שב''ק פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:35. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש הר"ר אברהם קרויס שליט"א (לאנדאן), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יודא משה סעיד הי"ו (ארגענטינע).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ותאמר אסף אלקים את חרפתי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א. ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי אהרן מטשערנאביל זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ח' כסלו.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו שכונת זרע קודש. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
דערנאך איז פארגעקומען דער שלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה. אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ. מען האט געענדיגט ארום 11:10.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' הערשל בידערמאן הי"ו (ב"פ). צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל מארקאוויטש הי"ו. פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
עליות: - כהן: ר' יואל נחמי' ראלניצקי הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' ליפא ווערצבערגער הי"ו. - שלישי: החתן המשב"ק חנני' יו"ט ליפא ב"ר ישראל יעקב דייטש הי"ו - באווארפען. - רביעי: החתן דוד ב"ר אליעזר זוסיא סופר הי"ו - באווארפען. - חמישי: החתן הערשל ב"ר אהרן שמואל פוקס הי"ו. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' יחיאל ארי' בידערמאן הי"ו. - ר' אברהם יודא זאבעל הי"ו. - ר' אברהם ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.
- שביעי: החתן נחמי' צבי ב"ר חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו. - אחרון: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א מו"ץ. - מפטיר: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו. - הגבה: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו.
מוסף: הרה"ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע יודא גלאנץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:20.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו. - כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א. - לוי: הרה"ח ר' יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג). - שלישי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הר"ר אברהם קרויס שליט"א.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו (וומסב''ג). שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה ט אויפן פסוק 'ויקץ יעקב משנתו ויאמר אכן יש ה' במקום הזה' און געטייטשט אז יעדע מצוה וואס א איד טוהט און ח''ו אן עבירה קומט אן למעלה צום היכל ה' וואס איז קעגן מקום המקדש, און וועגן די עוונות איז געווען חורבן ביהמ''ק, און דורך דעם וואס מען איז זיך אין דעם מתבונן און מען היעט זיך אפ ווערט אויפגעבויעט דעם ביהמ''ק.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג). - קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו. -דער רבי האט געבענטשט על הכוס. און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:15.
ארום 9:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו צו א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין סאוט אמעריקא, אין מאנטעווידעא און אין בראזיל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו םאר א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון אידישקייט אין פראנקרייך און אין דייטשלאנד במשך הדורות, און איבער דעם סדר פון כשרות הבשר אין די בראשית יארן אין אמעריקע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
דערנאך ארום 9:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ צו די דינער השנתי 'שלי' לטובת מוסדותינו הק' וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת חי'.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:10 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן. הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און דער יושב ראש הרה"ח ר' משה אהרן פילאפף הי"ו האט אויסגערופן דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי''ו צו משמיע זיין די דבר המוסדות.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק, נאך די דברי תורה האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו און מוסדותינו הק' אין ב"פ, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה וואס ווערט נתרבה בכמות ובאיכות, צווישן אנדערע די פלענער פון בית מדרשינו 18'טע עוו. ביהמ"ד דברי יואל, און ביהמ"ד לב אהרן וועלכע האלטן אלע אינמיטן פארברייטערט / געבויעט ווערן, און אזוי אויך דער שטח פונעם בנין החדש פאר די בית רחל אויף 18'טע עוו. און דערנאך ממשיך געווען און מאריך געווען בפרטיות בשבח פון די דריי ישיבות קטנות פון מוסדותינו הק' ב"פ, און שטארק אויפגעפאדערט אנ''ש נישט אוועקצושיקן די בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות וואס דאס ברענגט שפעטער צו לערנען אין ארץ ישראל און מען קומט אהיים גאר אנדערש פון דארט בהשקפה און א קאלטקייט צו כל הקודש לנו און שטעלן אויף א שטוב אויף אנדערע יסודות ווי אבותינו ורבותינו הק' האבן אוועקגעשטעלט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 12:05.
נאכן דינער איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה אין שטוב פון נכדו הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר נכדו און פאר זיין שווער הרה"ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א ראה"כ סעמיהאי.
ארום 12:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגה' כסלו תשפ"ה12/6/2024
באריכט
פרייטאג ערש''ק ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל בער לעבאוויטש הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר יואל וויינגארטן הי"ו. - ב"ר יודא יואל דייטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברא"מ איצקאוויטש הי"ו, בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר יואל ברי"צ פריינד הי"ו. - ב"ר יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים: - הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו - הרה"ח ר' שמואל שמעון בערקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו - הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ש פריעדלענדער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר מנחם משה גאלד הי"ו. - ב"ר אברהם שימאן הי"ו. - ב"ר יואל וויינשטאק הי"ו. - ב"ר יואל פאוועל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' פישל בר"ה כ"ץ הי"ו בביתו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. - הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו - הרה"ח ר' יואל דוד דרעזדנער הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' יואל בר"ר שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' שמעון אהרן כ"ץ הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 9:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הר"ר יצחק העללער שליט"א פון לעיקוואד אין באגלייטונג פון חברי וועד המקוואות שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' ווי מען האט פארגעשטעלט פארן רבי'ן א נייע סארט פילטער פאר מקוואות, דער רבי האט איבערגעקוקט דעם מאשין א לענגערע צייט און באטראכט אלע חלקים ופרטי פרטים פון די מאשין, און אויסגעשמועסט אלע צדדים בהלכה, בהשקפה, און פראקטיק.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א וחתן הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג וישלח אין שיכון סקווירא, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אבני צדק צום שמחת התנאים פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, עב''ג החתן הרב מרדכי זאב רובין שליט"א בן הגה"צ רבי יהושע שלום נתן רובין שליט"א אבד"ק גלאגוב, ביים אנגעקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבנים, עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און דערנאך געליינט די תנאים, און דערנאך געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני נישואין, און ממשיך געווען מיט עטליכע סיפורים בעניני נשואין פון די גרויסע זיידעס זיע''א פון וועם די חתן כלה זענען אייניקלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. מען האט פארענדיגט ארום 11:15, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' ליפא ברמ"א ניימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' יצחק זאב גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' יוסף דוד לאוב הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' יואל הלל בערקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר יואל ב"ר בנציון ווייס הי"ו. - ב"ר יוסף פנחס קעניגסבערג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דאן איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן נייעם צוגעבויעטן חלק צו קענען אקאמאדירן די ריבוי התלמידים, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכות מזוזה און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פארן מנהל הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א און פאר די תלמידי הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' סנדר גאלדבערגער הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' שלום ראטה שליט"א אב"ד אויסטריק אינאיינעם מיט גיסו הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך מתפללי ביהמ"ד אויסטריק אין וומסב''ג לע"נ אביו הגה"צ גאב"ד קארלסבורג זצ"ל, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' הערשל ראטענבערג שליט"א רב דחסידי גור בארה"ב, אינאיינעם מיט הגאון ר' ישראל משה אלעווסקי שליט"א ראש ישיבת גור בארה"ב בשליחות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א מקבל זיין ברכות הקודש לרגל די חתונה פון אן אייניקל ביי האדמו"ר מגור שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אליעזר הערש הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין לאנדאן, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת ביהמ"ד ברך משה וומסב''ג אין שפיץ פון רבני הביהמ"ד: הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה''כ וומסב''ג, און הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, ווי זיי האבן אריבערגעברענגט 350 חתימות פון אנ"ש מתפללי הביהמ"ד מיט קבלות טובות בעניני טעכנאלאגיע ותפילה, לזכות ס'זאל נתרבה ווערן שידוכים, דער רבי האט אויסגעשמועסט די פרטים פונעם קאמפיין און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די קבלות טובות און מאציל געווען ברכות לרוב. מ'זאל איבערגעבן פאר אלע מתפללי הביהמ"ד.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגב' כסלו תשפ"ה12/3/2024
באריכט
מאנטאג פרשת ויצא ב' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם אין שכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב"פ בהנהלת הרה''ג ישראל יצחק זינגער שליט"א. ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיטן ראש ישיבה הרה"ג ר' יצחק ראזענבוים שליט"א אבד"ק קאליש מאנסי, און דער רבי איז אריין זיך אומקוקן אויף די לימודים פון די תלמידי הישיבה. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה. דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:00 און זיך געוואשן צו די סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ר"ח. מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שלום הערש מאשקאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה. רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש ופלפול אין די לימודי הישיבה אין מסכת פסחים, און דערנאך ממשיך געווען מיט מוסר והתחזקות אין לימוד התורה ותפילה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורי ורמ"י הישיבה. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל הגה"צ אבד"ק קאליש מאנסי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' אהרן שמואל פוקס הי"ו - הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א, אין די זאלן פון כינור דוד. הרה"ח ר' שלמה מייער הי"ו - הרה"ח ר' יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"מ מערמעלשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברא"א גאנדל הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצנעמען דעם ציבור.
ארום 11:45 איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א חתן הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג וישלח אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס זכרונות פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל און איבער דעם שבת וואס רבינו שליט"א האט געוויילט בצילו אין שיכון סקווירא מיט קרוב צו זעכציג יאר צוריק, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צום קישור החיתון פון בתו הכלה למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה, ובסיפורי צדיקים פון די זיידעס. מען האט געמאכט דעם קבלת קנין, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן מחותנים און די בני המשפחה, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגא' כסלו תשפ"ה12/2/2024
באריכט
זונטאג פרשת ויצא א' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אברהם פראנקל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלום לעווי הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א. דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:45 און זיך געוואשן צום סעודת ר"ח, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ר"ח ניגונים פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס איז געווען די יארצייט.
נאך ברכו נפשי האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט פון חתם סופר אז עס איז דא פערציג טעג פון ר"ח אלול ביז יום כיפור, און פערציג טעג פון הושענא רבא ביז ר"ח כסלו וואס ר"ח כסלו איז דא א בחינה פון יו"כ, 'לא היו ימים טובים בישראל כחמשה עשר באב ויום הכיפורים שבהם בנות ישראל יוצאות וכו', במילא זענען די צייטן מסוגל פאר שידוכים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב און אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:45.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו - הרה"ח ר' אהרן דוד יצחק רובינשטיין הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' אלי' קרויס הי"ו - הרה"ח ר' משה שמואל סאמעט הי"ו. הרה"ח ר' אשר יצחק ווידער הי"ו - הרה"ח ר' יואל חיים משה מיללער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת תולדות מברכים חודש כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים. החתן קלמן ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו. החתן מענדל ב"ר יואל עפשטיין הי"ו. החתן אלימלך ב"ר שלמה קליין הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת אין קוממיות עטה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד סיגוט קרית יואל. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם הייס הי"ו (לאנדאן).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו' און געטייטשט אז רבינו גרשום ווערט אנגערופן 'מאור הגולה' ווייל זיינע גרויסע תקנות זענען מעורר כלפי מעלה אז כביכול זאל נישט ח''ו אוועקווארפן אידישע קינדער בע''כ און נישט נעמען אן אנדערע אומה אנטשטאט.
קה אכסוף: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו. ברכת המזון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ).
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט היינט זונטאג ל' חשון. קה רבון עלם: הרה"ג ר' דוד ליבערמאן שליט"א אב"ד שעניא ב"פ. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב האללענדער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:00.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו"ץ.
עליות. כהן: הרה"ח ר' יואל דוד דרעזדנער הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו. שלישי: החתן קלמן ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן אלימלך ב"ר שלמה קליין הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן הערשל ב"ר אהרן שמואל פוקס הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' משה בר"ל הערשקאוויטש הי"ו. ר' שמואל אליעזר פערל הי"ו. ר' אברהם דוד ראזענבערג הי"ו. ר' יואל עמרם גאלדבערגער הי"ו. ר' יודא ברא"מ לאנדא הי"ו. ר' שלמה מנשה דייטש הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' יעקב קליין הי"ו (ב"ב). מפטיר: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. הגבה הרה"ח ר' אהרן שמואל פוקס הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
מוסף: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אהרן שמואל פישער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:20.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס יואל פריינד הי"ו (ב"פ). כהן: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב"ד איהעל ב"פ. לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יודא אוגנשטיין הי"ו (מאנסי).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו ויברכהו' און געטייטשט אז ביי תשובה איז דא א מדת החסד אז עס איז דא כפרות עוונות אפילו אויף וואס מען געדענקט נישט, דורך לימוד התורה בלילה ווערט נמשך א חוט של חסד אויפן מענטש בפרט ווען עס קומט אן ביגיעה, און דורך דעם איז מען זוכה צו חסד ורחמים אויפן גאנצן טאג.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שווארטץ הי"ו (לאנדאן). קל מסתתר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו (ב"פ) דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מוצש''ק ארום 10:30 איז דער רבי אריבער אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר משה בן הרה"ג ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א (אנטווערפען) און הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
פון דארט איז דער רבי אריבער צו בית מדרשינו 'בית חיים דוד' אין קרית יואל ווי עס איז פארגעקומען א מעמד התמנות ווי דער רבי האט אויפגענומען הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק אשוי שליט"א אלץ דומ"ץ הביהמ"ד. דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:45, עס האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דער יו''ר הרה"ח ר' שמעון וויינבערגער הי"ו האט אויפגערופן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נייער דומ"ץ הביהמ"ד הרה"ג ר' יוסף שמואל שליט"א. דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן הגאון הדומ''ץ שליט"א פאר בנו הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א פאר הגה"צ אבד"ק אשוי שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר הרה"ח ר' יודא זאב קליין הי"ו מגדולי נדיבי הביהמ"ד וחבר וועד הרחבת גבולי העיר.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דבר"ק אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און געטייטשט אז דורך די תורה הקדושה ווערט ארץ ישראל גרעסער און ארויסגעברענגט די שמחה אז קר"י פארשפרייט זיך ב"ה אויף אלע זייטן מיט גרויס הצלחה און מען נעמט אויף אזא חשוב'ע דיין אינעם ביהמ"ד וואס געפונט זיך אין אזא שיינע געגענט ווי די תושבים ווילן ח"ו נישט אנטלויפן פון קר"י נאר ווילן זיין א חלק פון קר"י, און דערביי האט דער רבי קורא שם געווען פאר די געגענט ( קוועקיר הילל) אלס 'שכונת פרי מגדים', און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די תושבים אז מען זאל זען אנצוהאלטן אלעס אזוי ווי אין קר"י און בפרט בעניני צניעות און מלבושים ביי אינגלעך און מיידלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן דומ"ץ הביהמ"ד און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 11:30, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן נייע פארענדיגטע מקוה אין ביהמ''ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ח מרחשון תשפ"ה11/29/2024
באריכט
פרייטאג ערש''ק תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' ב"פ, בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א. ב"ר דוד כ"ץ הי"ו. ב"ר אליעזר רובינשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל זאב האלפערט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר שמואל קרויס שליט"א - ר"מ בישיבה. ב"ר מאיר בר"ל טייטלבוים הי"ו. ב"ר יצחק יודא לעבאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכיתה הגדולה.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' יואל האפפער הי"ו - הרה"ח ר' שלמה ניימאן הי"ו. הרה"ח ר' שלמה זלמן יצחק עפשטיין הי"ו - הר"ר אברהם מאיר עקשטיין שליט"א.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות בקו''פ ווי הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראש הקהל וראש העיר, האט אפגעקויפט דעם זכות פונעם עירוב טראק וואס איז געקויפט געווארן דורך די 'וועד העירובין' שע"י בית הוראה דקרית יואל, און ווערט שוין באנוצט וועכענטליך צו בודק זיין די פילע עירובין אין אלע שכונות און געגענטער איבער קרית יואל, עס זענען אנוועזנד געווען די רבני הוועד, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א, הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א, און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א. דער רבי האט אויסגעשמועסט מיט די רבנים שליט''א פילע פרטים און שאלות וואס האבן זיך געמאכט לעצטענס ביי די עירובין אין די פילע שכונות אין קר"י און בפרט די פראבלעמען וואס האבן זיך געמאכט מיט די יעצטיגע עירוב בענדלעך פארגאנגענעם פרייטאג ביי די שניי וואס האט פסול געמאכט עטליכע עירובין און מען האט אויסגעשמועסט די פלענער פאר א לעזונג וואס מען האפט ארויסצוברענגען מכח אל הפועל בקרוב אי"ה. דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' אברהם הי"ו, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן, רבני הוועד, און פאר די וועד בעלי בתים וועלכע שאפן די ריזיגע געלטער וואס די פראיעקטן נעמען אריין און אנגעוואונטשן הצלחה אויף ווייטער שלא יצא מכשול מידינו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר אברהם אבא לאנדא הי"ו. ב"ר מנחם הירש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 12:30 איז דער רבי אריבער צו די מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה אין ביהמ"ד החדש ישראל שלום אין שכונת ויואל משה וועלכע האלט אינמיטן אירע בוי פאזעס, דער רבי האט געגאסן די מקוה און מכבד געווען צו גיסן די אנוועזנדע רבנים שליט"א כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און די אנדערע חשוב'ע רבני ודייני קהלתינו, און הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו נדבן הביהמ"ד ובונה השכונה און נאך חשובע פני הקהילה. דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד וואס האלט אינמיטן די בוי פאזעס און געהערט א באריכט פונעם נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו איבער די פלענער פונעם ביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן ביהמ"ד בית אלעזר צום מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע רבנים שליט"א, צווישן אנדערע זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און פארשידענע אינטערסאנטע שאלות וואס האבן זיך געמאכט אין די לעצטערע טעג, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבנים שליט"א און עקסטער פאר הרה"ג ר' יצחק טריגער שליט"א מגדולי המומחים בעניני מקוואות, פארן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און דער רבי האט איבערגעקוקט די סקיצעס און פלענער פונעם ביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, מען האט געענדיגט ארום 1:10.
ארום 3:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגאון רבי משה בראנדסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכה און דער רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו שו"ת היכל הוראה ו' כרכים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 6:00 איז דער רבי אריבער בהיכל הכולל ווי דער רבי האט משמיע געווען דבר ה' זו הלכה הוראת קדשו בענין החדר"ג העומד על הפרק ובדברים חמורים למען קדושת העיר און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די רבני ולומדי הכולל בנוגע די ענינים און מסיים געווען בברכת קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר סטרולאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו. הרה"ח ר' יואל בר"ה טייטלבוים הי"ו - הרה"ח ר' ישראל דאווידאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ. ב"ר אברהם פאוועל הי"ו. ב"ר יואל ברי"י פריינד הי"ו. ב"ר יואל ברילל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה', און משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 4:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין מבצר הכוללים ווי דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בענין פרשת החדר"ג העומד על הפרק.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין הת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הרה''ג ר' יואל שפיטצער שליט"א לרגל שמחת הנחת תפילין פון נכדו הב' הבר מצוה יקותיאל יודא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר נכדו הב' הבר מצוה ני"ו און פאר הב' ב"ר משה גדלי' אדלער הי"ו. דערנאך האט דער רבי ארויפגעדרייט די כריכות אויף די פינגערס פאר נכדו ני"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און די בר מצוה בחור האט געזאגט די פשעטל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר חדב"ן, און פאר אלע קינדער, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והיה לך לאות על ידך' און געטייטשט אז די תפילין איז א רמז אויף די אבות ואמהות, דעמאלטס איז די צייט אריינצוטראכטן מתי יגיע מעשי למעשי אבותי, און מעורר געווען די בחורים אויסניצן די צייט אויף לימוד התורה און נישט צו רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין, און מסיים געווען בברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 1:00 איז דער רבי אנגעקומען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אין קר"י, דער רבי איז ארום אינעם גאנצן בית השחיטה אין אלע אפטיילונגען א לענגערע צייט און דערביי אנגעוויזן די פילע חומרות וואס זענען איינגעשטעלט אינעם בית השחיטה, האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט שטארק מפליא געווען די בית השחיטה און עס האט זיך פארצויגן לענגערע שמועסן בעניני שחיטה, נאך אריבער א שעה צייט האט זיך דער רבי ווארעם געזעגענט און אהיים לביתו נאוה קודש.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 7:20 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בית מרדכי צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכת קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 8:30 איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון אביו הגה"צ אבד"ק סאמבאטהעלי זצ"ל מיט רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו - הרה"ח ר' שרגא יצחק פעדער הי"ו.
בעת די זמני כניסה האט זיך הב' אלטר יצחק בן הר"ר יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו קר"י, געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ד מרחשון תשפ"ה11/25/2024
באריכט
זונטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי שמואל זילבערשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל מערמלשטיין הי"ו. ב"ר שרגא יצחק ווייס הי"ו. ב"ר אברהם יוסף שווארטץ הי"ו. ב"ר קלונימוס אליעזר מאלח הי"ו. ב"ר ישראל יושע קאליש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 5:45, בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס ארום 7:40 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וועלכע וויילט די יעצטיגע טעג אין קר"י לטובת ישיבתו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער ישיבות אינדערהיים אין אייראפע און דער רבי האט שטארק משבח געווען זיין ישיבה וועלכע איז נודע לשם ולתהילה, האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די שטאט קרית יואל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און עקסטער פארן בעל אכסניאמוה"ר עקיבא הערש קליין הי"ו און דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 9:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' שמואל לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' פייוול סופר הי"ו. הרה''ח ר' אהרן אלעזר רובינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי שמואל שמעלקא כהנא שליט"א אדמו"ר מפשעצלאוו אנטווערפען, דער רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו 'נשים במאי זכיין' און דער רבי האט מעיין געווען א שטיק צייט און פארפירט א שיינעם שמועס איבער די ספר און אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבת מקור חיים פון פלעטבוש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד ברך משה צום שמחת הבר מצוה פון נכדו הב' הבר מצוה יקותיאל יהודא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, נאכן זיך וואשן האט דער בר מצוה בחור געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה און נאכן סיום האט דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א געזאגט קדיש, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, און נאך די זופ האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל. דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און געטייטשט אז מען דארף האבן יראת שמים פאר מען לערנט תורה צו לערנען תורה בטהרה און נאכן לערנען כדי די תורה זאל האבן א קיום אויף שפעטער, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם בר מצוה בחור וועלכע האט מסיים געווען ששה סדרי משנה און אנגעוואונטשן ער זאל קענען מסיים זיין כל הש"ס און זיך פירן אין די וועגן פונעם זיידן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א נאך וועם ער טראגט זיין נאמען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור, מען האט געענדיגט ארום 11:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 5:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים יצחק ניילענדער הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט ארום 6:40. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת קדושת משולם זושא באלעד עטה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא אויף א נייעם סדר צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער תלמידי המתיבתא, די וואך מיט תלמידי סניף דברי יואל, ברך משה, קדושת יואל, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' חיים בן הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יחזקאל בראך שליט"א (ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אלעזר דאנציגער הי"ו (שיכון סקווירא).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ישעי' אשר זעליג אייזנבאך הי"ו (בית שמש). ברכת המזון: הרה"ג ר' חיים האלבערשטאם שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען שב"ק כ"ב חשון. קה רבון עלם: הרה"ח ר' צבי ארי ווייס הי"ו (ב"ב). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 11:05.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. עליות. כהן: הרה"ח ר' וואלף בר"ה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א רב דביהמ"ד קניזשא. רביעי: החתן יונתן ב"ר בערל גאלד הי"ו. חמישי: החתן מרדכי ב"ר יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זײַן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' בנציון חיים זאלדאן הי"ו. ר' יושע בער שווארטץ הי"ו. ר' יואל ברמ"א זאבעל הי"ו. ר' יחזקאל שרגא ברא"י מערץ הי"ו. ר' משה מענדל עסטרייכער הי"ו.
שביעי: החתן משה דוד ב"ר יעקב טעללער הי"ו. הוספות: החתן הערשל ב"ר יואל בר"מ עקשטיין הי"ו. החתן הערשל ב"ר יעקב קאפיל ליכטענשטיין הי"ו. החתן יודא ב"ר חיים הערש כהנא הי"ו. אחרון: הרב הגאון ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב. מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' מאיר שווארטץ הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אברהם בער דייטש הי"ו (מאנסי).
מוסף: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יודא רובינשטיין הי"ו (ןומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:15.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה"ג ר' יחזקאל בראך שליט"א. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלעזר דאנציגער הי"ו. כהן: הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. שלישי: הרה"ג ר' משה שווארטץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים ב"ב. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' מיכל פריינד הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים' און געטייטשט אז א מענטש דארף זיך איינחזר'ן אמונה אין הקב"ה סיי ווען מען זעהט עס און סיי ווען מען זעהט נישט און נישט מיינען אז ווען מען איז מצליח אז עס איז די אייגענע חכמה און כח, נאר וויסן אז אלעס איז כח וגבורה פונעם הייליגן באשעפער סיי זאכן מחוץ לטבע און סיי זאכן מלבוש מיטן טבע.
ידיד נפש: הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד קשאנוב ומו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג. קל מסתתר: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה דקהלתינו הק' וומסב''ג. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' ישראל יצחק היימאן הי"ו (אנטווערפן). נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:15.
במוצאי יום גילה
מוצש''ק נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 9:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק, און הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב איבער די גסות שחיטה אין אורעגוויי און נאך פילע בתי שחיטה ווי קהלתינו הק' האט געשחט'ן די לעצטע פופציג יאר, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א מנהל מבצר הכוללים קר"י לרגל שמחת סיום הש"ס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' וואלף אהרן שליט"א און די גאנצע משפחה.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א מעמד התמנות, רבינו שליט"א האט ממנה געווען הרב הגאון ר' יואל אפענהיים שליט"א מנהל ישיבה קטנה דרך התורה אלץ דומ"ץ ביהמ"ד דקהלתינו הק' אין שכונת זרע קודש, עס איז אנוועזנד געווען הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב שכונת דברי חיים, הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, און די חברי וועד הרחבת גבולי העיר און פילע תושבי השכונה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה און איבער די פילע פעולות פון די וועד הרחבת גבולי העיר אין אלע שכונות אין קר"י, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א, פאר הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א און פאר די תושבי ועסקני השכונה וגבאי הביהמ"ד, און משמיע געווען קורצע דב"ק און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נייעם דומ"ץ הביהמ"ד ער זאל קענען מרומם זיין די כח התורה ותפילה אינעם ביהמ"ד און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע תושבי השכונה. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און די עסקני וגבאי הביהמ"ד זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 10:30 איז דער רבי אריבער צום ביהמ"ד נועם אלימלך אויף ליזענסק צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך ר' יעקב בר"ל עפשטיין הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"א מרחשון תשפ"ה11/22/2024
באריכט
פרייטאג ערש''ק חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף מאיר סאאל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יעקב משה שווארץ הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
נאכמיטאג ארום 3:45 איז דער רבי אריבער אין בית החיים דקרית יואל צו די לויה פון הגה"צ רבי אהרן זאב מאליק ז"ל אבד"ק סאמבור.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל) - הרה"ח ר' פישל פריינד הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. הרה''ח ר' יעקב טעללער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א בחינה פומבי דורך 'חבורת תלמודו בידו' שע"י ישיבות קטנות דמוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, ווי צענדליגער בחורים זענען געזיצן אויסגעשורה'ט ארום די זאל און הרה"ג ר' אברהם שווארטץ שליט"א פון ארה"ק און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג האבן פארהערט די בחורים בעל פה אויף צענדליגע מסכתות הש"ס, און עטליכע מאל האט דער רבי איבערגענומען די מייק און געשטעלט שאלות איבער גאנץ ש"ס אויף וואס די בחורים האבן געענטפערט מיט א געוואלדיגע קלארקייט און דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה, דערנאך האט דער רבי געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דב"ק איבער די שמחה אז אזויפיל בחורים קענען זיך שטעלן צום פארהער בע"פ אויף הונדערטער בלעטער גמרא און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 10:45 און דער רבי איז צוריק ארויף ממשיך זיין די זמני כניסה. אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן פטרון החבורה הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו פון וומסב''ג.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט הכלה בת לחתנו הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' אלי' גינזבערג שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א. ביים אנקומען ארום 12:35 האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט די חשוב'ע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פאר א לענגערע צייט בסיפורי בית בלאזוב און דער דיין שליט"א האט אויפגעברענגט פארשידענע אינטערסאנטע שאלות בהלכות שבת, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים און אין א באזונדערע ריקוד מיטן חתן און מיט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:15.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגכ' מרחשון תשפ"ה11/21/2024
באריכט
מיטוואך פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יודא פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר פישל קויפמאן שליט"א - הרה"ח ר' משה נתן נחום ראזענבערג הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. הרה"ח ר' חיים הערש כהנא הי"ו - הרה"ח ר' ישראל ענגלענדער הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אין שכונת ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך זיין שווער הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגע וואך בבית מדרשו 'ביהמ"ד בית אהרן' אין וומסב''ג, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כתיבת ספר תורה און עניני נשואין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליטא פאר בנו הגה''צ ר' הערש אלימלך ט"ב שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ, פאר הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און פאר די גאנצע משפחה, מען האט געענדיגט ארום 8:30. אויפן וועג ארויס האט דער רבי אראפשפאצירט און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי 'ביהמ"ד ישראל שלום' דקהלתינו הק' און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין שכונת ויואל משה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:35 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברד"ל גרינפעלד הי"ו - הרה"ח ר' ליפא ברא"י סאנדעל הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ב"ר יודא פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ישראל משה בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג ארום 4:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
אינטערוועגנס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין ב''פ צו די שמחת החתונה פון אן אייניקל פון מחותנו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א החתן בן בנו הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דבית מדרשינו תפילה למשה ב''פ חתן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.
ביים אנקומען אין ב"פ ארום 7:00 האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם משה לעווי ע"ה. דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא צו די חתונה, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים המחותנים שליט''א און ס'האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס, און דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי שלמה זלמן אונסדארפער שליט"א אדמו"ר מזלאזיץ פון ארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ. בן הר"ר יוסף הערש באנעט שליט"א. ב"ר שלמה לאנדא הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:15 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די קרוב צו פינף הונדערט תלמידי כתה ד' פון די פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מלמדים, און אלע קינדער, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די קינדער און ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט שוין אן צו לערנען גמרא, און מסיים געווען בברכות לרוב. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער, מען האט געענדיגט ארום 1:40.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' יואל נתן וויזענפעלד הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. הרה"ח ר' בערל גאלד הי"ו - הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין. הרה''ח ר' יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו - הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע וויילט די יעצטיגע טעג אין קר"י לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן וועלכע קומט פאר היינט דינסטאג אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, עב"ג הכלה נכדת הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין ארץ ישראל און איבער דעם אהנגייענדיגן גזירת הגיוס בארה"ק, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מיכל פריעדמאן הי"ו - הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א.
אזוי אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' יעקב בר"ל עפשטיין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם מוצש"ק אין ביהמ"ד נועם אלימלך אויף ליזענסק, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר יואל זילבער שליט"א מפריימאן. ב"ר יעקב זושא גוטמאן הי"ו. בן העסקן ר' משולם צבי בנציון זילבערשטיין הי"ו. ב"ר מרדכי אפרים פישל סופר הי"ו. ב"ר יונתן בנימין דוב וויינגארטן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך תפילת שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ונכד כ''ק אדמו''ר מזידיטשוב חרדים שליט''א, צו די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר חנני' יו"ט ליפא ני"ו. דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר במקום התפילין כנהוג, און אנגעטוהן די קאפל און ציצית. דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיטן זיידן האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א בסיפורי צדיקים לבית זידיטשוב, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 1:00.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' יעקב קאפל ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל בר"א ווייס הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. הרה"ח ר' ירמי' פאגעל הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' ישראל איסר מארקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. הרה"ח ר' ראובן ראטטער הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"ל גראס הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א און ווערט אריינגעגעבן מאנטאג תולדות אין ביהמ"ד בית מרדכי, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"ש אבערלענדער הי"ו. הרה"ח ר' יואל בר"י ביטמאן הי"ו - הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו.
אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יוסף דוד טירנויער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך אין קר"י, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל די קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד הי"ו - הרה"ח ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט''א אויף שו"ע יו"ד ח"א, הבה"ח יושע בן הנגיד ר' וואלף פערל הי"ו, הב' שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו, הב' שמעון ישראל ב"ר משה מנחם פאלאטשעק הי"ו - ממציוני תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגט"ז מרחשון תשפ"ה11/17/2024
באריכט
שב''ק פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יודא ב"ר חיים הערש כהנא הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה''ג ר' יואל בר"מ עקשטיין שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:40, עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר כולל דוויליאמסבורג תפארת בחורים, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א והגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואקחה פת לחם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור.
קה אכסוף: הרה''ג ר' חיים יחזקאל בר"מ ווערצבערגער שליט"א. ברכת המזון: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ' חשון. קה רבון עלם: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 10:50.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' איתמר טובי' קויפמאן שליט"א. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
עליות. כהן: ר' חיים אברהם מאשקאוויטש הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: החתן יוסף בן הר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א. שלישי: החתן יונתן ב"ר בערל גאלד הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ליפא בן הר"ר פישל קויפמאן שליט"א - באווארפען. חמישי: החתן הערשל בהר"ר יואל בר"מ עקשטיין שליט"א - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זײַן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יואל ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו. ר' שמעון בערגער הי"ו. ר' שמעון גפן הי"ו. ר' יואל ב"ר קאפיל שעהנברוין הי"ו. ר' מרדכי יודא בר"י פריעדמאן הי"ו. הר"ר ישראל יודא יעקב ווערצבערגער שליט"א. ר' ישראל מרדכי שטערן הי"ו. ר' אליעזר זוסיא מיטטעלמאן הי"ו. ר' אליעזר גפן הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' אביגדור ראזענבערג הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו. הגבה: הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' בערל גאלד הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו (וומסב''ג). פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ארון לייב מארקאוויטש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:10.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:05. מנחה: הרה"ח ר' יחזקאל בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף שלמה מארקאוויטש הי"ו. כהן: הר"ר הערשל כהנא שליט"א (ב"פ). לוי: הר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א. שלישי: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו (ב"פ). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הר"ר יואל ברי"ש וויינבערגער שליט"א.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואקחה פת לחם' און געטייטשט אז פת לחם גייט ארויף אויף די תורה 'וסעדו לבכם' דאס מיינט עבודה שבלב זו תפילה, דורך תורה וואס כשר'ט די מויל פון די מענטש קען מען תשובה טוהן מיט תפילה אויף אלע ד' חילוקי כפרה, דאס דארף זיך יעדער מתבונן זיין ווי ער האלט מיט דעם ענין און זעהן צו עוסק זיין בתורה פארן זיך שטעלן דאווענען מען זאל זיין ראוי צו מתפלל זיין.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' פנחס טייכמאן הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
ביים ענדיגן איז דער רבי אראפ אין היכל התורה ווי עס קומען פאר די לימודים מוצש''ק במסגרת אבות ובנים - ושננתם לבניך, דער רבי איז ארום צווישן די טישן א לענגערע צייט און זיך אומגעקוקט ברוב קורת רוח. מען האט געענדיגט ארום 7:20. נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים פון ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעפארן אין מאנסי צו די די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין הבית רחל "בנין אלי' ניישטאדט" אינאיינעם מיט א שמחת השבע ברכות פון החתן ב"ר עקיבא יוסף ניישטאדט הי"ו בן הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו נדבן הבנין. דער רבי איז אנגעקומען אינעם בנין הבית רחל ארום 10:40. דער יו''ר הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א האט אויפגעריפן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א וועלכע האט אויפגעטרעטן בשם די הנהלת המוסדות. מען האט פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, און דער חשובער נדבן הרה"ח ר' אלי' הי"ו האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט זיינע הרגשים און געמאכט א ברכת שהחיינו בשם ומלכות לרגל די חנוכת הבית. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן, חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה מיטן באנייען די בנין הבית רחל און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן נדבן הי''ו, ובשבח פון מוסדותינו הק' אין מאנסי, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן. מען האט געענדיגט ארום 11:30. און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי"ד מרחשון תשפ"ה11/15/2024
באריכט
פרייטאג ערש''ק וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה כהנא הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ''ד אמרי נועם אין שכונת דברי יואל, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי, בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א. פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר משה חיים קאהן הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור פארן מנהל און די תלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען לענגערע דב''ק צום ערשט בשבח הישיבה וועלכע האט אנגעהויבן די זמן מיט א שטארקע הצלחה. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די תלמידי הישיבה זענען עוסק אין די סוגיות פון מקוואות וואס איז א נושא פון מציאות פון אידישקייט, און דערביי א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער זיין נסיעה צו די שחיטה אין מדינת אורעגוויי און די באזוך אין ארגענטינע ביי די הערליכע קהילה אנ''ש, און מסביר געווען די גאנצע סדר השחיטה און די חלקי כשרות הבשר און די מעלות און פראקטישקייט פון די בית השחיטה המהודרת אין אורעגוויי, און מסיים געווען בברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' יואל סאקס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' משה בערגער הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר משה הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א. תאומים בני ר' שמואל שענהברוין הי"ו. ב"ר מאיר ישכר הכהן קאהן הי"ו. ב"ר חיים הערש פארקאש הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון די נסיעה קיין ארגענטינע און אורעגוויי.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ח ר' נסים סאאל הי"ו - הרה"ח ר' רפאל דוד ג'ברא הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. הרה"ח ר' יואל ברח"א בלייער הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' איתמר טובי' ברש"צ ווידער הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:25 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אינאיינעם מיט חתנו הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג חיי שרה אין קר''י, עב"ג החתן נכד כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, דער דיין שליט"א האט שלום גענומען פון רבינו שליט"א נאך די באזוך אין ארגענטינע און אין אורעגוויי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שחיטה ווי דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פילע פרטים פון די שחיטה מיטן דיין שליט"א און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל שמעון רובין הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו.