מאנטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין הת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הרה''ג ר' יואל שפיטצער שליט"א לרגל שמחת הנחת תפילין פון נכדו הב' הבר מצוה יקותיאל יודא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר נכדו הב' הבר מצוה ני"ו און פאר הב' ב"ר משה גדלי' אדלער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי ארויפגעדרייט די כריכות אויף די פינגערס פאר נכדו ני"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און די בר מצוה בחור האט געזאגט די פשעטל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר חדב"ן, און פאר אלע קינדער, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והיה לך לאות על ידך' און געטייטשט אז די תפילין איז א רמז אויף די אבות ואמהות, דעמאלטס איז די צייט אריינצוטראכטן מתי יגיע מעשי למעשי אבותי, און מעורר געווען די בחורים אויסניצן די צייט אויף לימוד התורה און נישט צו רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין, און מסיים געווען בברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 1:00 איז דער רבי אנגעקומען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אין קר"י, דער רבי איז ארום אינעם גאנצן בית השחיטה אין אלע אפטיילונגען א לענגערע צייט און דערביי אנגעוויזן די פילע חומרות וואס זענען איינגעשטעלט אינעם בית השחיטה, האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט שטארק מפליא געווען די בית השחיטה און עס האט זיך פארצויגן לענגערע שמועסן בעניני שחיטה, נאך אריבער א שעה צייט האט זיך דער רבי ווארעם געזעגענט און אהיים לביתו נאוה קודש.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 7:20 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בית מרדכי צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכת קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 8:30 איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון אביו הגה"צ אבד"ק סאמבאטהעלי זצ"ל מיט רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו - הרה"ח ר' שרגא יצחק פעדער הי"ו.
בעת די זמני כניסה האט זיך הב' אלטר יצחק בן הר"ר יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו קר"י, געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
