בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי' סיון תשפ"ד6/16/2024

באריכט
ליל א' דשבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערב יו"ט בביתו נאוה קודש האט דער רבי געצינדן יזכור לעכט.

פארנאכטס ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, מערבית: הרה''ג ר' אלעזר מענדל פילאפף שליט"א (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב און שלום נעמען גאר א לאנגע צייט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש האט דער רבי עוסק געווען בתיקון הלילה ביז צום טיש, און געזאגט די תיקון ליל שבועות חלק התורה.

ארום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול. הגבהת הכוס: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני יו''ט נגוני מתיקות ועריבות התורה.
מיטן די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אהבה רבה: הרה"ג ר' הערשל מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד בית נחום דוב וומסב''ג, פיוט מערבית: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וומסב''ג.
דערנאך האט מען געזינגען והאר עינינו פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעורורות ובבכיות.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ומשה עלה אל האלקים' און געטייטשט אז ווען מען איז מתפלל במחיצתו פון א צדיק איז עס מסוגל אויף קיבול תפילות, בשעת מתן תורה איז יעקב אבינו דארט געווען כדאי ווען אידן זענען מתפלל אױף זיך און אויף די קינדער זאל נתקבל ווערן די תפילות, אזוי איז עד היום הזה דא דער כח אז מען קען מתפלל זיין זוכה צו זיין צו ערליכע קינדער און אייניקלעך.

ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי איז געגאנגען אין מקוה עטליכע מינוט פארן עלות.
יום ראשון של שבועות

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ש ראזענבערג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 11:10. אמירת הברכות: הרב החסיד בנש"ק ר' משה גראס שליט"א (מאנסי). פסוקי דזמרה: הגה"צ דומ"ץ קהלתינו הק' ירושלים שליט"א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית יוצר והלל, ביי אהבה רבה האט מען געזינגען דעם ניגון המקובל פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימונוב זיע''א מיט גרויס התעורורות ובבכיות.

הוצאה והכנסה: הרב הגאון ר' שלום לאנדא שליט"א מרבני איגוד הרבנים ומו"ץ בקהלתינו הק' מאנטשעסטער, און הרב הגאון ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטרעאל.
פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד 18 ב"פ.

דער רבי איז ארויף אויף די בימה מען האט אויסגערופן דעם כהן הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, און דער רבי האט פארגעזאגט דעם אקדמות בקול חוצב להבות אש ברגש קודש ובגעגועין, און דאן געליינט די קריאה בהתעוררות רב.

לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. רביעי: הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א. חמישי: רבינו שליט"א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יושע ברח"ה גאלדבערגער הי"ו.
ר' חיים דוד פארגעס הי"ו.
ר' רפאל בר"מ ווערטהיימער הי"ו.
ר' אהרן שמעון מאסרי הי"ו.

הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יואל שיף הי"ו (ב"פ).
מפטיר: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען). די געסט האבן גומל געבענטשט. הגבה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן). גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג).
די הפטורה האט דער רבי געזאגט שטייענדיג כנהוג.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק שיף הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 3:15, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום קרעפל טיש, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און פון די טייג פון די מילכיגע קרעפלעך, און געטרינקען א קאווע.
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט און דער רבי האט משמיע געווען דעם 'קרעפל פשעטל' בריתחא דאורייתא ובשמחת התורה א לענגערע פלפול אין די סוגיא פון דבר שיש לו מתירין. מען האט געענדיגט ארום 3:50.

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:50, מנחה: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ בקהלתינו בני ברק.
נאך מנחה האט זיך דער רבי אראפגעזעצט ביים ארון הקודש, מען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער רבי האט טועם געווען מזונות און געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור. מיט אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א מסטאניסלאוו מאנסי.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתיצבו בתחתית ההר' און געטייטשט אז פארדעם האט מען געגעבן די תורה נאך דעם דריטן טאג צו נעמען חיזוק פון די ביהמ''ק השלישי אז אייביג קען מען האבן א תקומה.

דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו. מען האט געענדיגט ארום 9:55 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב, מערבית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:25, דער ציבור איז א לאנגע צייט אריבער זאגן גוט יום טוב, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות. במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט שבועות.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אהבה רבה: הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומסב''ג, פיוט מערבית: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט אז בזכות פון יעקב אבינו איז דא די כח פון תשובה און דורכדעם האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה.

ברכת המזון: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 712