בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגג' כסלו תשפ"ב11/7/2021

באריכט
באריכט שב''ק פרשת תולדות שבת חנוכת הבית בעיר האבות סיגוט בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

=חלק ב'=

וביום השבת קודש

עס איז געווען ספעציעל געדרוקטע סידורים, קונטרס הגליונות און א ספעציעלע גליון מגדל פון מערכת 'קול התאחדותינו' לקראת דעם גרויסן שבת.

שב''ק אינדערפרי פארן דאווענען האט אויפגעטרעטן מיט א הערליכע דרשה הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א לכבוד המאורע, און ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו שחרית.

ברכות: הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א, פסוקי דזמרה: חדב''ן הגה''צ ר' ברוך ט''ב שליט''א רב דביהמ''ד ברך משה.

ה' מלך, הלל הגדול, שירה און הכל יודיך האט מען געזאגט פסוק בפסוק כמנהג סיגוט.

צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

נאך שחרית איז פארגעקומען די רירענדע מעמד חגיגת הכנסת ספר תורה א מעמד וואס האט אויסגעשריגן דעים נצח ישראל לא ישקר, כי לא תשכח מפי זרעו.

ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים ברנה יגולו

רבינו שליט''א האט ארומגעטאנצן מיט די ספר תורה אזוי ווי שמחת תורה ביי די הקפות פאר א לענגערע צייט בהרגש קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

דערנאך האט מען פארקויפט אלע עליות און כיבודים אריינגערעכנט די עלי' פון שישי לכבוד רבינו שליט"א, וואס האט זיך פארקויפט יעדע איינס פאר אסטראנאמישע סכומים.

הוצאה והכנסה: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א, פסוקי שמע ישראל: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.

עליות. כהן: הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו, לוי: הרב מנשה הורוויץ שליט''א נכד רבותינו הק', שלישי: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, רביעי: הרה''ח ר' דוד אהרן שווארץ הי''ו - נדבן הס''ת, חמישי: הרה''ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי''ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו לאנדאן שליט''א, אחרון: הרה''ח ר' מאיר ווערטהיימער הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, גלילה: הרה''ח ר' חיים יודא גאלדשטיין הי''ו.

מוסף: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל גרינפעלד הי''ו (ב''פ). מען האט געענדיגט ארום 12:45.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א קידוש געמאכט פריוואט בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די משפחה פונעם נדבן הספר תורה.

כמעשיהו בליל שב"ק האט מען די סעודת עתיקא קדישא אויך געגעסן בצותא חדא ברוב פאר והדר אינעם גיגאנטישער שאטער.

תיכף נאכן זיך וואשן האט אויפגעטרעטן מיט א הערליכע דרשה הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, אינמיטן די דרשה איז רבינו שליט''א ערשינען און זיך געוואשן צום סעודה און דערנאך האט דער סיגוטער רב ממשיך געווען.

די משוררים האבן געזונגען הערליכע ניגונים מיטן עולם במשך די סעודה.

רבינו שליט''א האט אנגעהויבן חי' ה'. און מיט די זמירות מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה''ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי''ו, ברוך קל עליון: הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו, יום זה מכובד: הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו.

נאך די זמירות האט רבינו שליט''א נאכאמאל דערציילט א לענגערע צייט עובדות וסיפורים פון רבותינו הק' זי''ע לבית סיגוט, מיט היסטארישע דעטאלן. ברהמ''ז: הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א.

מען האט געענדיגט ארום 3:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️