בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגב' כסלו תשפ"ה12/3/2024

באריכט
מאנטאג פרשת ויצא ב' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם אין שכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב"פ בהנהלת הרה''ג ישראל יצחק זינגער שליט"א.
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיטן ראש ישיבה הרה"ג ר' יצחק ראזענבוים שליט"א אבד"ק קאליש מאנסי, און דער רבי איז אריין זיך אומקוקן אויף די לימודים פון די תלמידי הישיבה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:00 און זיך געוואשן צו די סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני ר"ח. מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שלום הערש מאשקאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש ופלפול אין די לימודי הישיבה אין מסכת פסחים, און דערנאך ממשיך געווען מיט מוסר והתחזקות אין לימוד התורה ותפילה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורי ורמ"י הישיבה.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל הגה"צ אבד"ק קאליש מאנסי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:20.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אהרן שמואל פוקס הי"ו - הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א, אין די זאלן פון כינור דוד.
הרה"ח ר' שלמה מייער הי"ו - הרה"ח ר' יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"מ מערמעלשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברא"א גאנדל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצנעמען דעם ציבור.

ארום 11:45 איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה, עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א חתן הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג וישלח אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס זכרונות פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל און איבער דעם שבת וואס רבינו שליט"א האט געוויילט בצילו אין שיכון סקווירא מיט קרוב צו זעכציג יאר צוריק, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צום קישור החיתון פון בתו הכלה למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה, ובסיפורי צדיקים פון די זיידעס. מען האט געמאכט דעם קבלת קנין, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן מחותנים און די בני המשפחה, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 634