בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

מאנטאגי"א סיון תשפ"ד6/17/2024

באריכט
וְחַג שָׁבֻעֹת תַּעֲשֶׂה לְךָ בִּכּוּרֵי קְצִיר חִטִּים

נעכטן זונטאג תיכף נאכן דערהויבענעם יו"ט שבועות, זענען אראפגעפארן בשלוחת הקודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קיין וואדלענד קאליפארניע - במקום שאין גשמים מצויין - די דיינים המכשירים הג"ר הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי שע"י קהלתינו הק' אין וומסב"ג, און הג"ר יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב אין קרית יואל, צום צווייטן ווייץ שניט, חטים מהודרים בלי שום פקפוק וחששות פון מצומחות אדער מבוקעות. לקראת חג הפסח שנת תשפ"ה הבעל"ט.

מיט זיי זענען מיטגעפארן די ממונים ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו מטעם בית אופה דקרית יואל, און ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו מטעם בית אופה דקהלתינו אין וומסב"ג.

אזוי אויך איז ספעציעל אראפגעפארן הגה"צ רב דקהלתינו וומסב"ג שליט"א מיטצוהאלטן פון דער נאנט דעם יעצטיגן ווייץ שניט.

ווי שוין געמאלדן איז פארגעקומען דער ערשטער שניט אין יומע אריזאונע אין די וואך פון ל"ג בעומר, ווי מ'האט געשניטן קרוב צו א פערטל מיליאון עיקער לאנד און נאנט צו א האלב מיליאון פונט ווייץ לשם מצות מצוה. די מהודר'דיגע ווייץ איז שוין ב"ה אהנגעקומען קיין ניו יארק א וואך פאר שבועות.

אזוי ווי, לויט ווי ס'ווערט געשאצט איז דער סכום ווייט פון גענוג אויפן קומענדיגן יאר און לויטן ברייטן פארלאנג אויף די מצות מהודרים פעלט'זיך אויס פיל מער ווייץ, וואס די פעלדער וואס מהאט געפלאנצט אין אריזאונע האבן נישט געקענט נאכקומען, צוליב דעם וואס איינע פון די ארטיגע פעלדער האט נישט מצליח געווען ארויסצוקומען הונדערט פראצענט לויט די מהודר'דיגע סטאנדארטן וואס רבינו שליט"א האט אראפגעשטעלט און לחומרא יתירה האט מען דאס איבערגעלאזט. איז מען ע"פ הוראת קדשו פון מרן רבינו שליט"א אראפגעפארן זוכן אין די קאליפארניע פעלדער, ווי מ'האט בס"ד געטראפן די ריכטיגע פעלדער און גאר מהודר'דיגע ווייץ

וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני'ה, מיט אלע חומרות והידורים ווערט היינט - אהנגעהויבן אום 1 אזייגער כחצות היום (4 אזייגער ניו יארקער צייט) - געשניטן ווידעראמאל דעם זעלבן סכום פון קרוב צו א האלב מיליאון פונט ווייץ לשם מצות מצוה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הבה"ח הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט"א.
מיט הכלה בת הרה''ג ר' אברהם יושע אייגער שליט''א, בן הרה''ג ר' עזריאל מאיר שליט''א מלובלין, חתן הגה''צ ר' אפרים שטיין שליט''א אבד''ק פאלטישאן.

אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה להתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי' סיון תשפ"ד6/16/2024

באריכט
פרייטאג נשא אסרו חג שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב זאב כ"ץ הי"ו.
ב"ר אלי' סאלאמה הי"ו.
ב"ר יוסף ישעי' יחיאל זאבעל הי"ו.
ב"ר טובי' עהרנפעלד הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים משה בראך הי"ו בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום שני של שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי אום 9:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול זיך משתתף זיין ביים מעמד הנשגב 'נעשה ונשמע' לימוד התורה ברבים, צום ערשט איז דער רבי ארום געגאנגן אין אלע סניפים פון ביהמ"ד אהנגעהויבן ביים היכל התורה, און דערנאך אינעם גיגאנטישן היכל בית המדרש, און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט ברוב קורת רוח אויף די טויזענטער לומדים זקנים עם נערים, ומה נהדר היה המראה ווי דער רבן של ישראל גייט ארום צווישן די טויזענטער לומדים אין א בחינה פון וירד משה מן ההר אל העם, דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי עוסק זיין בתורה מיט א חברותא נכדו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוד לייבוש ווייסמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:00. אמירת הברכות: הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומסב''ג. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ בקהלתינו ב"פ. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית יוצר והלל.
נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות.

הוצאה והכנסה: הגה''צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומסב''ג, און הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו הק' מאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים.

עליות. כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג).
לוי: הר"ר יואל יודא רובינפעלד שליט"א (וומסב''ג). שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. חמישי: רבינו שליט"א. הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הר"ר ברוך שטערן שליט"א (וומסב''ג). מפטיר: הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו (ב"פ). הגבה ספר שני: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו (מאנסי)
גלילה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).

נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור, צוליב די שטארקע געדרענג די פארגאנגענע יארן איז אהערגעשטעלט געווארן א נייע סדר בהסכמת רבינו שליט''א, און איז אויסגעשפרייט געווארן ספעציעלע מחיצות אויף אלע פליגלען און גאלעריען און ביי די דרום און צפון זייט פון ביהמ''ד צו פארמיידן סכנות נפשות ווען אזויפיל טויזענטער אידן גייען ארויס אויפאיינמאל.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. נאך עלינו האט דער רבי געזאגט קדיש לע"נ די משפחה פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א הי"ד. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 3:00.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ר''מ בישיבת אהבת התורה.
מוהל: דער אבי הבן שליט"א. סנדק: רבינו שליט"א. ברכות וקריאת השם: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ויקרא שמו בישראל: יקותיאל זלמן יו"ט ליפא ע"ש פונעם זיידן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום קידושא רבא לרגל די שמחת הברית מילה, דער רבי האט קידוש געמאכט און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
ביי די פיש האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און געזאגט תורה אויפן פיוט 'ובאו כולם בברית יחד' און געטייטשט אז דורך דעם וואס מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה קען יעדע איד מקיים זיין די תורה, דאס קומט וויבאלד מען האט נישט קיין ערלת הלב, וואס קומט אראפ דורך מצוות מילה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 3:30.
ביים מיטאג טיש מיט די בני המשפחה וסעודת ברית מילה בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אתה נגלית הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, יום ליבשה: הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיתם לי סגולה מכל העמים' און געטייטשט אז בזכות פון מצות מילה ווערן אידן איינס מיט הקב"ה און דורכדעם ניצט תשובה.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנס הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א, און הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.

נאכמיטאג ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה ונעילת החג. עס האט געדאווענט פארן עמוד: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן פלאץ און געטאנצן פאר עטליכע מינוט, און מען האט מאריך געווען מיט ניגוני יו"ט.
הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער - משמש דקהלתינו הק' בוומסב''ג האט אנגעגאסן פארן רבי'ן דעם כוס, דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברא קדישא, און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט טועם געווען מזונות און מען האט פארטיילט שיריים, און דערנאך האט דער רבי געמאכט דעם סיום מסכת בכורות במסגרת חבורת תורתך שעשועי, דער רבי האט געמאכט דעם סיום און געזאגט דעם הדרן, מיט קדיש האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחת התורה.

מיט אתה נגלית האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג, דערנאך האט דער רבי געליינט די כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו, און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני מתיקות התורה.

דער רבי האט געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויף א מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ומשה עלה אל האלקים' און געטייטשט אז משה רבינו האט אנגעצינדן אין אידישע הערצער א ניצוץ קדוש וואס ברענט עד היום הזה אז די תורה בלייבט אין יעדע משפחה פון כלל ישראל עד סוף כל הדורות, און גערעדט בהתפעלות פון די סדר לימוד תורה ברבים עליונים ששו ותחתונים עלזו אידן האבן געוויזן אז לכבוד יו''ט שבועות גיבט מען אן איינגאבע פון לימוד התורה וועט מען פון הימל משפיע זיין גרויס שפע און שוין געבן אן איינגאבע, און דערמאנט דעם סיום מס' בכורות בחבורת תורתך שעשועי וואס בעז"ה ביז א יאר וועלן זיי מסיים זיין כל הש''ס כולו, אידן וואס קיקן זיך צו און זענען מקנא זאלן דאס אויך נאכטוהן.
נאך א אופן געטייטשט אז עס איז דא א שפע פון פרנסה איז דא נסיון העושר, אבער אז די ברכה קומט פונעם אייבערשטן אליינס העכער פון די מערכת המזלות שאדט עס נישט און עס קען גיין תורה וגדולה במקום אחד, און מסיים געווען בברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען צו זינגען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אין א פייערליכע טאנץ, ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים.

צו מעריב מוצאי יו''ט איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און דער רבי האט געמאכט הבדלה.

ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

נאך הבדלה איז דער רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו אנשים נשים וטף, דער רבי האט געמאכט קידוש לבנה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויף 'טובים מאורות' און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה, און דער רבי האט משמיע געווען די 'ברכת הקודש' אויפן פסוק ו'עתה' אם שמוע תשמע בקולי... מען דארף זיך מתגבר זיין קעגן עצת היצר פון אפשטופן יעדע גוטע קבלה אויף שפעטער נאר אנהייבן יעצט תיכף מיט די קבלות טובות אנשים נשים וטף, און יעצט ווען ס'קומט שוין די זומער חדשים דארף מען געדענקן 'הגבל את ההר וקדשתו' מען דארף מגבל זיין דעם יצר הרע שנדמע להר, בקדש עצמך במותר לך, יעדער לפי מדרגתו, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר הקטנים עם הגדולים בכל מילי דמיטב. מען האט געענדיגט ארום 11:30, בשעת ווען אלופי אלפי ישראל זענען פארבליבן אויף די גאס בחצר ביהמ"ד הגדול א לענגערע צייט, טאנצן פייערליך אין צענדליגער רינגען פון חסידים ואנשי מעשה, ברוב שבח והודאה להשי"ת אויף די געהויבענע זמנים וואס מ'האט זוכה געווען.

מוצאי יו"ט זענען אריין זיך געזעגענען בביתו נאוה קודש בחורי אנ''ש פון מאנטרעאל וועלכע האבן געוויילט אויף יו''ט בצל הקודש, דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט איבער די לימודים און מאציל געווען מברכות קדש.

דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל קענען ממשיך זיין די קדושה און השפעה פונעם יו''ט אויף א גאנץ יאר, און געבן כח און געזונט פאר כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א משפיע זיין אויף אונז נאך לאנגע געזונטע יארן און אונז פירן קעגן משיח צדקינו במהרה בימינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל א' דשבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערב יו"ט בביתו נאוה קודש האט דער רבי געצינדן יזכור לעכט.

פארנאכטס ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, מערבית: הרה''ג ר' אלעזר מענדל פילאפף שליט"א (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב און שלום נעמען גאר א לאנגע צייט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש האט דער רבי עוסק געווען בתיקון הלילה ביז צום טיש, און געזאגט די תיקון ליל שבועות חלק התורה.

ארום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול. הגבהת הכוס: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני יו''ט נגוני מתיקות ועריבות התורה.
מיטן די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אהבה רבה: הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד בית נחום דוב וומסב''ג, פיוט מערבית: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וומסב''ג.
דערנאך האט מען געזינגען והאר עינינו פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעורורות ובבכיות.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ומשה עלה אל האלקים' און געטייטשט אז ווען מען איז מתפלל במחיצתו פון א צדיק איז עס מסוגל אויף קיבול תפילות, בשעת מתן תורה איז יעקב אבינו דארט געווען כדאי ווען אידן זענען מתפלל אױף זיך און אויף די קינדער זאל נתקבל ווערן די תפילות, אזוי איז עד היום הזה דא דער כח אז מען קען מתפלל זיין זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער און אייניקלעך.

ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי איז געגאנגען אין מקוה עטליכע מינוט פארן עלות.
יום ראשון של שבועות

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ש ראזענבערג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:10. אמירת הברכות: הרב החסיד בנש"ק ר' משה גראס שליט"א (מאנסי). פסוקי דזמרה: הגה"צ דומ"ץ קהלתינו הק' ירושלים שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית יוצר והלל, ביי אהבה רבה האט מען געזינגען דעם ניגון המקובל פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימונוב זיע''א מיט גרויס התעורורות ובבכיות.

הוצאה והכנסה: הרב הגאון ר' שלום לאנדא שליט"א מרבני איגוד הרבנים ומו"ץ בקהלתינו הק' מאנטשעסטער, און הרב הגאון ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטרעאל.
פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד 18 ב"פ.

דער רבי איז ארויף אויף די בימה מען האט אויסגערופן דעם כהן הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, און דער רבי האט פארגעזאגט דעם אקדמות בקול חוצב להבות אש ברגש קודש ובגעגועין, און דאן געליינט די קריאה בהתעוררות רב.

לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. רביעי: הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א. חמישי: רבינו שליט"א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יושע ברח"ה גאלדבערגער הי"ו.
ר' חיים דוד פארגעס הי"ו.
ר' רפאל בר"מ ווערטהיימער הי"ו.
ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו.

הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יואל שיף הי"ו (ב"פ).
מפטיר: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען). די געסט האבן גומל געבענטשט. הגבה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן). גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג).
די הפטורה האט דער רבי געזאגט שטייענדיג כנהוג.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק שיף הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 3:15, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום קרעפל טיש, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און פון די טייג פון די מילכיגע קרעפלעך, און געטרינקען א קאווע.
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט און דער רבי האט משמיע געווען דעם 'קרעפל פשעטל' בריתחא דאורייתא ובשמחת התורה א לענגערע פלפול אין די סוגיא פון דבר שיש לו מתירין. מען האט געענדיגט ארום 3:50.

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:50, מנחה: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ בקהלתינו בני ברק.
נאך מנחה האט זיך דער רבי אראפגעזעצט ביים ארון הקודש, מען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער רבי האט טועם געווען מזונות און געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור. מיט אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א מסטאניסלאוו מאנסי.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתיצבו בתחתית ההר' און געטייטשט אז פארדעם האט מען געגעבן די תורה נאך דעם דריטן טאג צו נעמען חיזוק פון די ביהמ''ק השלישי אז אייביג קען מען האבן א תקומה.

דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו. מען האט געענדיגט ארום 9:55 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב, מערבית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:25, דער ציבור איז א לאנגע צייט אריבער זאגן גוט יום טוב, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות. במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט שבועות.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אהבה רבה: הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומסב''ג, פיוט מערבית: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט אז בזכות פון יעקב אבינו איז דא די כח פון תשובה און דורכדעם האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה.

ברכת המזון: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יו''ט שבועות תשפ''ד 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בקרב ק''ק קרית יואל יצ''ו

הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בשפְוָתָא!!

ברוך המקום ברוך הוא ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, ובאו כולם בברית יחד א פרישע קבלת התורה, ויחן שם ישראל נגד ההר כאיש אחד בלב אחד אריבער א רבבה מישראל כ"י בליעה"ר תחת קורת גג אחד, א קיבוץ גלויות פון אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר, במחיצת הקודש פון אבינו רועינו כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וואס האט אנגעצינדן די ניצוץ הקדוש ביי יעדן זיך מדבק זיין אין די תורה הקדושה און מיטן נותן התורה אנו וזרעינו וזרע זרעינו, און האבן זוכה געווען אז וירד משה מן ההר אל העם מיטצונאלטן די הייליגע תפילות און טישן און צו הערן דברות קודש מלהבות אש, הקהל לי את העם אשר ילמדון דעם צווייטן טאג יו''ט בלימוד התורה ברבים, סדורא בהן קדושתא זיך אנגעזאפט תורה וקדושה, מיט א תפילה לקל חי מיר זאלן זוכה זיין מקבל זיין די אלע השפעות קדושות פונעם יו''ט בגשמיות וברוחניות, וימים על ימי מלך תוסיף רבינו שליט''א זאל אונז משפיע זיין נאך לאנגע געזונטע יארן צו זוכה זיין לשאוב ממעיין טהור, ולחסות בצל תומר מתוך בריות גופא ונהורא מעליא עדי נזכה לביאת הגואל במהרה

דְּיוֹ אִלּוּ יַמֵּי וְכָל מֵי כְנִישׁוּתָא, דָּיְרֵי אַרְעָא סָפְרֵי וְרָשְׁמֵי רַשְׁוָתָא
איז נאך אלץ שווער און כמעט אוממעגליך צו קענען אראפלייגן מיט ווערטער די רגשי הלב פונעם פייערליכן יום טוב בצל הקודש. דא וועלען מיר בלויז איבערגעבן דברים כהוויתן סדר הימים הנעלים והקדושים העעל"ט, ויותר ממה שקראנו לפניכם כתוב כאן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגח' סיון תשפ"ד6/14/2024

באריכט
הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בשפְוָתָא!!

דְּיוֹ אִלּוּ יַמֵּי וְכָל מֵי כְנִישׁוּתָא, דָּיְרֵי אַרְעָא סָפְרֵי וְרָשְׁמֵי רַשְׁוָתָא
איז נאך אלץ שווער און כמעט אוממעגליך אז אפאר בילדער זאלן קענען רעפלעקטירן דעם מהות און התרוממות פון אזא געהויבענעם יום טוב שבועות העעל"ט בעיר עוז לנו קרית יואל בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה"ק שליט"א.
בלויז די וואס זענען געווען א טייל פון די היסטאריש-ריזן מספר פון אריבער א רבבה תלמידים וחסידים כ"י בליעה"ר דעם פייערליכן יום טוב, וועלן דאס קענען בכלל פארשטיין און משיג זיין.

זעלבסט פארשטענדליך אז דער איכות'דיגער טעם און התעוררות'דיגע הרגשים פון דעם געהויבענעם יום טוב וועט אויף לאנג געדענקט ווערן, און פארבלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון די מסתופפים בצל הקודש.

עכ"ז כדי להרוות צמאי אנשי שלומינו שיחיו די בכל אתר ואתר, וועלכע האבן נישט געהאט די זכי' להסתופף בצלא דמהימנותא, וועלן מיר ארויסשיקן בילדער וואס זענען אריינגעקומען צו די מערכת, מיט א גשמיות'דיגן בליק צו פראבירן זעטיגן דאס אויג פון אונזערע ברודער איבער דער גארער וועלט, והרבה יותר ממה שכתו"ב לפניכם קרה כאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגה' סיון תשפ"ד6/11/2024

באריכט
דינסטאג נשא ערב שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יודא אקער הי"ו.
ב"ר שבתי בר"פ בראך הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מיכל טרעגער הי"ו.
ב"ר יוסף יואל לעווי הי"ו.
ב"ר מרדכי צבי לאקס הי"ו.
ב"ר שמואל שמעלקא קרויס הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 11:50 אויפדערנאכט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די וועד העירובין שע"י בית הוראה דקרית יואל אינאיינעם מיט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א ווי מען האט פארגעשטעלט די נייע פארענדיגטע מאפע פון די תחום שבת און עירובי תחומין פון איבער גאנץ קרית יואל און אירע אלע געגענטער וואס ערשיינט בעז"ה לכבוד יו"ט שבועות, דער רבי האט איבערגעקוקט די מאפע א לענגערע צייט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א יו"ר וועד העירובין, איבער די פילע פעולות פונעם וועד העירובין פאר די פילע עירובי תחומין אין אלע שכונות אין קר"י, דערביי האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיטן דיין שליט"א איבער פארשידענע מכשולות פון די פריוואטע עירובין וואס יחודים מאכן אליינס, און אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארשידענע אקטועלע שאלות בנוגע יו"ט שבועות, דער רבי האט אנגעוואונטשן די חברי וועד העירובין שלא יצא מכשול במעשי ידיהם, און עקסטער געוואונטשן ברכת קדשו פאר'ן וועד בעה"ב וועלכע שאפן די נויטיגע פאנדן פאר די גרויסע הוצאות פונעם וועד העירובין.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ"ל, וואס די בנין הישיבה איז איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און דער היכל הביהמ''ד בית אהרן איז גערופן געווארן לע"נ חותנו הגה"ק בעל הילולא זצ"ל.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק והכנה ליו"ט שבועות הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר ישראל משה ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר במקום התפילין כנהוג, אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דערנאך זיך געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן איבער פארשידענע מנהגים פון יו"ט שבועות און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

נאכמיטאג ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ"ל.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו, באולם כינור דוד.

ארום 7:35 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה צו די שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' וואלף פערל הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן הס"ת און זיין משפחה.

פון דארט ארום 7:55 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל צו די שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו חבר הנהלת המתיבתא, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט, און פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק כנהוג, און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן הס"ת און זיין משפחה, און פאר די רמ"י הישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר יואל ברי"א שטיין שליט"א - הר"ר ליפא ברמ"א פריעדמאן שליט"א.
הרה"ח ר' יואל ברי''א וויזעל הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו.

נאך די תנאים'ס האט דער רבי געדאווענט מעריב און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגג' סיון תשפ"ד6/9/2024

באריכט
שב''ק פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר יעקב אליעזר בן הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן קישור פון סדר ויקרא צו סדר במדבר און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א, ברכת המזון: נכד רבינו הרה''ג ר' יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם בעל שם טוב הק' זיע''א וואס די יארצייט געפאלט יו"ט שבועות.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:30.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הר"ר איתמר טובי' קויפמאן שליט"א.

עליות. כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו. שלישי: החתן יוסף אליעזר ב"ר מענדל יאנקאוויטש הי"ו - באווארפען. רביעי: הרה"ח ר' שמואל דוד פעקעטע הי"ו. חמישי: ר' יואל משה לאנדא הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײַן דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה ברח"ד פריעד הי"ו.
ר' חיים יעקב דוב ניימאן הי"ו.
ר' אהרן יואל קעסלער הי"ו.

שביעי: ר' יוסף ברח"י הערשקאוויטש הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. הוספה: ר' ליפא בר"י קויפמאן הי"ו- דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' משה שמואל רובינפעלד הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו.

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט היינט זונטאג ג' סיון, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל לאנדא הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:35.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:55. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' גאנדעל הי"ו. הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א. כהן: הר"ר משה כ"ץ שליט"א. לוי: הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א. שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט אויפן פסוק מדרש 'מה ראו להתקרב יותר מן הכל' און געטייטשט אז ביי מתן תורה האבן אידן באקומען אז מחשבה טובה הקב''ה מצרף למעשה, דארפן אידן נישט צוקומען צו יסורים און מיתה ממש נאר מען קען עס יוצא זיין דורך זיך מקבל זיין מסירות נפש במחשבה און מען ווערט ניצל פון יסורים און מיתה, אזוי אויך עד היום הזה אין יו''ט שבועות ווערט נתעורר די זעלבע זאך.

ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן מוואלאווע זצ''ל, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:05.
נאך הבדלה איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט אריינגעגעבן היינט זונטאג דורך הרה"ח ר' דוד שמואל הי"ו בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א אין בעל הארבער, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' דוד שמואל הי"ו און זיין משפחה.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט אריינגעגעבן היינט זונטאג דורך הרה"ח ר' וואלף הי"ו אין ביהמ"ד ברך משה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בראשית יארן אין אמעריקע און איבער הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל וואס די יארצייט איז געווען שב"ק.
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' וואלף הי"ו האט מנדב געווען דעם נייעם אוצר הספרים אין בנין פון מבצר הכוללים, און א זכות נכבד אין בנין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אונטערגעשריבן ביידע שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' וואלף הי"ו און זיין משפחה.

דערנאך איז געווען ספעציעלע זמני כניסה בביתו נאוה קודש פאר די פילצאליגע חאלאקה קינדער פון די פארגאנגענע וואכן ווי דער רבי האט אפגעשוירען די האר און פארטיילט ממתקים פאר די קינדער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג