מיטוואך פר' חיי שרה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה - חלק א' - סניף טשעסטער.
ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט''א באגריסט מיט די הנהלת הישיבה און זיך אומגעקוקט אויפן גרויסן שטח הישיבה. דער רבי שליט''א האט זיך נאכגעפרעגט און ארויסגעברענגט קורת רוחו פון די מקום רחבת ידים צו קענען עוסק זיין בתורה בהרחבת הדעת. דערנאך איז רבינו שליט''א אריין בהיכל הביהמ''ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
בן הרה''ג ר' אשר שמואל כ''ץ שליט''א מו''ץ בקהלתינו מאנסי.
ב"ר משה לוי חיים לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן מנהל הישיבה הר''ר שלמה לייב וויינבערגער שליט''א, פאר די בר מצוה בחורים און פאר די תלמידי הישיבה. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב''ק ודברי התחזקות פאר די בחורים און ארויסגעברענגט בשבח פון די ישיבה ובפרט פון די הנהלה וואס געבן זיך אוועק צוצושטעלן על צד היותר טוב, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאכן לחיים האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן פלאץ ווי עס וועט געבויעט ווערן די מקוה און די דארמיטארי פאר די ישיבה, און זיך נאכגעפרעגט אויף אלע דעטאלן.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יצחק בער פראנקל הי"ו - ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל משה ווערצבערגער הי''ו - ר' ישכר דוב מארקאוויטש הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:15.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
הר''ר יצחק מיטטעלמאן שליט''א - ר' מרדכי פייערשטיין הי"ו.
ר' יודא הערש בערגער הי"ו - ר' הערשל זאבעל הי"ו.
ארום 11:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
נאך מעריב ארום 11:45 איז האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביים שמחת הוואך נאכט פון נכדו בן הנולד להרב יושע מרדכי אלעזר לאבין וואס איז פארגעקומען אין שטוב פונעם זיידן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה - ויואל משה שליט''א.
דער רבי שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן בעל שמחה פאר די זיידעס און די גאנצע ציבור. עס האט זיך פארפירט א לענגערע שמועס איבער מקוואות, מנהגי שמיטה בארה''ק, אתרוגים אין דער אלטער היים, און נאך.
דערנאך האט רבינו שליט''א געליינט קרי''ש כנהוג און אהיים לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️