מאנטאג פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב''ר אפרים משה לעווי הי''ו. ב''ר יואל הערש זאבל הי''ו.
ביי קריאת התורה האט רבינו שליט''א עולה געווען שלישי און דערנאך גומל געבענטשט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: ר' יואל ברד''ל האלפערט הי''ו - ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי''ו, באולם כינור דוד. ר' חיים הערש ברמ''י גאלדבערגערהי''ו - ר' מרדכי מענדל גוטמאן ע''ה, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' יונתן בנימין וויינגארטען הי"ו - ר' אלכסנדר נחום גאטליב הי"ו.
ארום 10:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
באריכט מסע הקודש ושבתי דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לעיר האבות סיגוט.
תפילה למשה איש האלוקים
זונטאג פר' ויצא - אוהעל, אונגארן
ארום 9:55 אינדערפרי איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שטאט אוהעל אונגארן מקום מנוחת קודש פונעם ראש הששולתא קדישא רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע. ווי רבינו שליט''א איז אפגעווארט געווארן דורך הונדערטער פרישע געסט פון אייראפע און ארה''ק.
ביים אנקומען איז רבינו שליט''א געגאנגען אין מקוה און דערנאך געדאווענט שחרית בבנין הביהמ''ד שע''י הציון הק'. בעל תפילה איז געווען הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י.
המקום אשר אתה עומד עליה אדמת קודש הוא
נאכן דאווענען ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור ארויף צום אוהל הקדוש בביה''ח דקהלתינו הק' פוקד זיין די ציון הק' מיט גרויס התעוררות.
ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט געצינדן 5 ליכט מיט א נר נשמה, און דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך רבי ומורי מיט בכיות נוראות פאר לענגערע מינוטען. און דערנאך געזאגט די תפילה לפני אמירת תהלים המיוחס למרן הישמח משה זצ"ל
דערנאך האט רבינו שליט''א געליינט די קוויטלעך בשעת מען האט געזונגען נגוני התעוררות, דערנאך האט דער רבי אראפגעלייגט אלע קוויטלך און האט זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' מיט בכיות נוראות פאר לענגערע מינוטען.
אבן מאסו הבונים היתה לראש פנה
תיכף נאכן פוקד זיין דעם ציון הק' איז פארקומען דער התרגשות'דיגער מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין גדול "היכל הביהמ"ד - מקוה גדולה - וחדרים להכנסת אורחים" וואס וועט ווערן אויפגעבויעט סמוך ונראה צום ציון הק' פון רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי"ע אין שטאט אוהעל דורכן "וועד הציון הקדוש" שע"י החברה קדישא דקהלתינו הק', - צוגאב צו די ביז יעצטיגע עקזיסטירנדן איבערגעפרישטן בנין וואס איז שוין צר המקום מהכיל.
רבינו שליט''א איז ערשינען צום מעמד און די משוררים האבן געזונגען ניגונים לכבוד המאורע דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט ארומגערעדט מיט גרויס התרגשות וואס עס האט זיך אלס אפגעשפילט אין שטאט אוהעל ווער ס'איז געווען רב דארט און געזאגט אז אויך משה רבינו איז געווען אין אוהעל ווייל דער ישמח משה זי''ע האט געזאגט ביי די הקפות 'ברוך הבא משה רבינו'. און ארויסגעברענגט רגשי לבבו קומענדיג פונעם מעמד חנוכת הבית במקום שהתפללו בו אבותי אין שטאט סיגוט צו א מעמד הנחת אבן הפינה במקום שהתפללו בו אבותי אין שטאט אוהעל יעצט אז מען גייט אויפשטעלן א ביהמ''ד אויף דעים פלאץ ווי די הייליגע זיידעס זענען געווען עס איז א מקום קיבול תפילות, און מסיים געווען ברכות קדשו, ובפרט פאר הרה''ח ר' אברהם יושע הכהן גלאנץ הי"ו בונה ומקים אין שטאט אוהעל.
דערנאך האט רבינו שליט''א געגאסן די יסודות אין די ספעציעלע ציגלען אויף די בימה און דערנאך מכבד הרבנים הגאו''צ אב''ד קהלתינו מאנסי אב''ד קהלתינו לאנדאן ובני וחתני רבינו ובוני הבנין צו גיסן און דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד 'בורא עולם בקנין' און 'אויסגעפויעלט אלעס גוטס'.
נאכן מעמד איז רבינו שליט''א אריבער בבית האכסניא ווי עס זענען אריין בקודש פנימה שלום נעמען די הונדערטער אנ''ש פון אייראפע און ארה''ק.
דערנאך איז אריבער צום רבין דער מעיאר פון שטאט אוהעל און באגלייטונג פון די לאקאלע פאליטישע באאמטע ווי רבינו שליט''א האט זיך באדאנקט פאר זייער הילף פארן ביה''ח דקהלתינו הק' און די בנינים שע''י הציון הק'.
ארום 3:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ''ד, בעל תפילה איז געווען הרה''ג ר' ליפא יואל פישער שליט''א. און נאך מנחה האט מען זיך ארויסגעלאזט צום עירפארט אין בודאפעסט.
ביים אנקומען אין עירפארט אום 5:45 נאכמיטאג האט רבינו שליט''א באגעגנט א קבוצה פון נכדי הרה''ק המנוחת אשר מטשענגער זי''ע וועלכע זענען געקומען פוקד זיין דעם ציון לקראת די יארצייט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער דעם הייליגן מנוחת אשר און זיינע קינדער.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריין אין א פריוואטן צימער ווי דער רבי האט עוסק געווען בתורה ביז צום ארויפגיין אויפן פליגער.
ארום 7:25 איז רבינו שליט''א ארויף אויפן פליגער ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורכן גאנצן ציבור. כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך
ארום 7:42 האט זיך בשעטו''מ געהויבן די פליגער אויפן וועג אהיים פונעם מסע הקודש ושבתי.
אויפן פליגער אויפן וועג אהיים האט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א פארברענגט מיט די ראשי הקהילה פאר איבער 4 שעה און דערציילענדיג אלטע זכרונות און סיפורי צדיקים.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב אויפן פליגער, בעל תפילה איז געווען הרה"ג ר' ליפא יואל פישער שליט"א, און דערנאך האט דער רבי עוסק געווען בתורה פאר עטליכע שעה אין מס' בבא קמא.
במשך די שעות אויפן פליגער האבן אויפגעטרעטן הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א משפיע רוחני בביהמ''ד בנין בראך און הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ, אויך האט דער משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו אויסגעלערנט נייע ניגונים.
קה זכות אבות יגן עלינו, וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
זונטאגג' כסלו תשפ"ב11/7/2021
באריכט
ושבתי בשלום אל בית אבי
באריכט מסע הקודש ושבתי דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לעיר האבות סיגוט.
במוצאי יום גילה - מוצש''ק פר' תולדות
ארום א האלבע שעה נאך הבדלה איז געווען צוגעגרייט גאר א רייכע מלוה מלכה פארן גאנצן ציבור אינעם היכל השלחנות.
עס זענען אריבער געקומען צו רבינו שליט''א בביתו נאווה קודש, די מעיאר פון שטאט סיגוט מיט נאך עטליכע באאמטע וואס האבן זיך אפגעגעבן מיטן בנין די לעצטע שטיק צייט.
אנגעהויבן פון ארום 8:45 איז געווען זמני כניסה ווי די הונדערטער נדיבים החשובים האבן געהאט די זכיה אריינצוגיין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך ביי רבינו שליט''א איידער'ן פוקד זיין ציוני רבותינו הקדושים צדיקי בית סיגוט זי''ע בפתקא ופדיון בביתו נאוה קודש אינעם היסטארישן שוהל הויף ולעורר זכות אבות באותו מקום שעמד ביתו נאוה קודש פון מרן רבינו הק' בעל ייטב לב זי"ע ומשם יוצאת ישועות רבות למשיכימים לפתחו ולכל בני ישראל. די זמן כניסה האט זיך פארצויגן פאר אריבער 3 שעה ביז ארום 11:45. רבינו שליט''א האט מיטגענומען אלע קוויטלעך און עס שפעטער אראפגעלייגט ביי די ציוני רבותינו הק' זי''ע.
צווישן אנדערע איז אריין דער ראש המנהלים פון די מוסדות הק' אין קרית יואל הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א אינאיינעם מיט מנכ"ל המוסדות הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו וואס האבן געברענגט קוויטלעך בשליחות אלפי תלמידות פון די הויך-שולע אין קרית יואל מיט קבלות טובות בעניני טעכנעלאגיע.
נהלני לציון קודש גורלי ה' שמע בקולי
ארום 12:00 איז רבינו שליט''א ערשינען אין ביהמ''ד צום מעמד נרגש מסיבת לחיים והתעוררות הכנה לעליות לציון הק' פון רבותינו הק' זי''ע בעיר האבות סיגוט. די קאפעליע האט געזונגען ווארימע ניגונים און דער גאנצער עולם האט מיט געזונגען. דערנאך האט דער בארימטער חזן הרב ישראל אדלער הי''ו פון ארץ ישראל פארגעזונגען גאר ווארימע דברי חרוזים בשעת רבינו שליט''א האט פארגאסן טייכן טרערן בדמעות שלוש וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין א גאר התרגשות'דיגע אטמאספערע.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש ודברי התעוררות דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "וירח את ריח בגדיו ויברכהו ויאמר ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו ה''' און דערמאנט דעם קדושת יום טוב, אז הקב''ה איז א שומר משמרתו של תורה, און איז מקיים דעם את השם אלוקיך תירא לרבות תלמידי חכמים, ממילא איז הקב''ה גוזר וצדיק מבטל, און צדיק גוזר והקב''ה מקיים, ווייל די רבש''ע איז מקיים רצון צדיק. רבינו שליט''א האט ממשיך געווען אז דאס איז די ברכה וואס יצחק האט געבענטשט יעקב אז א צדיק זאל האבן א כח און עס ווערט נמשך עד סוף כל הדורות. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט אז צדיקים וואס האבן געפויעלט ישועות בחיים חייתם האבן נאך א גרעסערע כח יעצט, ווייל גדולה צדיקים במיתתם יותר מבחייהם. בפרט פאר די תלמידי תלמידים וואס קומען צו קברי אבות מתפלל זיין.
דערנאך האט רבינו שליט''א ממשיך געווען מיט בכיות עצומות ''מען גייט יעצט ארויס אויפן ציון און מען גייט מתפלל זיין. אונז בעהט מיר אונזער הייליגע רבי'ס 'אנא התפללו בעדינו' זיי זאלן מתפלל זיין פאר אונז פאר אונזער משפּחה פאר כל הנמצאים פה און פאר זייער משפחה פאר כל אנ''ש בכל רחבי תבל זאלן געבענטשט ווערן בכל טוב שטענדיג. צרכי עמך ישראל מרובים און עס איז דא אזויפיל לבבות נשברות וואס זיי האפן און קוקן ארויס צום רבש''ע אויף ישועות שונות. ישראל מאמינים בני מאמינים גלייבן אז עס דא א כח ביי די צדיקים, די צדיקים אבותי הקדושים זאלן משפיע זיין ברכות וישועות די מחסורה אשר חסר להם. יעדער איינער ווייסט רש''י זאגט 'וזכרתי את בריתי יעקב ואף את בריתי יצחק ואף את בריתי אברהם אזכור' זאגט רש''י יעקב כדי לעצמו יצחק כדי לעצמו און אברהם כדי לעצמו, "אונז גיימיר דא ארויס אויפן ציון, די זיידע ז''ל די ייטב לב איז כדי לעצמו, די זיידע ז''ל די קדושת יו''ט איז כדי לעצמו, די זיידע ז''ל די עצי חיים איז כדי לעצמו, די אוהעלער רב ז"ל איז כדי לעצמו". עמך ישראל צריכים פרנסה אידישע קינדער דארפן פרנסה בהרחווה גדולה ובניקל, אידישע קינדער דארפן ישועות, אידישע קינדער ווילן געהאלפן ווערן בברכת הבנים ''ווער נאך ווי די זיידע ז''ל די קדושת יו''ט וואס ער האט מיטגעמאכט דעם צער וואס ער ווייסט און פארשטייט וואס עס מיינט ווען א אידישע שטוב פעלט ברכת הבנים, ווען מ'איז עומד ומצפה געהאלפן צו ווערן מיט קינדער. די זיידע ז''ל די קדושת יו''ט און די זיידע ז''ל די עצי חיים האבן אסאך מיטגעמאכט אין צער גידול בנים, סאיז זיי ל''ע אוועק קינדער בחייהם, זיי ווייסן וואס עס מיינט ל''ע ווען עלטערן באגלייטן ארויס א קינד מחיים למוות. אידישע קינדער קומען דא מיט בקשות פון חולי ישראל פון קליינע קינדער וואס עלטערן קוקן ארויס אויף ישועות און אויף רפואות פאר זייערע קינדער". אבותינו הקדושים האבן מתפלל געווען פאר אידישע קינדער זיי האבן משפיע געווען פרנסה, אידן זאלן האבן פרנסה, אידישע קינדער האבן דאך אזא גרויסע בני בית אין שטוב מען דארף מפרנס זיין, מען דארף חתונה מאכן די קינדער, מען דארף טוהן שידוכים, אידישע קינדער קוקן ארויס מען זאל הערן א גוטע בשורה פאר די קינדער. אידישע קינדער קוקן ארויס צו האבן ערליכע דורות דורות ישרים מבורכים מגדל זיין זייערע קינדער צו תורה לחופה ולמעשים טובים, צו האבן ערליכע דורות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות מתוך נחת דקדושה" און דערנאך מסיים געווען מיט גאר ווארימע ברכות הקודש. מ'האט געקענט שניידן די לופט אין ביהמ''ד, עס איז נישט געווען קיין טריקן אויג בשעת די רבי שליט''א האט גערעדט.
קה זכות אבות יגן עלינו
ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור ארויף צום אוהל הקדוש ציוני רבותינו הק' זי''ע מיט גרויס התעוררות.
ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט געצינדן 5 ליכט מיט א נר נשמה ביי אלע ציונים, און דערנאך אנגעצינדן די נר תמיד ביי די ציונים פון רבותינו הק' זי''ע וואס איז אפגעקויפט געווארן - ביים ייטב לב דורך הרה''ח ר' יצחק קליין הי''ו, ביים קדושת יו''ט דורך הרה''ח ר' מאיר ווערטהיימער הי''ו , און ביים עצי חיים דורך הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי''ו.
דערנאך האט זיך דער רבי געשטעלט ביים ציון פונעם ייטב לב זי''ע און אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך רבי מורו מיט בכיות נוראות פאר לענגערע מינוטן און דערמאנט אלע נעמען פון רבותינו הק' מרנן הייטב לב הקדושת יו''ט העצי חיים און אוהעל'ער רב זכותם יגן עלינו.
דערנאך האט מען אנגעהויבן אמירת התהילים און רבינו שליט''א האט צוגעשיקט אלס בעל תפילה הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א, מען האט געזאגט די תהילים פון קאפיטאל צ' ביז ק''ז כנהוג. דערנאך האט דער רב שליט''א פארגעזאגט די יהי''ר בקול בוכה ובהשתפכות הנפש בשעת רבינו שליט''א האט פארגאסן טייכן טרערן בבכיות עצומות וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן אוהל, און דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש.
דערנאך האט רבינו שליט''א געליינט די קוויטלעך בשעת מען האט געזונגען נגוני התעוררות. נאכדעם האט דער רבי שליט''א אראפגעלייגט אלע קוויטלעך, און די קוויטלעך וואס דער רבי האט מיטגעברענגט.
נאכדעם האט זיך רבינו שליט''א משתטח געווען פאר לענגערע מינוטען עקסטער אויף די ציוני הקדושים פון אבותיו מרנן רבותינו הק' הייטב לב, הקדושת יו''ט, העצי חיים זי''ע.
במשך די צייט האט מען געזונגען די נגוני התעוררות וואס דער ייטב לב האט געברענגט פון הרה''ק ר''ר הערש זי''ע און די נענועים ניגונים פונעם קדושת יו''ט און עצי חיים זי''ע.
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך האט רבינו שליט''א אינאיינעם מיט די פמליא פארלאזט דעם עיר האבות סיגוט מיטנעמענדיג הויפענעס מיט ישועות ורפואות.
פון סיגוט האט מען זיך ארויסגעלאזט צום שטאט אוהעל אין אונגארן, מקום מנוחת קדשו פונעם ראש הששולתא קדישא רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע.
אנקומענדיג אין שטאט טשענגער האט מען זיך אפגעשטעלט ווי דער רבי האט גענעכטיגט פאר 2 שעה.
ארום 7:45 צופרי איז מרן רבינו שליט''א ארויף אינעם ביה''ח אין שטאט טשענגער ווי עס האט אפגעווארט דעם רבי'ן האדמו''ר מגארליץ שליט''א פון בארא פארק וועלכע האט אפגעקויפט דעם ביה''ח אין טשענגער און האט צוגעשטעלט פארן רבין די אכסניא. רבינו שליט''א איז אינאיינעם מיט האדמו''ר מגארליץ שליט''א ארויף פוקד זיין די ציון הק' פון הרה''ק המנוחת אשר מטשענגער זי''ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג ה' כסלו. דער רבי האט געצינדן ליכט און געזאגט 10 קאפיטלעך תהילים פון קאפיטל צ' ביז ק'.
פון דארט האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויף א וועג פון 2 שעה צום שטאט אוהעל. די ווייטערדיגע באריכט פון זונטאג אין איהעל וועט שפעטער נאכפאלגן
קה זכות אבות יגן עלינו
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
באריכט שב''ק פרשת תולדות שבת חנוכת הבית בעיר האבות סיגוט בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
=חלק ג'=
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:35, מנחה: נכד רבינו הר''ר אלעזר ט''ב שליט''א פון לאנדאן, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו, כהן: הרב יואל מייזליש הי''ו פון וויען, לוי: הרה''ח ר' אלי' זאב לעווי הי''ו פון וויען / בני ברק, שלישי: הרה''ח ר' אביגדור לאנגבערג הי''ו פון לאנדאן, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' יחזקאל ראטער הי"ו (מנהל מוסדותינו בני ברק).
נאכן דאווענען האט זיך דער עולם געוואשן צו של''ש אינטען אין היכל השלחנות, נאכדעם איז פארגעקומען של''ש בהיכל הביהמ''ד.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' אשר זעליג לעוו הי''ו ראה''ק דקהלתינו לאנדאן, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה ארי'פריינד הי"ו סגן ראה''ק דקהלתינו לאנדאן. אודה האט מען געזינגען אויפן נענועים ניגון פונעם הייליגן עצי חיים זי''ע.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''וירח את ריח בגדיו ויברכהו ויאמר ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו ה''' און געטייטשט אז שב''ק איז משפיע אהבת השם און דורך דעם קען מען זוכה זיין צו תשובה מאהבה. די זעלבע בחינה איז מיט תלמידי חכמים וואס זענען בבחינת שבת, זיי זענען אויך משפיע אהבת השם. רבינו שליט''א האט ממשיך געווען אז דורך דעם וואס מען איז מקושר צו צדיקים איז מען זוכה צו תשובה מאהבה, און דערנאך ארומגערעדט אז מען איז יעצט במקום שהתפללו בו אבותי רבותינו הקדושים זי''ע וואס בחיים חייתם האבן זיי משפיע געווען יראה מיט אהבה, אזוי אויך לאחר פטירתם זענען זיי משפיע ממילא קען מען זוכה זיין צו תשובה מאהבה, און מסיים געווען בברכות קדשו בזכות אבותי רבותינו הק' זי''ע.
ידיד נפש: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו.
דעם חרוז פון קה זכות אבות האט מען איבערגעזינגען עטליכע מאל מיט התעוררות און דערנאך האבן די משוררים געזונגען א נייעם ניגון אויף קה זכות אבות פארפאסט דורכן משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו לכבוד דעם געהויבענעם שבת. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס כנהוג.
רבינו שליט''א האט ארומגעטאנצן מיט די ספר תורה אזוי ווי שמחת תורה ביי די הקפות פאר א לענגערע צייט בהרגש קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דערנאך האט מען פארקויפט אלע עליות און כיבודים אריינגערעכנט די עלי' פון שישי לכבוד רבינו שליט"א, וואס האט זיך פארקויפט יעדע איינס פאר אסטראנאמישע סכומים.
הוצאה והכנסה: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א, פסוקי שמע ישראל: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
עליות. כהן: הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו, לוי: הרב מנשה הורוויץ שליט''א נכד רבותינו הק', שלישי: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, רביעי: הרה''ח ר' דוד אהרן שווארץ הי''ו - נדבן הס''ת, חמישי: הרה''ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי''ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו לאנדאן שליט''א, אחרון: הרה''ח ר' מאיר ווערטהיימער הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, גלילה: הרה''ח ר' חיים יודא גאלדשטיין הי''ו.
מוסף: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל גרינפעלד הי''ו (ב''פ). מען האט געענדיגט ארום 12:45.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א קידוש געמאכט פריוואט בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די משפחה פונעם נדבן הספר תורה.
כמעשיהו בליל שב"ק האט מען די סעודת עתיקא קדישא אויך געגעסן בצותא חדא ברוב פאר והדר אינעם גיגאנטישער שאטער.
די משוררים האבן געזונגען הערליכע ניגונים מיטן עולם במשך די סעודה.
רבינו שליט''א האט אנגעהויבן חי' ה'. און מיט די זמירות מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה''ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי''ו, ברוך קל עליון: הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו, יום זה מכובד: הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו.
נאך די זמירות האט רבינו שליט''א נאכאמאל דערציילט א לענגערע צייט עובדות וסיפורים פון רבותינו הק' זי''ע לבית סיגוט, מיט היסטארישע דעטאלן. ברהמ''ז: הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 3:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
ושבתי בשלום אל בית אבי
שב''ק פרשת תולדות בצל הקודש פונעם ממשיך השלשלת לבית עצי התמרים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר האבות סיגוט אין רומעניע אינערהאלב די מסע הקודש 'ושבתי' לרגל די חנוכת הבית פונעם פראכטפולען בנין ביהמ''ד הגדול עצי התמרים בנין ישעי' זאב לעוו בעיר האבות סיגוט וואס איז אהערגעשטעלט געווארן לשם ולתפארת אויפן היסטאָרישן שוהל הויף.
שיפקדנו ברחמים ויברכונו בבואם לביתי
דעם דערהויבענעם היסטארישן שבת איז אפגעראכטן געווארן בהתרגשות ובהתרוממות עילאה, א שב''ק מעין עולם הבא מיטן מנהיג עדת ישורון פרי עץ חיים כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, אויפן זעלבן מקום שהתפללו בו אבותיו רבותינו הקדושים צדיקי בית סיגוט דור אחר דור זי''ע אינאיינעם מיט די אריבער 550 נגידים נדבני הבנין בעיר האבות סיגוט.
אין אומר ואין דברים נאכן מיטלעבן דעם דערהויבענער שב''ק. עס איז נישט דא קיין ווערטער ארויסצוגעבן די געפילען פון די הונדערטער משתתפי הנסיעה, פארט וועלן מיר לתועלת הציבור פון די טויזענטער אנ''ש פרובירן צו באריכטן די בלויזע געשעהנישן און כיבודים וואס זענען פארלאפן דורכאויס דעם שבת בצל הקודש.
=חלק א'=
לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך
פרייטאג ערש''ק בפניא דמעלי שבתא איז פארגעקומען די מעמד נרגש סיום כתיבת ספר תורה פאר די ס''ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום אמאליגן תורה צענטער ביהמ''ד עצי התמרים צום ערשטן מאל נאכ'ן ביטערן חורבן, בנדבת לבו פון הרה''ח ר' דוד אהרן שווארץ הי''ו ומשפחתו מיקירי אנ''ש בבארא פארק.
ארום 3:40 איז רבינו שליט''א ערשינען בבגדי שבת, מען האט געזונגען ניגונים בהתעוררות רב ובפרט ביים זינגען דעם אהבה רבה אויף די ווערטער, ווי רבינו שליט''א האט מיטגעזונגן בבכיות נוראות. אויך האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע דברי חרוזים לכבוד המאורע החזן ר' ישראל אדלער הי''ו פון ארץ ישראל.
דערנאך האט רבינו שליט''א מכבד געווען דעם נדבן הרה''ח ר' דוד אהרן שווארץ הי''ו און אביו הרה''ח ר' מנחם שלמה הי''ו פון לאנדאן אריינצושרייבן די אותיות, און נאכדעם האט רבינו שליט''א גומר געווען די ספר תורה.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ויתן לך אלוקים משמני הארץ" און געטייטשט אז ווען מען געט אריין א ספר תורה איז עס משפיע פרנסה. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט הרגשי קודש פון די גרויסע שמחה ווען מען איז צוריק מחנך דעם מקום און מען געט אריין א ספר תורה, און מסיים געווען מיט גאר ווארימע ברכות הקודש פארן חשובע נדבן און פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק איז רבינו שליט''א געגאנגען הגבה מיט די ספר תורה דער ציבור האט אויסגעבראכן אין א פייערדיגן ריקוד. נאך עטליכע מינוט איז הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי"ו פון לאנדאן געגאנגען גלילה און רבינו שליט''א האט אנגעטוהן דעם כתר אויף די ספר תורה און ממשיך געווען מיט די ריקודי קודש. ביים זמן שב''ק האט מען אויסגעלאשן די מוזיק און מ'האט ווייטער געטאנצן פאר לענגערע מינוטען.
נאכן מעמד סיום כתיבת ספר תורה האט אויפגעטרעטן מיט א הערליכע דרשה הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א בגודל קדושת המקום והזמן, און ווען רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום דאווענען האט נאך דער רב ממשיך געווען עטליכע מינוטן.
אלע פלעצער זענען אויסגעטיילט געווארן מיט ספעציעלע קארטלך דורך די עסקנים נאך אין ביהמ''ד, ולא אמר אדם צר לי המקום יעדער איז געווען מסודר איז על מחנהו ואיש על דגלו. איידער רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו לאנדאן שליט''א.
ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום עשה''ט אינאיינעם מיט די אריבער 550 נגידים נדבני הבנין און אנגעהויבן שלום עליכם מיט א אש להבה כדרכו בקודש.
אשת חיל: נכד רבינו החתן אשר אנשיל אשכנזי בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרבני הנגיד ר' נחום מרדכי וויינבערגער הי''ו פון לאנדאן.
במשך דעם גאנצן טיש האט מען געזינגען הערליכע ניגונים לכבוד שב"ק אנגעפירט דורך די 'סאטמארע קאפעליע'.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ואלה תולדות יצחק בן אברהם" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות צריכות כוונה.
קה אכסוף: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א מרבני הקהילה ומשפיע רוחני בביהמ''ד בנין בראך, ברהמ''ז: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט מקורות ימי עיר סיגוט בצל רבותינו הקדושים מרנן הייטב לב הקדושת יו''ט העצי חיים זי''ע פאר א לענגערע צייט פון קרוב צו א שעה.
קה רבון עלם: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ בוומסב''ג. אז ביום השביעי: הרה''ג ר' דוד ארי' ווייס שליט''א מו''ץ בקהלתינו לאנדאן בן אבד''ק לאנדאן שליט''א.
צוליב די שפעטע שעה איז מען נישט צוגעפארן קיין קערעסטיר.
די פליגער וועט זיך הייבן ארום 6:30 ארטיגע זייגער (12:30 ניו יארקער זייגער) און בשעטו''מ לאנדן אינעם נוארק עריפארט ארום 10'נע צייט ניו יארקער זייגער.
יהי''ר מען זאל אלעס גוטס האבן אויסגעבעטן לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
תפילה למשה איש האלוקים
זונטאג ויצא 9:55 אינדערפרי אין די יעצטיגע מינוטען איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אנגעקומען אין שטאט אוהעל אונגארן מקום מנוחת קודש פונעם ראש הששולתא קדישא רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע.
רבינו שליט''א וועט דאווענען תפילת שחרית און דערנאך פוקד זיין די ציון הק' און אפרעכטן די מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין האדיר וואס ווערט אויפגעבויט סמוך צום ציון הקדוש.
אין אוהעל ווערט רבינו שליט''א אפגעווארט דורך הונדערטער פרישע געסט פון אייראפע און ארה''ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
סובסקרייבט צו סאטמאר'ע נייעס צו באקומען טעגליכע נייעס און אנטוויקלונגען מהנעשה והנשמע בצל הקודש ובחצר הקודש.
יעצט ביים גרויסארטיגע מסע קודש ושבתי צום עיר האבות סיגוט - אוהעל, זייט אויך פון די טויזענטער צו מיטהאלטן די געהויבענע נסיעה פון דער נאענט, און האלט מיט טעגליך א גאנץ יאר נייעס באריכטן און בילדער.
אין די זעלבע צייט זייט מזכה אייערע חברים מיט די "סאטמאר'ע נייעס" דורכן שיקן די לינק.
באריכט מסע הקודש ושבתי דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לעיר האבות סיגוט.
פרייטאג פר' תולדות.
אנגעהויבן פון די פריהע פארטאגס שעה'ן פון ארום 2:30 האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה בביתו נאוה קודש.
ארום 8:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית ברוב עם בהיכל הביהמ''ד עצי התמרים.
צו ברכות איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' נפתלי הורוויץ הי''ו פון לאנדאן שחרית: הרב דוד טייטלבוים שליט''א נכד רבותינו הק'.
צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען און פארגעדאווענט אויף די יו''ט'דיגע נוסח ברגש קודש.
פתיחה: הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א נכד רבותינו הק', בעל קורא: הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב נכד רבותינו הק', כהן: הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, לוי: הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו פון וויען עסטרייך, שלישי: הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו לאנדאן שליט''א, רביעי: רבינו שליט''א, הגבה: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו, גלילה: הר''ר יוסף לעוו שליט''א נכד רבותינו הק'.
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מען האט געזונגען ווארימע ניגונים, רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די נדבנים און פאר'ן גאנצן ציבור.
מה נורא המקום הזה
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש בגודל קדושת המקום וגודל זכות המקום און ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די חינוך הביהמ''ד והמקוה אויף דעים הייליגן מקום ובקול בוכה ממשיך געווען "איך קען נישט באהאלטן די הרגשים, הרגשי לבי חינוך פון א ביהמ''ד און א מקוה דא אויף דעים הייליגן פלאץ - דא איז געווען די מקוה אויך - בפרט ווען כטראכט וואס פאר א הנאה די טאטע ז''ל וואלט געהאט צו דעים חינוך פון א ביהמ''ד דא אויף דעים פלאץ, הוא הגבר ער האט געזעהן סיגוט בגדלותה ער האט געזעהן סיגוט בשלוותה ער האט געזעהן סיגוט בחורבנה די חורבן פון די ביהמ''ד דא און די הויז ווי ער איז נתגדל געווארן היה לשריפת אש, כ'קען מיר נישט פארשטעלן די גרויסע שמחה וואס ער וואלט ווען געהאט ווען ער זעט דא די חינוך הביהמ''ד און מקוה דא אויף דעים פלאץ"
דערנאך האט רבינו שליט''א זיך באדאנקט פאר די אלע נדבנים וואס האבן געהאלפן בויען דעים בנין און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכות וואס עס איז פאר זיי.
דערנאך האט רבינו שליט''א ארומגערעדט איבער די השתלשלות הדברים אין שטאט סיגוט און געזאגט איך שטיי און כ'בין זיך מתבונן במקום הזה האבן אבותי הקדושים עוסק געווען בתורה יומם ולילה, עוסק געווען בעבודת ה' בקדושה ובטהרה, במקום הזה האבן זיי מרביץ תורה געווען בקדושה פאר אלפי תלמידים, ולא פסקו ישיבה מעל שלחנם זיי האבן מעמיד געווען תלמידים תלמידי חכמים חסידים ואנשי מעשה כידוע די זיידע ז''ל האט געזאגט מען זאל שרייבן אויף די מציבה העמיד תלמידים הגונים וישרים 'ווייל ער וועט זיך נישט שעמען מיט זיינע תלמידים נישט בזה און נישט בבא', במקום הזה האבן זיי מחדש געווען חידושי תורה פלפולים עמוקים חידושים נפלאים, במקום הזה האבן זיי געשריבן תשובות להלכה בכל מקצועות התורה במקום הזה האבן זיי גע'דרש'נט דרשות דברי מוסר והתעררות תשובה חידושי אגדה בשבת ובמועד די הייליגע דרשות נלהבות מען האט מעורר געווען אידישע קינדער לתשובה ולמעשים טובים, מען האט געוואשן נפשות מישראל מלהיב געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים, במקום הזה האבן זיי עוסק געווען בתורה עבודה וגמ''ח, "במקום הזה דאס איז מקום שהתפללו בו אבותי" דא האבן זיי געדאווענט די הייליגע תפילות און עס איז ארויפגעגאנגען לשמי השמים, דא אויף דעים מקום האבן זיי געפויעלט ישועות פאר אידישע קינדער, דא אויף דעים מקום איז געבוירן געווארן די פעטער ז''ל די דברי יואל וואס ער האט שפעטער מאיר געווען כל העולם כלו בתורתו ובצדקתו דא אויף דעים מקום איז אראפגעקומען דעי הייליגע נשמה אויף דעים עולם, במקום הזה האבן געשטראמט טויזענטער אידן און זיך מתחמם געווען לאורם ס'איז געווען א תל תלפיות פון דא איז ארויסגעגאנגען תורה וטהרה וקדושה אויף די גאנצע וועלט זיי האבן מאיר געווען די עולם בכח תורתם בעבודתם קדשתם וצדקתם צענדליגער יארן עד שנחרב העיר ביז עס איז געקומען די שווערע ביטערע חורבן און עס איז געווארן א ארץ תוהו ובוהו 'אבער פון די עבודת הקודש פון אזויפיל יארן פון תקצ''ד און ווייטער איז געבליבן א רשימא דקדישא סיי פון די קדושת מקדש מעט און סיי פון די קדושת פון זייער הייליגע עבודה דערנאך האט זיך דער רבי ספעציעל באדאנקט פאר הרב אשר ישעי' הורוויץ שליט''א נכד אבותי הקדושים וועלכע האט במסירת נפלאה אהערגעשטעלט דעים מקום און דערמאנט לטובה אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א וועלכע האט זיך אוועקגעגעבן פארן מקום בפרט ביים אויסלייזן דעי מקום פון די גוישע הענט און זיך באדאנקט פאר אלע נדבנים, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט רבינו שליט''א איבערגעגעבן א מתנה פון כל ספרי עצי התמרים פארן בוני ומקים עיר האבות סיגוט הרה''ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי''ו.
נאכן מסיבת לחיים האט רבינו שליט''א קובע מזוזה געווען אויפן הויפט שער הבנין און דערנאך מכבד געווען די נדבני בוני הבנין הרה''ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי''ו, הרה''ח ר' אשר לעוו הי''ו, הרה''ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי''ו נדבן המקוה, הרה''ח ר' אשר אליעזר לאנדא הי''ו נדבן הקאך, הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו נדבן העס זאל, און נאך.
נאכן מעמד האט מען סערווירט א נארהאפטיגע פרישטאג וסעודת ראש חודש אינעם היכל השלחנות.
רבינו שליט''א האט זיך געוואשן צו א סעודת ראש חודש פריוואט בביתו נאוה קודש.
מען האט אויסגערופען אז הרבנית הצדיקת תליט''א וועט מוצא זיין דעים גאנצן ציבור מיט צינדן ליכט און יעדער זאל אנצינדן א לעקטער אין די האטעל רום,
הרה''ג ר' יואל יצחק שטערן שליט''א האט געמאכט די עירובי חצירות ביים שוהל הויף.
קה זכות אבות יגן עלינו
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
ושבתי בשלום אל בית אבי
באריכט מסע הקודש ושבתי דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לעיר האבות סיגוט.
מיטוואך - דאנערשטאג פר' תולדות.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך
מיטוואך אויפדערנאכט ארום 10:30 האט רבינו שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קרית יואל אויפן וועג צום נוארק עריפארט.
ארום 11:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין נוארק עריפארט טערמינאל B, און נאך עטליכע מינוט ארויף אויפן ספעציעלן טשארטער פליגער ווי עס האבן שוין אפגעווארט די הונדערטער נגידים נדבני הבנין בעיר האבות סיגוט.
וילך למסעיו עד המקום אשר היה שם אהלה בתחלה
ארום 12:30 האט זיך בשעטו''מ געהויבן די פליגער אויפן וועג צום שטאט סאטמאר אין רומעניע.
בעל תפילה און בעל קורא איז געווען הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו, עס האבן עולה געווען, כהן: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. לוי: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו, שלישי: רבינו שליט''א, הגבה: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי''ו.
ארום 5:15 (11:15 צופרי ניו יארקע זייגער) איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בעיר האבות סיגוט צום היסטארישע שול הויף במקום שהתפללו בו אבותינו ורבותינו הק'.
צום ערשט האט רבינו שליט"א ארום שפאצירט אינעם גאנצן בנין בהתרגשות עילאה מיט טרערן אין די אויגן און זיך אומגעקוקט אין אלע צימערן און טאוולעך פון די נדבני הבנין. אנקומענדיג צום היכל הביהמ''ד הגדול האט רבינו שליט''א אויסגעבראכן אין א געוויין פארגיסענדיג טייכן טרערען ברגש קודש פאר לענגערע מינוטען.
דערנאך האט רבינו שליט''א געדאווענט תפילת מנחה אין חדר משה ארי' נדבת הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי''ו לע''נ דעם ראה''ק פון סיגוט רבי משה ארי' פריינד ז''ל.
נאך מנחה האט הרה''ח ר' גדלי סעגעדין הי''ו און הרה''ח ר' עקיבא הערש קליין הי''ו איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט''א צו מתפלל זיין פאר וואסער - שטייענדיג פר' תולדות - וואס מען דארף נאך האבן זיך צו קענען אריינצוען אינעם נייעם שכונת ויואל משה אין קרית יואל. דער רבי שליט''א האט דערביי פארציילט א מעשה פון זקינו הגה''ק בער עצי חיים זי''ע און געוואונטשן ברכות קדשו ס'זאל זיין בעז''ה וואסער.
נאך מעריב איז רבינו שליט''א אראפ בביתו נאוה קודש ווי רבינו שליט''א האט עוסק געווען בתורה פאר עטליכע שעות.
קה זכות אבות יגן עלינו
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
מיטוואך פר' תולדות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי.
פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר בנימין זאב שטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן מנהל הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א און פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע תלמידים.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק צום ערשט בדברי דרוש אין די סוגיא וואס מען לערנט אין ישיבה אין מס' בבא בתרא און דערנאך ארומגערעדט בשבח הישיבה ווי מען זיצט און מען איז עוסק בתורה און משמיע געווען דברי חיזוק.
ביים סוף פון די דב''ק האט רבינו שליט''א ארויסגעברענגט רגשי לבבו צום בעפארשטייענדע מסע קודש ושבתי צום עיר האבות סיגוט און דערמאנט די געוואלדיגע קדושה וואס ליגט איינגעזאפט אין שטאט און מסיים געווען בברכות קדשו מען זאל פויעלען אלעס גוטס.
דערנאך האט הרה''ג ר' ישראל יעקב זיידענפעלד שליט''א מנהל הישיבה איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א א כוללות קוויטל פון די תלמידי הישיבה, דערנאך זענען די בחורים אריבער זיך געזעגענען און ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיט כי מלאכיו און קה זכות אבות.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
נאך מנחה האבן די תלמידי הישיבה ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיט כי מלאכיו.
אויפדערנאכט ארום 9:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען און וואונטשן מזל טוב לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ח מרחשון תשפ"ב11/3/2021
באריכט
אין די יעצטיגע מינוטען עפענען זיך די טויערן פונעם טשארטער פליגער ווי די פמליא נכבדה די הונדערטער נדיבים החשובים בוני הבנין ביהמ''ד עצי התמרים בעיר האבות סיגוט הייבן אן ארויפגיין.
דאנערשטאג נאכמיטאג וועט מען בשעטו''מ לאנדן אין שטאט סאטמאר, רומעניע.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
דינסטאג פר' תולדות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ויואל משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר יואל מנחם שימאן הי"ו. ב"ר יואל הלוי הירש הי"ו. ב''ר יוסף שאול ליכטענשטיין הי''ו. ב''ר יואל וויינשטיין הי''ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ו' פסוק ב'. און נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 1:20 בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 11:15 איז פארגעקומען די שמחת קישור החיתון בחצרות קדשינו הכלה ב"ק תחי' בת הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, עב"ג הבה"ח הרב שלום יחזקאל שרגא שליט"א בן הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט"א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומסב"ג, בהשתתפות פון די חשובע זיידעס וקרובי המשפחה ווי מ'האט געטרינקן לחיים און געשלאסן דעם שידוך בשעטומ"צ און ס'איז פארפירט געווארן א הערליכער שמועס איבער די אבות המשפחה רבותינו הק' זיע"א.
ארום 12:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"ז מרחשון תשפ"ב11/2/2021
באריכט
מאנטאג פר' תולדות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' דוד מאיר גוטמאן הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר יואל ראטענבערג הי"ו. ב"ר זלמן לייב פעלבערבוים הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ו' פסוק ב'.
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה''ח ר' שלמה הי''ו ואחיו הרה''ח ר' דוד ברייער הי''ו ע''פ אמם ע''ה.
אויך האט רבינו שליט''א נעכטן טעלעפאניש מנחם אבל געווען מחותנו הגה''צ ר' ליפא טייטלבוים שליט''א אבדק''ק בית אהרן ואחיו הרה''צ ר' ירמי' טייטלבוים שליט''א ע''פ אחותם הרבנית אשת הגה''צ ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן ז''ל דומ''ץ דקהלתינו הק' וומסב''ג.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה, ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' ליפא שפילמאן הי"ו - ר' חיים יעקב הערשקאוויטש הי"ו.
ארום 11:25 איז געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט''א הרב יהודה גראמי הויפט רב פון איראן און באגלייטונג פון הרה''ח ר' זלמן לייב מארקאוויטש הי''ו און די שליחי חב''ד, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס איבער אידישקייט אין איראן.
ארום 12:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ו מרחשון תשפ"ב11/1/2021
באריכט
זונטאג פר' תולדות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים: ר' ישראל לייב כהן הי"ו - ר' יואל בר''ה בראך הי"ו. הר''ר אלעזר מענדל פילאפף שליט''א - הר''ר דוד גרינפעלד שליט''א.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 11:25 איז רבינו שליט''א אריבער געקומען בבית מדרשינו בבלומינגראוו ווי דער רבי האט מפאר געווען בראש השמחה פונעם שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דקהלתינו בבלומינגראוו, צוגעשטעלט דורך קהלתינו הק' לכבודו פונעם רב שליט''א.
עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' יואל שליט''א, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק לכבוד השמחה ודברי הדרכה פאר אנ''ש תושבי בלומינגראוו, און מעורר געווען אין די ענינים פון תורה תפילה און צניעות, מען זאל ממשיך זיין די קדושה פון שטאט קרית יואל אין די געגענטער ארום, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשובע רב וואס איז משפיע אויף די גאנצע געגענט, און ארויסגעברענגט די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק פון בית מדרשינו און ארויסגעברענגט אז אנ''ש זאלן קומען דאווענען בבית מדרשינו אפילו אויב מען וואוינט ווייט און זיך האלטן צוזאמען אויפן ריכטיגן דרך המסורה, דערנאך האט דער רבי דערמאנט די הרחבת גבולי הקדושה ווי מען פארברייטערט די ביהמ''ד וואס איז שוין צר מהכיל, און מסיים געווען בברכות קדשו פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען געבענטשט און רבינו שליט''א האט געזאגט די שבע ברכות.
נאכן בענטשן האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די חתן מחותנים און זיידעס.
נאך מעריב האט זיך רבינו שליט''א נאכגעפרעגט ביי די עסקני קהלתינו הק' בבלומינגראוו איבער די בלי און וואוקס פונעם געגענט, און געהערט א באריכט פון די גבאי קביעות עתים איבער די שיעורים אינעם ביהמ''ד און אנגעוואונטשען ברכות לרוב, צווישן אנדערע האט רבינו שליט''א אויך אנגעוואונטשען פארן קאנדידאט וואס לויפט צו קענען אריינגיין אינעם טאון אין בלומינגראוו צו קענען אויפטוען למען הכלל והפרט.
בביתו נאוה קודש איז געקומען אויף א באזוך צו רבינו שליט''א הרה''צ ר' יצחק טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען צום שמחת החתונה פון בנו וועלכע קומט פאר קומענדיגן וואך.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
המשך באריכט שב''ק פרשת חיי שרה בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:30. מנחה: הר''ר בעריש גפן שליט''א, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק בער פרענקל הי"ו, כהן: הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א, לוי: הרה''ח ר' יואל ב''ר מענדל לעווי הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' מרדכי לאנדא הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ג ר' יעקב כוואן שליט''א (ארגענטינע).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ואברהם זקן בא בימים'' און געטייטשט אז דורך דעם וואס מען פירט זיך מיט חסד נאך פאר מען בעט איז מען זוכה צו מחילות עוונות הנגלות והנסתרות דאס איז בכוחו ובזכותו פון אברהם אבינו וואס האט משריש געווען מידות החסד בעולם אבער ערשט דארפן מען תשובה טוהן אויף וואס מען געדענקט יא.
ידיד נפש: הרה''צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א אב''ד אוהעל ב''פ, קל מסתתר: הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ ר' ברוך שליט''א, הגבאות הכוס לקידוש: הרה''ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי''ו (מנהל מוסדותינו - בית שמש).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט''א מדייני קהלתינו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק ''ויקראו לרבקה ויאמרו אליה התלכי עם האיש הזה" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה''ג ר' אברהם שרייבער שליט''א דומ''ץ באיאן בארא פארק, ברכהמ"ז: נכדו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר''ר הערש מרימנוב זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט ל' חשון. קה רבון עלם: הרה''ג ר' עזרא דוד כאירה שליט''א, דומ''ץ דקהל יראים ארגענטינע.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות.
אז ביום השביעי: הרה''ג ר' יחזקאל לאנדא שליט''א (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 11:40
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:30. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
פארן ליינען איז דער משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו און באגלייטונג פון די ראשי והנהלת הקריה ארויף אויפן ארון קודש און דערמאנט די נחיצות פון ארויסגיין שטימען ביי די וואלן וואס קומען פאר דעם דינסטאג.
הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט''א. פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' אברהם שרייבער שליט''א.
עליות. כהן: החתן בן הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א, לוי: בעל שמחה ר' זיידא משה אליעזר גרובער הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שלישי: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א. רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט ויקרא שמה בישראל ברכה סימא נאך די באבע די רעביצין פונעם עצי חיים זי''ע, חמישי: החתן בן הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו - משב''ק, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' משה אהרן בר''י פילאפף הי''ו. ר' יואל זאב שעהר הי''ו. ר' אייזיק כהן הי''ו.
שביע: החתן בן הר''ר יואל סימאן שליט''א, אחרון: החתן ב''ר יצחק בער פרענקל הי''ו, מפטיר: משב''ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו, הגבה: הרה"ח ר' הערשל סאנדל הי"ו, גלילה: הר''ר הערשל קאהן שליט''א.
רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.
מוסף: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה אלי' ווייס הי''ו.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא פון נכדת כ''ק מרן רבינו שליט''א בת הנולד להרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א.
מען האט געזונגען ניגוני שמחה און דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען. דער בעל שמחה הרב משה מייזליש שליט''א האט אויפגעטרעטן לכבוד די שמחה,
רבינו שליט''א האט געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור און דערנאך משמיע געווען דב''ק. דער רבי שליט''א האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויהיו חיי שרה און געטייטשט אז דורך לימוד התורה איז טוב לו שנברא און די נשים דורך דעם וואס זיי העלפן צו לערנען און זענען מגדל די קינדער לתורה זענען זיי אויך טוב שנברא.
מען האט געענדיגט 1:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ג מרחשון תשפ"ב10/29/2021
באריכט
פרייטאג פר' חיי שרה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פר' חיי שרה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו ברך משה בקר''י לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד לנכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה - ויואל משה שליט''א.
פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר משה צבי קליין הי"ו. ב"ר אלחנן חיים צבי מיטטעלמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ''ד. מיט סנדקאות איז נתכבד געווארן כ''ק מרן רבינו שליט''א. אלץ מוהל האט געדינט די זיידע הגה''צ ר' ברוך טייטלבוים שליט''א. מיט סנדקאות דמעומד איז נתכבד געווארן די זיידע בנש''ק הרב יעקב יצחק לאבין שליט''א.
מיט די ברכות האט רבינו שליט''א מכבד געווען דעם זיידן האדמו"ר מזידיטשויב חרדים שליט"א, ויקרא שמו בישראל חנני יו''ט ליפא ע"ש זקינו הגה''צ ר' ליפא טייטלבוים זצ''ל מוואלאווע.
נאכן ברית מילה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
ארום 11:45 איז פארגעקומען די סעודת הברית בהיכל ביהמ''ד ברך משה. עס האבן אויפגעטרעטן מיט דברי תורה לכבוד די שמחה דער אבי הבן הרב יושע מרדכי אלעזר שליט''א, און די זיידע האדמו"ר מזידיטשויב חרדים שליט"א.
מיט יום ליבשה איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב יחזקאל טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש. דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ''הנה אנכי נצב על עין המים ובנות אנשי העיר יצאת לשאב מים'', און געטייטשט אז דורך דעם וואס אליהו הנביא קומט אראפ צו א ברית איז הקב''ה מוחל די עבירות, און מ'קען זוכה זיין צו הבנת התורה, און מסיים געווען מיט ברכות הקודש פארן בעל ברית די זיידעס און די גאנצע ציבור.
אויך האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס איבער מנהגים פון זאגן תחנון, און סיפרי צדיקים פון הרה''ק די דברי חיים זי''ע און הרה''ק די שינאווע רב זי''ע.
ברהמ''ז האט רבינו שליט''א מכבד געווען הרה''צ ר' אברהם הערש לייפער שליט''א אב''ד זלאטשוב מאנסי. מיט די הרחמנ'ס זענען נתכבד געווארן הרה''ג ר' יוסף משה שטויבער שליט''א מו''ץ הביהמ''ד און הרה''ח ר' מרדכי מיטטעלמאן הי''ו, מען האט געענדיגט ארום 1:00.
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי"ו - ר' יואל ברמ''ח ווייס הי"ו.
ארום 11:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
מיטוואך פר' חיי שרה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה - חלק א' - סניף טשעסטער.
ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט''א באגריסט מיט די הנהלת הישיבה און זיך אומגעקוקט אויפן גרויסן שטח הישיבה. דער רבי שליט''א האט זיך נאכגעפרעגט און ארויסגעברענגט קורת רוחו פון די מקום רחבת ידים צו קענען עוסק זיין בתורה בהרחבת הדעת. דערנאך איז רבינו שליט''א אריין בהיכל הביהמ''ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: בן הרה''ג ר' אשר שמואל כ''ץ שליט''א מו''ץ בקהלתינו מאנסי. ב"ר משה לוי חיים לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן מנהל הישיבה הר''ר שלמה לייב וויינבערגער שליט''א, פאר די בר מצוה בחורים און פאר די תלמידי הישיבה. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב''ק ודברי התחזקות פאר די בחורים און ארויסגעברענגט בשבח פון די ישיבה ובפרט פון די הנהלה וואס געבן זיך אוועק צוצושטעלן על צד היותר טוב, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאכן לחיים האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן פלאץ ווי עס וועט געבויעט ווערן די מקוה און די דארמיטארי פאר די ישיבה, און זיך נאכגעפרעגט אויף אלע דעטאלן.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: ר' יצחק בער פראנקל הי"ו - ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יואל משה ווערצבערגער הי''ו - ר' ישכר דוב מארקאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים: הר''ר יצחק מיטטעלמאן שליט''א - ר' מרדכי פייערשטיין הי"ו. ר' יודא הערש בערגער הי"ו - ר' הערשל זאבעל הי"ו.
ארום 11:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
נאך מעריב ארום 11:45 איז האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביים שמחת הוואך נאכט פון נכדו בן הנולד להרב יושע מרדכי אלעזר לאבין וואס איז פארגעקומען אין שטוב פונעם זיידן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה - ויואל משה שליט''א.
דער רבי שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן בעל שמחה פאר די זיידעס און די גאנצע ציבור. עס האט זיך פארפירט א לענגערע שמועס איבער מקוואות, מנהגי שמיטה בארה''ק, אתרוגים אין דער אלטער היים, און נאך.