בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךח' אלול תשפ"ד9/11/2024

באריכט
מיטוואך פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר הלל הערשקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 6:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די נייע פארענדיגטן לאקאציע פאר גמ"ח שערי טובה - חסדי מנחם זאב שע"י ביהמ"ד הגדול וואס איז געבויעט געווארן נעבן ביהמ"ד הגדול לתועלת אלפי אנ''ש, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג, און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו מראשי הגמ"ח, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פילע תיקונים וואס איז געווארן אהערגעשטעלט אינעם נייעם לאקאציע און דערביי האט מען ארויסגעברענגט אז במשך די פארלאפענע צוואנציג יאר וואס די גמ"ח איז שוין אפן איז שוין פארבארגט געווארן דעם ריזן סכום פון אריבער הונדערט פיר אום פערציג מיליאן דאלער!.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן הגמ"ח הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו, און פאר די ראשי הקהילה און עסקני הגמ"ח.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן שטובל וואס איז געבויעט געווארן לצורך בדק הבית פאר די פילע קלענערע בוי פראיעקטן פון ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט זיך אומגעקוקט און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק איבער די פילע איינריכטונגען אין ביהמ"ד הגדול לקראת ירח האיתנים הבעל"ט, און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:00 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס ארום 7:20 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר נתן דוב ברש"ז שווארטץ שליט"א - הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה''ח ר' יואל ברמ"ז פריעדריך הי"ו - הרה"ח ר' אברהם פאלאטשעק הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו.

נאך די תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 586