בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי' טבת תשפ"ב12/14/2021

באריכט
מאנטאג פר' ויחי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' שמעי' שפיצער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו. ביים דאווענען האט דער רבי געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 4:00 איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' שלמה ברוך טייטלבוים הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

נאכן ברית איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז אים 12:00.

ביי די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה''צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א חתן הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ שליט''א, צו לאדענען און מקבל זיין ברכות קדשו לקראת די חתונה פון בנו החתן וואס קומט פאר קומענדיגע וואך בביהמ"ד הגדול דבאבוב אין ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און רבינו שליט''א האט געוואונטשן ברכות קדשו און געבענטשט דעם חתן. ארום 12:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️