בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ג אלול תשפ"ד9/16/2024

באריכט
היינט נאכמיטאג ארום 6:00 איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף צאנז קט. איבער דעם בעפארשטייענדע יום תפילה ועצרת 'זעקת הגולה', וואו עס זענען אריבערגעקומען די ראשי ישיבות הגאון הגדול ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג, און הגאון ר' יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר.

רבינו שליט''א האט זיך באגריסט מיט די ראשי ישיבות און א לענגערע צייט דן געווען איבער אלע פרטים.
עס איז בס"ד באשטימט געווארן צו גיין פאראויס מיט די פלענער פאר איין גרויסע עצרת פון אלע שיכטן און קרייזן בחוצות העיר, לויט די פאראויס באשטימטע פארשריפטן וואס מען האט באשלאסן אינמיטן זומער ווען מען האט מחליט געווען אינאיינעם אויפ'ן געמייזנאמער עצרת, אז עס וועט זיין מיוחד פאר תפלה ובקשה ברוב עם, אהן קיין דרשות.

אנשטאט דרשות וועט מען ענדערשט צוגרייטן א פראפעסיאנאלע סטעיטמענט פאר די פרעסע וואס זאל אויסרופן דעם שטערקסטן קול מחאה וקידוש שם שמים אין די ברייטע גאס, אין די זעלבע צייט וואס מיר רייסן איין פאר רחמי שמים מיט פסוקי תהלים וסליחות מיט א תפילת רבים פון רבוא רבבות ישראל!

מ'האט דערביי שטארק באטאנט מען זאל שפענדן עקסטערע געלטער דערויף, זיכער צו מאכן אז די פרעסע באקומט דעם ריכטיגן מעסעדזש וואס זאל אפהילכן מסוף העולם ועד סופו.

ביי די אסיפה האט מען אויך דן געווען א לענגערע צייט איבער א טויש וואס טייל האבן געוואלט מאכן אנדערש ווי אפגעשמועסט, אז ס'זאל יא זיין דרשות פון פארשידענע רעדנער פון דאהי אדער אויסלאנד. די החלטה איז געבליבן בהסכמת פון יעדן פון די אנוועזנדע אז מ'זאל בלייבן מיט'ן פלאן וואס מ'האט אינאיינעם אפגעשמועסט ביי די ערשטע אסיפה אינמיטן זומער ווי געזאגט, לתועלת הענין בכדי נישט אריינצופאלן אין קיין שוועריקייטן מכמה צדדים ווי יעדער פארשטייט.

אויך איז געווארן באשטימט עפ"י בקשת די גדולי ראשי ישיבות, אז די עצרת זאל פארקומען אין ניו דזשערסי, נענטער צו די ישיבה'ישה שטעט וואו די בני תורה האלטן אצינד אין אן אנהויב זמן.

אצינד וועלן די עסקנים פון אלע קהילות שפאנען פאראויס און מסדר זיין אלע טעכנישע דעטאלן אויסצופירן דעם רצון פון אלע גדולי ישראל, און אהערשטעלן דעם ריזן פארזאמלונג לעורר רחמי שמים על אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש הנתונים בצרה ובשבי' אונטער די ביטערע גזירה ווען דער ממשלת הרשעה האט דערגרייכט א פולקאמע גזירת גיוס וואס באדראעט אלע חרדישע בחורים מיט טורמע אדער שמד רח"ל.

דאס יהדות החרדית איז געשפאנט און האפט צו קענען באווייזן דעם היסטארישן געשעעניש, און קיין שום מכשולות וועלן נישט אריינקומען צו ח"ו שטערן די פלענער, ווען דער שטן האט אין די לעצטע וואכן אין טעג פרובירט מיט אלעם מעגליך צו לייגן שטיינער אין וועג.

נאך די אסיפה האט רבינו שליט"א זיך אפגעזעגנט פון די חשובע ראשי ישיבה שליט"א בידידות ורב ברכות און ארויסבאגלייט ביז אויף די גאס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
👁 735