בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

מאנטאגי"ג אלול תשפ"ד9/16/2024

באריכט
היינט נאכמיטאג ארום 6:00 איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף צאנז קט. איבער דעם בעפארשטייענדע יום תפילה ועצרת 'זעקת הגולה', וואו עס זענען אריבערגעקומען די ראשי ישיבות הגאון הגדול ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג, און הגאון ר' יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר.

רבינו שליט''א האט זיך באגריסט מיט די ראשי ישיבות און א לענגערע צייט דן געווען איבער אלע פרטים.
עס איז בס"ד באשטימט געווארן צו גיין פאראויס מיט די פלענער פאר איין גרויסע עצרת פון אלע שיכטן און קרייזן בחוצות העיר, לויט די פאראויס באשטימטע פארשריפטן וואס מען האט באשלאסן אינמיטן זומער ווען מען האט מחליט געווען אינאיינעם אויפ'ן געמייזנאמער עצרת, אז עס וועט זיין מיוחד פאר תפלה ובקשה ברוב עם, אהן קיין דרשות.

אנשטאט דרשות וועט מען ענדערשט צוגרייטן א פראפעסיאנאלע סטעיטמענט פאר די פרעסע וואס זאל אויסרופן דעם שטערקסטן קול מחאה וקידוש שם שמים אין די ברייטע גאס, אין די זעלבע צייט וואס מיר רייסן איין פאר רחמי שמים מיט פסוקי תהלים וסליחות מיט א תפילת רבים פון רבוא רבבות ישראל!

מ'האט דערביי שטארק באטאנט מען זאל שפענדן עקסטערע געלטער דערויף, זיכער צו מאכן אז די פרעסע באקומט דעם ריכטיגן מעסעדזש וואס זאל אפהילכן מסוף העולם ועד סופו.

ביי די אסיפה האט מען אויך דן געווען א לענגערע צייט איבער א טויש וואס טייל האבן געוואלט מאכן אנדערש ווי אפגעשמועסט, אז ס'זאל יא זיין דרשות פון פארשידענע רעדנער פון דאהי אדער אויסלאנד. די החלטה איז געבליבן בהסכמת פון יעדן פון די אנוועזנדע אז מ'זאל בלייבן מיט'ן פלאן וואס מ'האט אינאיינעם אפגעשמועסט ביי די ערשטע אסיפה אינמיטן זומער ווי געזאגט, לתועלת הענין בכדי נישט אריינצופאלן אין קיין שוועריקייטן מכמה צדדים ווי יעדער פארשטייט.

אויך איז געווארן באשטימט עפ"י בקשת די גדולי ראשי ישיבות, אז די עצרת זאל פארקומען אין ניו דזשערסי, נענטער צו די ישיבה'ישה שטעט וואו די בני תורה האלטן אצינד אין אן אנהויב זמן.

אצינד וועלן די עסקנים פון אלע קהילות שפאנען פאראויס און מסדר זיין אלע טעכנישע דעטאלן אויסצופירן דעם רצון פון אלע גדולי ישראל, און אהערשטעלן דעם ריזן פארזאמלונג לעורר רחמי שמים על אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש הנתונים בצרה ובשבי' אונטער די ביטערע גזירה ווען דער ממשלת הרשעה האט דערגרייכט א פולקאמע גזירת גיוס וואס באדראעט אלע חרדישע בחורים מיט טורמע אדער שמד רח"ל.

דאס יהדות החרדית איז געשפאנט און האפט צו קענען באווייזן דעם היסטארישן געשעעניש, און קיין שום מכשולות וועלן נישט אריינקומען צו ח"ו שטערן די פלענער, ווען דער שטן האט אין די לעצטע וואכן אין טעג פרובירט מיט אלעם מעגליך צו לייגן שטיינער אין וועג.

נאך די אסיפה האט רבינו שליט"א זיך אפגעזעגנט פון די חשובע ראשי ישיבה שליט"א בידידות ורב ברכות און ארויסבאגלייט ביז אויף די גאס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הלל ראובן האלפערט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מנחם הלל גראס הי"ו.
ב"ר אברהם יושע טעללער הי"ו.
ב"ר יואל ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
ב"ר גדלי' אפפעל הי"ו.
ב"ר חיים ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו.
ב''ר יואל ענגלענדער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

מיטאג ארום 1:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין לינדען ניו דזשערסי צו באשיינען די חומש סעודה פון תלמידי מוסדותינו הק' אין לינדען, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אולם בראך, מיט די באטייליגונג פון די עלטערן און זיידעס פון די קינדער.

דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:10 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר דוד הלברשטאם שליט"א בן האדמו"ר מקיוויאשד שליט"א וואס האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א מיט פאסיגע דיבורים, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' אלעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהילתינו לינדען, די קינדער האבן געזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא כנהוג, און געזינגען ניגוני תורה, דערנאך זענען די חתני המקרא אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, אויך האט דער רבי פארטיילט פאר די עלטערע תלמידי התלמוד תורה א געבענטשטע מטבע.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט די התרגשות אז אין לינדען זענען דא אזויפיל קינדער תשב"ר וואס הייבן אן צו לערנען חומש, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתני המקרא און זייערע עלטערן און זיידעס, און פאר די מלמדים און די הנהלת המוסדות. מען האט געענדיגט ארום 3:05.

דערנאך איז דער רבי אריבער ביי די בוי ארבייט פןן בית מדרשינו הגדול והחדד אין שטאט, דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין א לענגערע צייט און געהערט א באריכט איבער די ווייטערדיגע פלענער צו בויען א היכל התורה און א מקוה מפואר אינעם ביהמ"ד, און דערביי האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די גאנצע שטאט און די אומגעגנט.

דערנאך איז דער רבי אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם הערש טייטלבוים הי"ו ווי עס איז געווען זמני כניסה בקו''פ לקראת הימי הרחמים והרצון פאר אנ''ש אין שטאט פון 3:20 ביז 5:45.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט"א אינאיינעם מיט חתנו החתן בן הרה"ג ר' אברהם לייפער שליט"א ר"י נדבורנא, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און עקסטער געוואונטשן לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, אויך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתנו הר"ר דוד הלברשטאם שליט"א מנהל רוחני דמוסדותינו הק' און דער רבי האט ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

נאך די זמני כניסה ארום 5:45 איז דער רבי אריבער צום נייעם לינדען סי-בלו פיש געשעפט, אונטער די אייגנטימערשאפט פון הרה"ח ר' חיים הערש ובנו ר' ליפא וועכטער הי"ו מגדולי עסקני הקהלה והמוסדות, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, געטרינקן לחיים, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די בעלי בתים.

דערנאך איז דער רבי אריבער זיך אומקוקן אויף די שטאטישע מקוה טהרה החדש וואס האלט שוין ביים גמר הבני' בראשות הרה"ג ר' יעקב מנחם שטייף שליט"א דומ"ץ בהתאחדות הרבנים, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט און דערביי האט הרה"ג ר' יעקב מנחם שליט"א געצייגט פארן רבי'ן די פולע חומרות והידורים פון די מקוה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו ער זאל בקרוב קענען ענדיגן די גאנצע מקוה להרבות טהרה בישראל.
אום 6:15 האט דער רבי פארלאזט דעם שטאט אויפ'ן וועג אהיים קיין קרית יואל.
אינטערוועגנס האט דער רבי זיך פארבינדן מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און געגעבן א ווארימע גרוס פון די תלמידי הישיבה וואס האבן זיך פארהערט ביי רבי'ן הלכות בשר וחלב דעם פארגאנגענעם דאנארשטאג און האבן גאר פיין געקענט, און דער וויזניצער רבי שליט"א האט זיך זייער באדאנקט אויף די צייט און טירחא וואס דער רבי האט זיך אפגעגעבן מיט די וויזניצער בחורים.
ביים אנקומען אין קר"י ארום 7:10 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' חיים יחזקאל שרגא שטיינמעטץ הי"ו (וומסב''ג) - הרה''ח ר' יואל בריח גוטמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה"ח ר' הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו - הרה''ג ר' יואל בר"מ סימאן שליט"א, באולם גינת קליין.

נאך די חופות ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:15 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' ארי' שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' אליעזר זוסיא צין הי"ו.
הרה"ח ר' אשר זעליג בלייך הי"ו - הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן אברהם יושע ב"ר יצחק אייזיק שווארטץ הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:20, און עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר ישיבת עטרת אברהם עטה"ק בצפת. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 9:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ברב"ז ווייס הי"ו (בני ברק).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר נחמן בראך שליט"א (בית שמש), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'גדילים תעשה לך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען דרש'נט סמוכין.

קה אכסוף: הרה"ג ר' אהרן שמואל פרענקל שליט"א רב דביהמ"ד חוג חתם סופר ירושלים, ברכת המזון: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק מנאסאד זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק י"א אלול. קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה שפיגל הי"ו (ביתר). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א רב דביהמ"ד בורשטין וומסב''ג בן האדמו"ר מבורשטין שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: ר' הלל פאגעל הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל הארטשטיין הי"ו (ב"פ), פסוקי שמע ישראל: משב"ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
עליות. כהן: החתן יצחק ב"ר ישראל הארטשטיין הי"ו. לוי: הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו. רביעי: החתן אשר לעמיל ב"ר וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן חיים מרדכי ב"ר ליפא ברמ"א שטיינבערג הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל בר"א ראלניצקי הי"ו.
ר' יואל ברא"ש פוקס הי"ו.
ר' יואל בר"ב בערקאוויטש הי"ו.
ר' משה ברוך ליכטענשטיין הי"ו.
ר' אלטר הערש וויינגארטן הי"ו.
ר' יוסף זונדל אפפעל הי"ו.
ר' יצחק זילבערשטיין הי"ו.
ר' ברוך ארי' פאגעל הי"ו.
ר' יעקב בר"ה קאהן הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו. הוספות: החתן יעקב קאפיל יוסף ב"ר יואל ברמ"ז פריעדריך הי"ו. החתן יואל בן הרה''ג ר' נתן דוב ברש"ז שווארטץ שליט"א. החתן אברהם שלמה ב"ר יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו. אחרון: החתן ברוך בענדיט ב"ר יעקב ברז"ל גליק הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' אברהם יהושע העשיל הכהן גלאנץ הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי שווארטץ הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:35.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:45. מנחה: הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו. כהן: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו (מאנסי). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. שיר המעלות: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א (בני ברק).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי ה' אלקיך מתהלך בקרב מחניך ל'הצילך ו'לתת א'ויביך ל'פניך' און געטייטשט אז אין די ימי אלול ווערט נתעורר א רוח טהרה ממרום אויף תשובה ותיקון המעשים מען זאל נישט דארפן צוקומען צו א התעוררות דורך גזירות רעות ח''ו און יעדע איד קען דאס זעהן און שפירן, און מאריך געווען בדברי התעוררות לקראת די ימי הרחמים והרצון.

ידיד נפש: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' בערל הארטשטיין הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול, און געוואונטשן 'א גוטע וואך און א גוטע חודש' פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 10:10.
ארום 12:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי. דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:25 אין ביהמ"ד סערעדנא אויף ניחום אבילים ביי הרה"ג ר' אשר אדלער שליט"א אב"ד סערעדנא, און די ברודערס משפחת קליינמאן שיחי' היושבים ע"פ אשתו /אחותם הרבנית ע"ה - לאנגיעריגע מנהלת בבית רחל שע"י מוסדותינו הק' אין מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער זכרונות פון די באזוכן פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א אין תלמוד תורה און אין די קעמפס, און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.

דערנאך איז דער רבי געפארן קיין שיכון סקווירא אויף א באזוך ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א לרגל די חתונה פון זיינע אייניקלעך וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און איבער פארשידענע מנהגי חודש אלול, האדמו"ר מסקווירא שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט פירות און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א בבית האכסניא פון הרבני הנגיד הנכבד ר' יהודא דוד רובינשטיין הי"ו אין די מאנטעבעלא געגענט אין מאנסי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי פלפול אין פארשידענע סגיות הש"ס, מאקאווא רב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו, און פאר אחיו הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א און פאר בניו הרבנים שליט"א.
ארום 1:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל מענדלאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין בנין הת"ת 'בנין קליין' אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' חלק ב' בהנהלת הרה''ג ר' בנימין בער בערקאוויטש שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים.
ב"ר הערשל בראדער הי"ו.
ב"ר שמעי' שווארץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, און אלע בחורים, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען דב"ק צו אויסניצן חודש אלול כראוי, און בפרט מיטן חזר'ן די לימודים אין מסכת קידושין זיך צו קענען שטעלן צום פארהער אויף די גאנצע מסכת סוף יאר, און מסיים געווען בברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א פון ארה"ק, אינאיינעם מיט אחיו הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה אין די סוגיא פון חצי שיעור און נאך, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און עקסטער געוואונטשן לרגל נשואי נכדו למז"ט, דער רבי האט געגעבן פאר די רבנים שליט"א דעם נייעם באנד ספרו לב אהרן אויף סוגיות, און הגה"צ מאקאווא רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א א ספר תהילים עם פירוש עטרת משה פון אביו הגה"צ גאב"ד מאקאווא זצ"ל, און דער רבי האט ארויסבאגלייט דעם מאקאווער רב שליט"א בחיבה וידידות ביז די גאס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי' אלול תשפ"ד9/13/2024

באריכט
דאנערשטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יעקב מאיר ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 1:35 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:10.

ארום 6:30 זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי ישיבה גדולה אמרי חיים וויזניץ מאנסי בנשיאות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א אינאיינעם מיטן מגי"ש נכדו הר"ר מנחם מאיר האגער שליט"א, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט אויף די לימודים אין שו"ע הלכות בשר וחלב, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס ארום 7:30 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אפרים טייטלבוים הי"ו - הרה"ח ר' יעקב חיים פאללאק הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה''ח ר' חיים יושע ארי' גאלדבערגער הי"ו - הרה"ח ר' הערשל שטערן הי"ו, באולם גינת קליין.

נאך די חופות ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און נאך מנחה ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' אשר מרגליות שליט"א רב דקהל אהל משה וויען עסטרייך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און עקסטער אנגעוואונטשן א מזל טוב לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט וואס איז פארגעקומען די וואך.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו - הרה"ח ר' יצחק בוקסבוים הי"ו.
הרה''ח ר' זלמן לייב זופניק הי"ו - הרה"ח ר' חיים מרדכי שניטצער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר הלל הערשקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 6:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די נייע פארענדיגטן לאקאציע פאר גמ"ח שערי טובה - חסדי מנחם זאב שע"י ביהמ"ד הגדול וואס איז געבויעט געווארן נעבן ביהמ"ד הגדול לתועלת אלפי אנ''ש, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג, און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו מראשי הגמ"ח, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פילע תיקונים וואס איז געווארן אהערגעשטעלט אינעם נייעם לאקאציע און דערביי האט מען ארויסגעברענגט אז במשך די פארלאפענע צוואנציג יאר וואס די גמ"ח איז שוין אפן איז שוין פארבארגט געווארן דעם ריזן סכום פון אריבער הונדערט פיר אום פערציג מיליאן דאלער!.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן הגמ"ח הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו, און פאר די ראשי הקהילה און עסקני הגמ"ח.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן שטובל וואס איז געבויעט געווארן לצורך בדק הבית פאר די פילע קלענערע בוי פראיעקטן פון ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט זיך אומגעקוקט און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק איבער די פילע איינריכטונגען אין ביהמ"ד הגדול לקראת ירח האיתנים הבעל"ט, און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:00 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס ארום 7:20 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר נתן דוב ברש"ז שווארטץ שליט"א - הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה''ח ר' יואל ברמ"ז פריעדריך הי"ו - הרה"ח ר' אברהם פאלאטשעק הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו.

נאך די תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ישראל ניימאן הי"ו.
ב"ר יואל געלבשטיין הי"ו.
ב"ר מענדל אפענהיים הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען בהיכל הישיבה א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דעם בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 5:30 ביז אום 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די מחותנים הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א רב דבית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, און הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ, חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען רבינו שליט''א צו די שמחת החתונה פון בנו /בתו וועלכע קומט פאר קומענדיגן וואך מיטוואך כי תבא אין ב"פ, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב אום 10:45 און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ מנחם אבל זיין כ''ק האחים האדמורי"ם לבית סקולען שליט"א היושבים ע"פ אחיהם /אביהם כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל, דער רבי איז אנגעקומען אין ביהמ"ד סקולען ארום 11:50, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די קשר פון צדיקי בית סקולען זי''ע צו רבותיה"ק זיע''א און איבער די שיינע שבתים וואס דער נפטר דער רבי זצ"ל האט געפירט אין קר"י במשך די פארלאפענע דריי יאר אין די זומער וואכן, און דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע אבידה מיט די פטירה, און אנגעוואונטשן ברכת תנחומין. דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגז' אלול תשפ"ד9/10/2024

באריכט
מאנטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף ברח"מ כ"ץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק הייטב לב זיע''א.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.

נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די הילולא קדישא, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב''ק סיפורי קודש און איבער די גרויסקייט און שלימות פונעם בעל הילולא זיע''א און מסיים געווען בברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו מנהל בית האופה קר"י, און הרה"ח ר' ברוך יודא שפיטצער הי"ו מנהל בית האופה דקהלתינו וומסב''ג אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דביהמ"ד דינוב קרית יואל ומרבני המכשירים אויף די קצירת החטים, מקבל זיין ברכת הקודש ווי מען גרייט זיך אין די טעג אינטערצושרייבן די קאנטראקט אויף די מהודר'דיגע ווייץ פעלדער אין אריזאנע לקראת חג הפסח תשפ"ו, דער רבי האט אויסגעפרעגט די דעטאלן און איבערגעגעבן פארשידענע הוראות און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 5:00 איז דער רבי אריבער צום בית החיים צו די לויה פון הרבנית אדלער ע"ה אשת הרה"ג ר' אשר אדלער שליט"א אב"ד סערעדנא מאנסי, לאנגיעריגע מנהלת אין בית רחל דמוסדותינו הק' אין מאנסי, דער רבי האט משמיע געווען דברי הספד בשבח פון די נפטרת וועלכע האט מחנך געווען הונדערטער תלמידות און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע צער פון די משפחה און פון די תלמידות הבית רחל.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 נאכמיטאג ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל ברש"נ הירש הי"ו - הרה"ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו - הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו, באולם גינת קליין.

נאך די חופות ארום 7:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון זאב קליין הי"ו - הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' אליקים יודא ברמ"י גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ח קארנבלי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אשר זאבעל הי"ו.
ב"ר אברהם יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 2:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו די יערליכע זמני כניסה פאר אנ''ש לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.

ביים אנקומען אין מאנסי ארום 3:00 איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען אין בנין הבית רחל החדש "בנין אליהו ניישטאדט" וועלכע איז נארוואס באנייט געווארן צום נייעם לערן יאר, דער רבי האט זיך באגריסט מיטן חשובן נדבן הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו און מיט די הנהלת המוסדות, און קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א און דער חשוב'ע נדבן צו קובע זיין א מזוזה.
דערנאך איז דער רבי אריין און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן בנין און דערביי געהערט א באריכט פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר איתמר טובי' שווארטץ שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק איבער די שמחה פון די מאמענטן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 3:30.

דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צו ביהמ"ד סקולען מאנסי, ווי דער רבי האט אויסגעווארט די מיטה פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ''ל זאל אנקומען, און דאן מיט געגאנגן מיט די מסע הלוי' און מלוה געווען די מטה פאר א עטליכע מינוט.

ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו די זמני כניסה לקראת הימי הרחמים והרצון פאר די הונדערטער אנ''ש תושבי מאנסי וועלכע זענען אריין אל הקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים.
צום ערשט זענען אריין די תלמידי המוסדות וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים, און דער רבי האט פארטיילט א מתנה א זמירות פאר אלע בחורים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכלי הפאליש, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו, נאך מנחה האט מען ממשיך געווען די זמני כניסה.

ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב, ווי דער רבי האט זיך באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק הייטב לב זיע''א.

נאך א קורצע צייט ארום 10:00 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום עריכת שלחן הטהור לרגל די הילולא קדישא, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען ב"א הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ''ד עצי חיים סיגוט מאנסי.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב''ק במשנתו פונעם בעל הילולא, ודברי הכנה לימים נוראים, און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם בעל הילולא זיע''א און געזאגט וואס דער ייטב לב האט באפוילן זיינע קינדער צו משפיע זיין כל טוב דורכן זאגן תורה 'כה תברכו את בני ישראל אמר להם' במילא איז דא דער כח פונעם משלח און דאס ברענגט אראפ אלע השפעות, און גערעדט בשבח קהלתינו הק' אין מאנסי מיט אלע אירע אפטיילונגען, און אויפגעפאדערט צו דאווענען בבתי מדרשינו איבער די שטאט, און דערמאנט אז מען האט היינט באנייעט א נייעם בנין פאר די בית רחל, און ארויסגעברענגט לשבח פון ביידע סניפי ישיבות קטנות אין מאנסי 'ישיבה קנין תורה' און 'ישיבה דרכי התורה'. און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט שבע ברכות פאר א חתן מאנ''ש. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

נאכ'ן טיש האט דער רבי ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור ביז ארום 12:00 אויפדערנאכט.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון האברך הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם ביהמ"ד אין שכונת וועסט מעיפל "ביהמ"ד לב אהרן" וואס ווערט געבויעט דורך ר' הערשל הי"ו.
צום ערשט איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ר' הערשל הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי, און דערנאך האט דער רבי געגאסן דעם אבן הפינה פארן ביהמ"ד אין א ספעציעלן גלאז, און מכבד געווען צו גיסן הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט"א דער חשוב'ן נדבן ובני משפחתו, און ראשי קהלתינו הק', און נאכאמאל ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' הערשל הי"ו און זיין גאנצע משפחה ברכות לרוב.

ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגג' אלול תשפ"ד9/6/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז דער רבי אריבער צו די המספיק זאלן ווי עס איז פארגעקומען די ברית'ן:
תאומים לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר וואלף שניטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר משה מענדל ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט"א בבנין הת"ת 'בנין גאלדשטיין'.פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ליפא אקערמאן הי"ו.
ב"ר משה הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יקותיאל יחזקאל שרגא פרענקל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י הישיבה, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען קורצע דב''ק הדרכה פאר די בחורים לקראת די ימי הרחמים והרצון און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך האט דער רבי אריבערשפאצירט צום דערנעבנדיגן בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'ברנה יקצרו' דורך די תלמידי כתה ה' פון אלע סניפים פון מוסדות קרית יואל, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, דערנאך האט דער ראש המנהלים הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א פארהערט די קינדער אויף די לימודים בשעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת המוסדות און אלע קינדער, און משמיע געווען קורצע דב''ק הדרכה פאר די קינדער לקראת די ימי הרחמים והרצון און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, מען האט געענדיגט ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יואל מרדכי שעהר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מרדכי קאהן הי"ו.
ב"ר שלמה יצחק יעקב וועלץ הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי,

אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה אינאיינעם מיט די רמ"י הישיבה אפצונעמען ברכת הקודש לרגל זייער נסיעה למקומות הקדושים קיין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די בחורים.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:15 איז דער רבי אריבער צום קבלת פנים פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ברמ"ד ווידער הי"ו מנאמני ביתו, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שבתי יצחק ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס, פאר די חופה האט דער רבי געבענטשט די חתן, און דערנאך אראפ אין ביהמ"ד בית מרדכי ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.
נאך מנחה איז דער רבי ארויס צו די חופה ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען, און דערנאך איז דער רבי צוריק לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען די זמני כניסה.

בעת די זמני כניסה האט זיך הבה"ח אברהם שלמה ב"ר יואל וויינשטאק הי"ו, המיול"ח הרה"ח ר' אברהם יהושע העשיל הכהן גלאנץ הי"ו, געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע הלכות שבת.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דניאל ראובן דאנא ע"ה - הרה"ח ר' ציון ג'ברא הי"ו.

נאך די זמני כניסה ארום 11:50 איז דער רבי צוריק אנגעקומען צו די שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס, נאכן בענטשן האט דער בדחן האברך ר' יחזקאל שרגא פילאפף הי"ו אויפגעריפן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ מיט דברי חרוזים, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מחותנים און די זיידעס, און עקסטער מיט הרה"ח ר' יואל הי"ו.

דערנאך ארום 12:30 איז דער רבי אראפ אין ביהמ"ד בית מרדכי ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך שופטים ב' דר"ח אלול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' משה בער ניישטאדט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א. ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די סדר הלימוד. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א.
ב"ר יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יצחק יחזקאל דוד קרויס הי"ו.
ב"ר יואל קליינבערגער הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה. לדוד ה' אורי האט מען געזאגט נאך ברכו נפשי.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, פאר די רמ"י הישיבה, און אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק והכנה לקראת די ימים נוראים הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקרית יואל ווי מען האט שוין אנגעהויבן די וואך צו באקן מצות לקראת חג הפסח תשפ"ה הבעל"ט נאכצוקומען די גרויסע פארלאנג פאר די גאר מהודר'דיגע "קרית יואל'ע מצות" מיט אירע פילצאליגע חומרות און הידורים, דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם בעקעריי א לענגערע צייט אינאיינעם מיטן מנהל בית האופה הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו, און געהערט א באריכט פון די פילע חומרות וועלכע איז צוגעקומען די יאר, און דערנאך מפריש געווען חלה, דערנאך האט דער רבי איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די ארבעטער און נאכגעזאגט פונעם הייליגן שינאווע רב זיע''א 'היום אתם יוצאים בחודש האביב' היום מיינט מען ראש השנה ווי גייט מען ארויס זכאי בדין בזכות פון מצוות מצה וואס מען עסט בחודש האביב, און אויסגעפירט אז "באקן מצות חודש אלול איז א ריכטיגע הכנה צו ראש השנה".

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:15 ביז 11:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 6:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א - הרה"ח ר' אהרן הערש טויב הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה''ח ר' וואלף ברוך ווערצבערגער הי"ו - הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה''ח ר' משה סטרולאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' וואלף ברב"י גליק הי"ו, באולם גינת קליין.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מרדכי יצחק סאמעט הי"ו היושב ע"פ אמו ע"ה.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה קטנה קדושת יעקב פון שיכון סקווירא וועלכע וויילן די וואך אין קר"י, דער רבי האט פארהערט די לימודים אין פרק מרובה מסכת בבא קמא און דערנאך זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי הי"ו - הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךא' אלול תשפ"ד9/4/2024

באריכט
דינסטאג שופטים א' דר"ח אלול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
תאומים בני ר' עזריאל מאיר מנחם שעהנברוין הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 3:00 איז אריין בקו''פ הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן הגה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א וחתן הגה"צ רבי יצחק שליט"א בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און פאר בנו החתן ני"ו.

דערנאך ארום 3:20 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 4:50 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 9:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פון רבותיה"ק לבית סיגוט און צאנז זיע''א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יואל האלבערשטאם שליט"א אב"ד טארניגראד חתן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א ונכד מרן הגה''ק הקדושת יו''ט זיע''א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון חופה וקידושין פון רבותינו הק' זיע''א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און פאר בנו החתן ני"ו.

אויך איז געווען אויף א קורצע באזוך בקו''פ הגה''צ ר' אהרן אליעזר ליפא הלוי זילבערמאן שליט''א אבד''ק ראצפערט מקבל זיין ברכות הקודש לקראת השנה החדשה הבעל"ט, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס אינטערסאנט מעשיות זכרונות מימי קדם, און ער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן צויי ספרים פון זקינו הגה''ק ר' נפתלי הירצקא מראצפערט זיע''א און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'.

ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו אמירת יום כיפור קטן כנהוג אום ער"ח אלול, בעל תפילה: הגה''צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב מאנסי ור"מ בישיבה, דער רבי האט געזאגט מיט א שטארקע התעוררות ובכי בפרט ביי אמירת ווידוי דרבינו נסים ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות, מען האט געענדיגט ארום 1:10.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:10 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' מאיר נתן פריעדמאן שליט"א אב"ד סעיטשא מאנסי בן הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו און פאר בנו החתן ני"ו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל בר"ה טעללער הי"ו - הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו.
הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א - הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א.

נאך די תנאים'ס האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם אפרים בערגער הי"ו.
ב"ר משה ראזענפעלד הי"ו.
ב"ר יואל בנציון אבעלעס הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ל"ב. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 6:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל בנו ר' מנחם מענדל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פונעם ראה"ק הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די יערליכע מסיבה לטובת מוסד הק' 'רב טוב', עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פולע פעולות פונעם מוסד הק', דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם הי"ו און פאר אלע אנוועזנדע, און דערנאך איז דער רבי צוריק לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען די זמני כניסה.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרבני הנגיד ר' משה יצחק לאנדא הי"ו בונה ומקים ביהמ"ד החדש ברך משה דקהלתינו הק' בשכונת טווין אין מאנסי ווי מ'גרייט זיך אין די יעצטיגע טעג צו אנהייבן די בוי ארבעט נאכן ערהאלטן פארגאנגענע וואך די נויטיגע פערמיטן, דער נדבן האט געצייגט די פלענער פארן רבי'ן מיט אלע פרטים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים.
הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א - הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
הרה''ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו - הרה"ח ר' עמרם יואל ווייס הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת ראה מברכים חודש אלול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימליך פאר די חתנים:
החתן אלימלך ב"ר יואל ברמ"ד ווידער הי"ו.
החתן נפתלי ב"ר אהרן זאב פאלאטשעק הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בהתעוררות רב, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די הילולא קדישא כ''ו אב, קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' גאנדעל הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: האדמו"ר מליטשיק ירושלים שליט"א. מנוחה ושמחה: הרב נחמן כהנא שליט"א (בית שמש).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון הודאת בעל דין.

קה אכסוף: הרה''ג ר' מרדכי יאזשעף שליט"א מנה"ר ישיבה גדולה שע"י מוסדותינו הק' בני ברק. ברכת המזון: הרה"ג ר' מנחם צבי גאטליעב שליט"א אב"ד ניאמץ.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א אינטערסאנטע פערזענליכע זכרונות פון די סוגיא פארלערנען'ס און טישן ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א וואס די יומדה"ק איז געווען פרייטאג כ"ו אב.

קה רבון עלם: הגה"צ רבי אברהם חיים האלבערשטאם שליט"א אבד"ק רודניק. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א, צו שחרית איז דער צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אנטווערפען.

עליות. כהן: הרב נחמן כהנא שליט"א. לוי: הר"ר מרדכי יאזשעף שליט"א. שלישי: הגה"צ אבד"ק רודניק שליט"א. רביעי: החתן נפתלי ב"ר אהרן זאב פאלאטשעק הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן שמעון זאב ב"ר יואל בריעף הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ברא"י מערץ הי"ו.
ר' שלמה יעקב ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג).
ר' ליפא ווינער הי"ו.
הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א.
ר' יואל ברא"ש סאנדעל הי"ו.
ר' אברהם אלי' ב"ר יואל ברמ"ז פרידריך הי"ו.
ר' יעקב ברש"ז ווייס הי"ו.

שביעי: החתן אלימלך ב"ר יואל ווידער הי"ו - באווארפען. הוספות: החתן שמואל דוד בהר"ר שרגא גאנדעל שליט"א - באווארפען. החתן שמעון ישראל ב"ר וואלף ברוך ווערצבערגער הי"ו - באווארפען. החתן אשר לעמיל ב"ר אברהם שמואל גאנדעל הי"ו. החתן אהרן ב"ר שלמה הערש פעלדמאן הי"ו. אחרון: החתן שמואל בנימין בן הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א. מפטיר: הגה"צ ר' משה מאיר בריעף שליט"א אב"ד איבראן. הגבה: הרה"ח ר' יצחק לייב פייערווערקער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שווארטץ הי"ו.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.

מוסף: הרה"ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל). פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יודא מענדלאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען דא ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון בר"א וויינבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:55.

נאכמיטאג ארום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ו' משנה ד', כך היא דרכה של תורה פת במלח תאכל וכו' ואם אתה עשה כן אשריך וטוב לך, און געטייטשט אויף 16 אופנים בדרך דרוש ואגדה, צווישן אנדערע אז דורך הרבצת התורה ווערן אלע זכותים גערעכנט פארן רבי'ן און דאס קען מען זאגן אויף רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א וואס די יומדהל''ק איז געווען פרייטאג און דערציילט עטליכע עובדות פון רביה''ק בעל הילולא זיע''א און פון הרה''ק רבי ר' שמעלקע מניקלשבורג זיע''א, און ביים סוף געזאגט דברי מוסר מען האט היינט געבענטשט חודש אלול מען דארף זיך מעורר זיין בתשובה ותיקין המעשים לקראת ימי הדין, און מסיים געווען בברכת קדשו, מען האט געענדיגט ארום 7:40 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:00. מנחה: הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יצחק מערץ הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' עוזר פריעד הי"ו (אנטווערפען). לוי: הרב הגאון ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו מאנטרעאל. שלישי: הרב משה דוד גרינוואלד שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש גאנדעל הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און געטייטשט אז מען האט שוין געבענטשט היינט ר''ח אלול עס דארף יעדעם אנכאפן א אימה ופחד, מען גייט זיך שטעלן צום יום הדין, נאר מיט דעם וואס מען האט די יסודות האמונה קען מען צוקומען צו תשובה כראוי נאר מען דארף האבן די ריכטיגע רצון און התבוננות צו מאכן די חשבון הנפש ווי אזוי די יאר איז אדורך, און נישט דורכלאזן קיין טאג אינעם חודש נאר מיט תשובה ומעשים טובים.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו (מאנטרעאל). קל מסתתר: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב"פ). דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:20.

ארום 12:00 זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי שיעור ב' פון ישיבה קטנה סניף זרע קודש אינאיינעם מיטן מגיד שיעור נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, ווי זיי האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף צענדליגע בלעטער גפ"ת פון מסכת בבא קמא, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך פארטיילט פאר אלע בחורים ספרו לב אהרן סוגיות, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די בחורים און פארן מנהל הישיבה הרה''ג ר' יואל אשר ווידער שליט"א.

דערנאך איז פארגעקומען א מעמד התמנות ווי רבינו שליט"א האט אויפגענומען צוויי פרישע מורי צדק לשרת בקודש בקהלתינו הק', וועלכע וועלן שטיין גרייט צו ענטפערן שאלות פאר די טויזענטער תושבי קר"י, תלמידי חכמים מופלגים ומרביצי תורה ה"ה הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א און הרה"ג ר' מרדכי הירש שליט"א, עס זענען אנוועזנד געווען ראשי קהלתינו הק' און די משפחות פון די נייע דיינים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מארה"ק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די נייע דיינים און געזאגט דברי הדרכה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דערנאך איז פארגעקומען די קריאת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' נפתלי מארקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' דוד גאלדשטיין הי"ו (וומסב''ג) דער רבי האט געליינט די תנאים געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט''א ווי ער האט אריינגעברענגט פארן רבי'ן דעם נייעם ספר הק' נועם אלימלך איבערגעארבעט אויף אידיש עס זאל זיין א דבר השוה לכל נפש, דער רבי האט עס איבערגעקוקט און מעיין געווען א לענגערע צייט און אויסגעדריקט זיין התפעלות פון די ארבייט, און אים מאציל געווען מברכות קדשו און פארן פטרון הספר הרה''ח ר' שלום ברוך מרדכי גאלדבערגער הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל כ"ו אב הילולא קדישא פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בבית מדרשו פונעם בעל הילולא ביהמ''ד הגדול דקרית יואל, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא.

נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד צו די צענטראלע סעודת הילולא פונעם בעל הילולא זיע''א, במעמד אלופי אלפי ישראל וועלכע האבן איבערגעפילט דעם ריזן ביהמ''ד הגדול מקצה אל הקצה מיט אלע אירע פליגלען און היכלים, ווי אויך איז ספעציעל געעפענט געווארן די גאלעריע אויף מעריב זייט צו קענען אקאמאדירן די טויזענטער אנ''ש.

דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מאריך געווען שלחנו הטהור, און דאן געמאכט דעם סיום הש"ס וששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט דעם הדרן און קדיש, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא. מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב''ד הוניאד קר''י.

ארום 10:30 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש, דברי חיזוק ומוסר, וחובת השעה בדברים העומדים על הפרק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און געטיישטש במשנתו פונעם בעל הילולא, א יארצייט פון א צדיק איז א חתונה, הקב"ה געבט דרשה געשאנק פאר צדיקים צו קענען משפיע זיין ביומא דהילולא שלהם בני חי' ומזוני פאר זייערע תלמידים, און ארומגערעדט בגדלותו וצדקתו אין אלע הינזיכטן, און די פעולות לרוב וואס רביה"ק האט אויפגעטוהן אלעס מרים צו זיין כבוד שמים, מרביץ תורה געווען לאלפים, אויפגעשטעלט די מוסדות התורה און אלע אפטיילונגען, זיין מלחמה קעגן דעם נגע הציונות בכל פרטיה און נישט נהנה זיין פון זייערע געלטער פאר די מוסדות התורה, אויפגעשטעלט מוסד הק' קרן הצלה, זיינע ווארימע דרשות דברים חוצבים ודברי מוסר והדרכה, זיינע געוואלדיגע צדקות וחסד, געווען א אב הרחמים פאר יעדע לב נשבר, זיינע פילע פעולות בעניני צניעות און ארויסגעברענגט לשבח פון די נייע ספעציעלע מלבושי צניעות פאר די תלמידות בית רחל.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט די פעולות פון רביה"ק זיע''א מייסד העיר קרית יואל אויפצושטעלן דעם שטאט מיט א קדושה און הנהגה רוחני, די אחריות וואס ליגט אויף די תושבי קרית יואל מיט אלע אירע שכונות און געגענטער זיך צו פירן בדרכיו בעניני השקפה ובשיטתו הק', אלע גלילות און געגענטער ווי קר''י פארשפרייט זיך איז נאר פאר זיינע חסידים און תלמידים וואס גייען אין זיין השקפה ובשיטתו הק' ולאורו הבהיר.

עס ליגט א פליכט ממשיך צו זיין די מלחמה מיט די עצם רעין הציוני, און איבער די גזירה העברה על הדת פון גיוס בני ישיבות, אונז זעמיר מחזק די בני ישיבות מריחוק מקום 'חזקו ואמצו ה' עמכם אין די גרויסע מלחמה און חלילה צו מאכן פשרות בנוגע דעם ענין'.
דאס יהדות החרדית דא אין אונזער מדינה דארף קומען צו הילף אחינו בני ישראל בארה''ק 'אין כוחינו אלא בפה קובע זיין אז יום תפילה ועצרת מחאה', זיך צוזאמנעמען ברוב עם בתפילה ובתחנונים לקל חי להעביר רוע הגזירה, אי"ה דעם זונטאג נצבים וילך הבעל"ט, און מען בעט פון אלע מנהיגים פון אלע קהילות קדושות אין דעי מדינה מען זאל זיך צושטעלן צו דעם יום תפילה און דאס וועט זיין א שטארקע חיזוק פאר תושבי ארה"ק און א גרויסע מחאה קעגן די רשעי ישראל, און הקב"ה וועט זיכער צוהערן אונזערע תפילות און מבטל זיין די ביטערע גזירה, אזוי אויך איינרייסן ביי די יום תפילה פאר די ביטערע גזירת החינוך דא אין ניו יארק ווי עס איז מקיום געווארן די מאמר חז"ל 'אם גבירה לוקה שפחה לא כ"ש', און מען בעט פון אלע עסקנים וואס זענען עוסק אין דעם ענין, זאלן האלטן פאר די אויגן מען טאר נישט מאכן קיין שום פשרה בנוגע די
חינוך! נאר מען דארף קעמפן בעוז ובגבורה און הקב"ה וועט שוין העלפן.
דער רבי האט ממשיך געווען איבער אונזער הייליגע ירושה פונעם בעל הילולא רביה"ק זיע''א וואס איז 3 חלקים.
דאס ערשטע זיינע הייליגע ספרים בכל מקצועות התורה, חידושים, דרושים, ביאורים אויף השקפה ודיעות פאר יעדעם איינעם.
די צווייטע איז די מוסדות התורה בכל אתר ואתר ובפרט די ישיבה גדולה וואס רצון פון רביה"ק זיע''א איז געווען דאס ארויסצוברענגען מחוץ לעיר און וואס רביה''ק בעל ברך משה זיע''א האט אויסגעפירט רצון קדשו און האט דאס טאקע ארויסגעברענגט קיין קר''י, און ארומגערעדט בשבח פון די ישיבה, און שטארק ארומגערעדט איבער נישט אוועקשיקן די בחורים אין פרעמדע ישיבות וואס מען קומט צום סוף אן קיין ארץ ישראל, ואיזהו חכם הרואה את הנולד.
דער דריטער חלק פון די ירושה איז די הייליגע שטאט קרית יואל וואס רביה"ק זיע''א האט אויפגעשטעלט מיט אסאך יגיעה און עס וואוינען שוין היינט צוטאגס אין קר"י אריבער אכט טויזענט משפחות כ"י! רובם ככולם פירן זיך אויף ווי עס פאסט און ברענגען אים א נחת רוח, און דער רבי האט ממשיך געווען "חבלים נפלי ל"י בנעימים שוין פערציג יאר וואס כ'האב ב"ה די זכי' צו זיין א שומר הגחלת דאהי אין קרית יואל בשלוחת פון טאטן ז"ל אין ביידע בחינות פון סור מרע ועשה טובה. מרים צו זיין כבוד תורה אין קר"י בכל ענינים, קביעות עתים לתורה, חינוך הבנים והבנות בכמות ובאיכות, דער כח התפילה, כשרות און נאך פילע ענינים, 'זה ל"י ארבעים שנה' וואס כ'בין א שליח פונעם טאטן ז"ל דא אין קר''י, עס איז דא ב"ה אן עלי' גדולה אין יעדן דבר שבקדושה, קר''י איז בליעה"ר אין דגמתו בכל העולם, ובקול חינוק בדמעות געזאגט איך בין זיכער דער פעטער ז''ל זיע''א וועט מיר מחזיק טובה זיין אויף די כוחות און די ארבעט להגדיל תורה ולהאדירה אזויווי זיין הייליגער רצון איז געווען.
עכ''ז פאר די אלע וואס פרובירן צו צוברעכן דעם כח הקדושה דא אין די שטאט זיי זענען די שלוחים פונעם שטן, דער כח און זכות של אותו זקן איז מגין אויף די שטאט וימין ה' עושה חיל בעזר שמו יתברך.

א חלק פון די שמירה אויף די שטאט איז דער מצב פון קויפן צי דינגען א דירה, דער רבי האט מאריך געווען סיי איבער די הקפדה וואס דער מייסד העיר זיע''א האט געהאט אויף די יחידים וואס האבן געקויפט שטחים, איבער די שרעקליכע פרייזן וואס מען בעט אין אנדערע פלעצער, עד כדי כך אז א איד האט נעכטן געפרעגט דעם רבי'ן וועגן א דירה פון 7 אהאלב טויזנט דאלאר א חודש רענט אין ברוקלין(!)..., און די וואס זענען מייקר השער אין קרית יואל קענען האבן אן אפעטיט ס'זאל נאך אנקומען ביז אהין ח"ו, און יעצט איז שוין דא ווער עס בעט ביים קויפן א דירה אזויפיל ווי $600 א סקווער פיס, דאס איז בניגוד צום רצון פונעם מייסד העיר קרית יואל, און אן עולה נוראה צו תושבי קרית יואל.
דער רבי ארויסגעברענגט אז אין די לעצטע צייט האט מען אדורכגעטון די קאסטן פון בויען, און גערעדט מיט די בויערס, און מען איז געקומען צו די הכרה אז אפילו פאר 300 א סקווער פיס מאכט מען שוין אסאך געלט, מען טאר נישט מייקר זיין דעם שער, נישט פון קרקעות, און נישט פון א דירה.
דעריבער האט מען מסדר געווען אז די הנהלת קרית יואל וועט יעצט געבן פרישע פערמיט'ס נאר פאר די וואס ווילן בויען פאר דעם פרייז פון 300 א סקווער פיס, דעוועלאפער מוזן טאקע פארדינען שיין פאר די שווערע כוחות, געלט, צייט, אבער עס מוז זיין מיט א מאס!
דאן האט דער רבי מבשר געווען די בשורה טובה פון 2 פראַיעקטן פון 2,000 ביליגע דירות אין קרית יואל, פון בלויז 300 א סקווער פיס!
דער רבי האט דערמאנט בשבח פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי''ו וואס האט אין שכונת ויואל משה געבויט פאר גאר גוטע פרייזן, און אפילו שפעטער ווען אנדערע האבן צוגעבעטן געלט, האט ער געהאלטן ווארט און גארנישט צוגעבעטן, אבער יעצט ווען די פרייז איז שוין געווען העכער, איז דאס נישט געפאלן אונטער די נייע תקנה וויבאלד ער האט שוין אלע פערמיטס, 'אבער איך האב אים געבעטן, און ער האט מרצונו הטוב מסכים געווען!' און ער גייט פארקויפן די איבריגע 1,000 דירות פאר בלויז 300 א סקווער פיס!, דער רבי האט צוגעלייגט אז דאס איז בתנאי אז ס'איז נאר אויב דער לוקח קויפט 'צום וואוינען' אבער נישט צו אינוועסטירן, און אויב איינער האט שוין א דירה, און ער וויל קויפן א נייע, וועט ער נאר באקומען דעם פרייז אויב ער פארקויפט זיין פריערדיגע דירה אויך פאר די זעלבע נידריגע פרייז, ווער עס ווייסט די פרייזן פון די דירות אין גאס קען באגרייפן פון וויפיל מיליאנען מ'רעדט דא, טויזענט דירות! דער פעטער ז"ל וועט אים באצאלן כמעשהו הטוב, און פארדינען אויף אנדערע מסחרים בכפלים!
באַזונדער וועט הנהלת קרית יואל פארקויפן שטחים אין די 'קאַרלסבורג שטח' צו בויען נאך 1000 דירות פאר ווער עס איז גרייט צו בויען פאר דעם ביליגן פרייז פון 300 א סקווער פיס.
דאס אלעס איז אויסער די אנדערע בויערס וואס זענען זיך שוין מצטרף צו די תקנת העיר, אזוי אויך איז די הנהלת העיר עוסק מוסיף צו זיין פרישע שטחים צום שטאט, ווער ס'האט קרקעות קען זיך מצרף זיין צו קרית יואל, אבער נאר בתנאי ער וועט בעטן א ביליגע פרייז פאר די דירות, דער רבי האט מסביר געווען בטוטו"ד אז די ווערד פון די קרקע גייט ארויף דורך דעם וואס עס ווערט א חלק פון קרית יואל, די תושבי העיר זענען די וואס ברענגען ארויף די ווערד, און ס'איז נישט יושר אז אויף זייער חשבון זאל איין יחיד פארדינען מער ווי נארמאל, עס איז דא א וועד בעלי בתים נכבדים וואס זענען עוסק בנאמנות אין די ענינים, ווער עס וויל מ'זאל אים איינשליסן זאל זיך ווענדן און פארהאנדלען מיטן וועד בעלי בתים, החכם עיניו בראשו נישט פארכאפט צו ווערן אין א בהלה, אפילו ווען מען קויפט פון א יחיד זאל מען נישט איבערצאלן מער ווי 300 א ס"פ, ס'וועט בעז"ה זיין דירות לרוב די והותר.

ביים סוף האט דער רבי האט דערמאנט אז אזוי ווי ביי די פריערדיגע ימים טובים האט מען איינגעפירט צו לערנען א חסידיש ספר זיך צו צוגרייטן צום יו"ט, די זעלבע יעצט לכבוד די קומענדיגע ימים טובים הבעל"ט וועט מען בעז"ה לערנען ספר בני יששכר די מאמרים אויף חודש תשרי אלץ א ריכטיגס הכנה צו די גרויסע טעג, און מסיים געווען ברוב ברכות פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט רבינו שליט"א געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 11:40.

פרייטאג ערש''ק ראה יומדהל''ק

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב טעלער הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית בבנין ישיבה על קברו היכל המתיבתא סניף דברי יואל אינאיינעם מיט א גרויסן ציבור אנ''ש און תלמידי המתיבתא. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אשר צבי יואל גאנץ הי"ו.
ב"ר עזריאל שעהר הי"ו.
ב"ר חיים הערש גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר אהרן זילבערשטיין הי"ו.
ב"ר יואל רעטעק הי"ו.
ב"ר יוסף יושע גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יושע פערלשטיין הי"ו.

דערנאך האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה בהשתפכות הנפש.

נאך שחרית האט זיך דער רבי באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און אנגעוואונטשן לרגל די שמחת הפדיון הבן פון א אייניקל וואס איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט אין ב"פ.

נאך עטליכע מינוט ארום 11:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק' ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט געמאכט די סיום ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא און געזאגט קדיש, מען האט געזינגען נגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, הכנה והתעוררות איידערן פוקד זיין דעם ציון הקדוש, ביי מתן תורה האט משה רבינו באקומען די כח פון צדיק גוזר והקב"ה מקיים און דאס איז נמשך געווארן ביי אלע שפעטערדיגע צדיקים און מיט דעם כח קען רביה"ק בעל הילולא זיע''א משפיע זיין כל טוב פאר יעדעם איינעם, און מסיים געווען מיט ווארעמע ברכת קודש פארן גאנצן ציבור.

נאכן מסיבת לחיים ארום 12:15 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון המצויינת, אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש און די תלמידי המתיבתא.
היים אנקומען אין ביה''ח האט דער רבי געמאכט די ברכה, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה ליכט, און געזאגט די תפילה 'שלום עליך' פונעם ישמח משה זי"ע בבכיות נוראות, און דערנאך פארגעזאגט פון קאפיטל צ' ביז ק"ז כנהוג, און געזאגט דעם יהי"ר בהשתפכות הנפש, דערנאך האט דער רבי געלערנט פרקי משניות און געזאגט קדיש דרבנן.
רבינו שליט"א האט געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט, בשעת מ'האט געזונגן ניגוני התעוררות וואס פלעגט געזינגען ווערן בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף ציון הק' א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אליעזר טעללער הי"ו.
ב"ר יושע חיים גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר אברהם פאלקאוויטש הי"ו.
ב"ר יעקב שמעון קליינמאן הי"ו.
ב"ר אהרן אליעזר רובינפעלד הי"ו.
ב"ר בנימין הירש הי"ו.
ב"ר יואל שטעסל הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק כ"ח. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"ה מנחם אב תשפ"ד8/29/2024

באריכט
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת ראה תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
מצות הכנסת אורחים וביאורו(ב)
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

לרגל ההילולא קדישא:
מאמר זכרון איש חי"ל
פרקי זכרונות בצל הקודש של רביה"ק ז"ל
מרשימת תלמידו הרב החסיד המרומם
ר' חנני' יו"ט ליפא שווארץ ז"ל
מנהל מוסדותינו הק' בעיה"ק ירושלים ת"ו

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
📄 ראה תשפ''ד חו''ל10.9 MB
באריכט
מיטוואך פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר אלי' ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יצחק מארקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק כ"ה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו ומשפ' היושב ע"פ בנו ע"ה.

פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' חיים שמואל שפילמאן ע"ה.

ארום 7:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יושע מרדכי ב"ר מיכל שלעזינגער הי"ו אין די בריגעדאן געגנט אין קרית יואל, צו די שבע ברכות לרגל השמחה בבית גיסו הרבני הנגיד ר' יצחק אייזיק בר"נ גרינפעלד הי"ו מגדולי הנדיבים לבנין המפואר שוהל-הויף בעיר סיגעט יע"א. דער רבי האט זיך באגריסט מיט זיין פאטער הרה"ח ר' נתן הי"ו לרפו"ש, און עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די היסטאריע פון די נסיעות קיין סיגעט נאך די קריג, און איבער די השתוקקות פון רביה"ק בעל דבר"י זיע"א צוריק צו פארן להשתטח על קברי אבותיו הק' זיע"א, און די נסיעות פון מר אביו רביה"ק הברך משה זיע"א קיין סיגעט. דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, די מחותנים און די בני המשפחה.

ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 1:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יעקב חיים לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו.
הרה''ח ר' דוד קויפמאן הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברי"ש ווייס הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ד מנחם אב תשפ"ד8/28/2024

באריכט
דינסטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף צוויבל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ליפא דרעזנער הי"ו.
ב"ר דוד לעווי הי"ו.
ב"ר יואל געלב הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק כ"ד. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:15 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע וואכן אין אמעריקע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין לאנדאן און בפרט איבער די ישיבה גדולה וואס עפענט זיך צום קומענדיגן ווינטער זמן הבעל"ט, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א.
ב"ר אשר זאב גוטמאן הי"ו.
ב"ר חיים מנחם ראזינגער הי"ו.
ב"ר יקותיאל יודא סימאן הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר בערל קליין הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען
פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק י"ט. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל בר"ש רובינשטיין הי"ו - הרה"ח ר' יודא הערש שווארטץ הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' משה ארי' גליק הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' ישראל יוסף ברילל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה"ח ר' אברהם שמואל גאנדל הי"ו - הרה"ח ר' שלמה זלמן שווארטץ הי"ו, באולם גינת קליין.

נאכמיטאג ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - הר''ר אייזיק הערש בערקאוויטש שליט''א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג