נישטא וואו צו זיצן, און די עסקנים ספראווען זיך צו פלאצירן דעם ציבור.
פתיחת האסיפה איז געווען דער הגה"צ רבי שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב ביהמ"ד דברי חיים, ממובחרי תלמידי רביה"ק זי"ע, וועלכער האט אדרעסירט בנועם שפתותיו אדרעסירט די קריטישקייט פון די היינט-נאכטיגע פארזאמלונג וואס איז נוגע פאר יעדן איינציגן יחיד, לטובתו ולטובת זרעו עד עולם, ספעציעל אונטערשטרייכנדיג דער אומבויגזאמער תוקף פון "תקנות העיר", וואס איז געווען א דבר פשוט אלע דורות, אין אלע שטעט און דערפער בערי אייראפע, אז מיט דעם שפילט מען זיך נישט, מ'האלט דאס איין בחיוב גמור.
א יראת הכבוד האט זיך אראפגעלאזט אין ביהמ"ד, ווען הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א, דער עמוד הוראה וועם רביה"ק זי"ע האט ממנה געווען ביים התייסדות הקרי', האט מיט א פלאם פייער משמיע געווען דעם "דבר ה' זו הלכה", איבער'ן הלכה'דיגן תוקף פון אלע תקנות וואס די רבני העיר האבן היינטיגן טאג אונטערגעשריבן, און איז מחייב יעדן איינציגן תושב העיר, בלי יוצא מן הכלל.
א חרדת קודש האט באנומען דעם מקהלות עם רב, ווען דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דעם דבר העיר, א לענגערע צייט ארומגעקאכט באש קודש, ואורייתא קמרתח בי' בקול ה' בכח, בקדושת העיר קרית יואל עד היום, וואס גייט אן בכוחו וקדושתו פונעם פעטער זי"ע, וועלכער האט מייסד געווען די שטאט און דערינען משריש געווען די הייליגע יסודות און הוראות, וואס ער האט געוואלט און איז געווען מגמת נפשו הטהורה אז אזא צורה זאל די שטאט טראגן, ווי ס'איז ידוע ומפורסם כמה נצטער אותו צדיק, פונעם טאג ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע, האט ער געהאט די דאגה און אזויפיל פעולות געטאן מייסד צו זיין אן אייגענע שטעטל, אלעס מיט'ן ציל אז עס זאל זיין הייליג און אפגעהיטן פון די דרויסנדיגע גאס.
מיט א ברייטע הסברה האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט ווי אזוי די התרחבת גבולי הקדושה, די שטאט האט זיך בליעה"ר אזוי צעבליעט און צעוואקסן, האט דאס געברענגט מיט זיך אז די גלילות העיר האבן אנגעהויבן שטארק באזעצט ווערן, און צוזאמען מיט דעם האט דאס געשאפן א נייע סארט מציאות וואס מ'האט ביז היינט נישט געזען, אז ס'זאל זיך ח"ו שאפן הזנחות אין די עיקרי יסודות פון קדושת מחנינו, אין פארשידענע ענינים חמורים, און ס'איז הגיע הזמן צו אוועקשטעלן "תקנות העיר", וואס זאל מחייב זיין אלע תושבי העיר והגלילות, אזוי צו קענען בעז"ה, ובכוחו וזכותו פונעם פעטער זי"ע, ממשיך זיין ווייטער רצון קדשו ומגמת נפשו הטהורה, אז די שטאט קרית יואל פארבלייבט א נחלת קודש וקרי' נאמנה, אויף דעם אופן וואס ער האט געוואלט און געמאנט.
בדברים בוערים האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט די הייליגקייט פון די היינטיגע אסיפה, ווען כולם נקבצו באו, אלע תושבים והגלילות, נעמען זיך צונויף מיט א דעה אחת, לעשות רצון אבינו שבשמים, מקבל זיין ברצון גמורה די "תקנות העיר", וואס ווערט אראפגעשטעלט עלינו ועל זרעינו, און איז מחייב אלע תושבים והגלילות בלי יוצא מן הכלל, עד עולם, און נאר אזוי, וועט מען בעז"ה קענען ממשיך זיין די קדושת העיר וצורתה הרוחני, וואס דער פעטער זי"ע האט געוואלט און אזוי געבלוטיגט דערפאר.

נאך די דברות קודש מלהבות אש, האט דער ציבור אטעם-פארכאפנד מיטגעהאלטן די היסטארישער מאמענט, ווען הגה"צ רבי שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א ממובחרי תלמידי רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע ורב ביהמ"ד דברי חיים דקהל יטב לב קרית יואל, האט פארגעליינט די אלע סעיפים פון די "תקנות העיר" וואס איז מחייב אלע תושבים והגלילות, צו קענען בעז"ה פארזיכערן אז מיט די אויסברייטערונג פון די שטאט אין די גלילות, ווערט ח"ו נישט אפגעשוואכט די חומת הקדושה, די הייליגע תקנות וואס איז מחייב יעדן תושבי העיר והגלילות צוגלייך.
מיט א הייסע שטימונג פון "קבלו עליהם" באהבה ורצון, האט זיך דער ציבור צעשפרייט פון דער אסיפה נשגבה וואס איז אצינד דאס געשפרעך פון טאג ביים גאנצן יהדות החרדית.

קרית יואל והגלילות, אשרי העיר שככה לו!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ב טבת תשפ"ב12/16/2021

באריכט
וויכטיגע מודעה פון קול סאטמאר איבער האקאפ פונעם היסטארישן אסיפת העיר קרית יואל.

צוליב די נאכאנאנדע בקשות פון די רבבות אנ"ש בכל מקומות מושבותיהם, האבן מיר גענומען רשות פון די הנהלת הקהילה צו קאנעקטן א הוקאפ פונעם צווייטן חלק פונעם אסיפת העיר, כדי צו קענען מיטהאלטן די צענטראלע דברות קודש פונעם מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במעמד פון די שווערע טויזנטער בני העיר.

די קול סאטמאר האקאפ נומערן מיטצוהאלטן זענען
3392078688
אדער
7277315985
אדער
5162599513
מדארף נישט קיין פין נומער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען די אסיפת רבני ודייני עיר קרית יואל והגלילות יצ"ו, בביתו נאוה קודש פונעם מרא דאתרא קדישא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אין בעפארברייטונג צום גרויסארטיגע אסיפת העיר קרית יואל והגלילות היינט נאכט בהיכלי ביהמ"ד הגדול קרית יואל.

צום ערשט האט רבינו שליט"א משמיע געווען דב"ק וחובת השעה, איבער'ן מצב היהדות איבער די וועלט און במיוחד אינעם עיר הצדק קרית יואל, און איבער די יסודות איתנים ונאמנים וואס רביה"ק ז"ל האט געוואלט מיט אויפשטעלן די הייליגע שטאט.
נאך די דבר"ק, האט הגאון רבי שלמה זאבל שליט"א מו"ץ ביהמ"ד בית דוב בשכונת לעמבערג פארגעליינט מיט גרויס ערענסקייט די 23 תקנת העיר וואס איז מחייב יעדן תושב קרית יואל וגלילותי'.

צום שלוס האט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אינטערגעשריבן דעם שטר התקנות בחתימת יד קדשו און דערנאך מכבד געווען הגאון הגדול דומ"ץ העיר שליט"א דאס אינטערצושרייבן.

אצינד גרייטן זיך אלפי תושבי העיר והגלילות צום מעמד אסיפת העיר בהיכלי בית המדרש הגדול בקרית יואל יצ"ו.

כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פר' ויחי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יעקב אליעזר פארגאס הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יעקב יודא ווייס הי"ו.
ב"ר אלקנה מנחם פריעד הי"ו.
ב''ר ישראל שמחה לאנדא הי''ו.
ב''ר אשר צבי יואל גלאנץ הי''ו.
און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

פארמיטאג איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצב בעקעריי דקהלתינו הק' און דערנאך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 4:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יואל אברהם וואלף אפעל הי"ו - ר' יואל בר''ע הירש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' אליעזר דוד שפיצער הי''ו - ר' ישראל איסר מארקאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:45.

ביי די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה''צ ר' אהרן קאהן שליט''א ראש ישיבת תוא''י בן כ''ק אדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און רבינו שליט''א האט געוואונטשן ברכות קדשו און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן. ארום 11:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"א טבת תשפ"ב12/15/2021

באריכט
דינסטאג פר' ויחי - עשרה בטבת - 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל בר''א עקשטיין הי"ו.
ב"ר יואל ברי''ד לאנדא הי"ו.

ביי סליחות האט מען געזאגט קודם תחנון ונפילת אפים נאך די שמו"ע און דערנאך די סליחות, כנהוג. בעל תפילה איז געווען הר''ר שמואל קרויס הי''ו. און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי - מפטיר. און ביים זמן ר''ת האט דער רבי געדאווענט מעריב.

ארום 8:10 איז רבינו שליט''א אהנגעקומען קיין וומסב''ג ווי עס איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו שליט''א הילד בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א אין שטוב פון סיגוטער רב שליט''א.

רבינו שליט''א האט געשוירן פון די האר, און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר בנו הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א און זיין גאנצע משפחה.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:45 ביז 12:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי' טבת תשפ"ב12/14/2021

באריכט
מאנטאג פר' ויחי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' שמעי' שפיצער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו. ביים דאווענען האט דער רבי געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 4:00 איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' שלמה ברוך טייטלבוים הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

נאכן ברית איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז אים 12:00.

ביי די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה''צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א חתן הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א, צו לאדענען און מקבל זיין ברכות קדשו לקראת די חתונה פון בנו החתן וואס קומט פאר קומענדיגע וואך בביהמ"ד הגדול דבאבוב אין ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און רבינו שליט''א האט געוואונטשן ברכות קדשו און געבענטשט דעם חתן. ארום 12:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגט' טבת תשפ"ב12/13/2021

באריכט
זונטאג פר' ויחי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו.
ב''ר שמחה פנחס פריעדמאן הי''ו.
ב''ר יואל יעקב שעהנברוין הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו שליט''א בן לחדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו, אין שטוב פון הגה''צ ר' יוסף שליט''א.

רבינו שליט''א האט אפגעשוירן די האר, און דערנאך מכבד געווען די זיידע הגה''צ אבד''ק קאזלאוו מאנסי שליט''א און די אבי הבן צו שערן די האר. דערנאך האט זיך דער רבי שליט''א געוואשן צו א סעודה, און במשך די סעודה האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן איבער די נושא פון די מזוזות און נאך. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי שליט''א מכבד געווען די זיידע הגה''צ אבד''ק קאזלאוו שליט''א.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי אום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יעקב מרדכי גראס הי"ו - ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' בנימין זאב שווארץ הי''ו - ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז ארום 11:00.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' משה זאבעל הי"ו - ר' יודא שניצער הי"ו.
ר' דוב מארקאוויטש הי"ו - ר' וואלף פערל הי"ו.

ארום 9:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארענט פון ביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגח' טבת תשפ"ב12/12/2021

באריכט
מוצאי שבת קודש 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה די בחורים - מזמרים וועלכע פירן אן די ניגונים ביים עריכת השלחן הטהור יעדן ליל שבת קודש דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכותיו הק' און געגעבן מטבעות קודש.

דער רבי איז אויך אריבער אויף א באזוך אין די נייע דירה פון הרה"ח ר' משה דוד פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי ר' משה דוד האט אפגעקויפט א שער אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.
דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.

שפעט אויפדערנאכט איז - ווי שוין געמאלדן - דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב"ג מנחם אבל זיין הרבני הנגיד ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי"ו און די איבעריגע בני משפחה וועלכע זיצן שבעה נאך די מאמע ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג