בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

שמחת רבינו

← ווייזט אלעס

זונטאגי"א שבט תשפ"ד1/21/2024

באריכט
שב''ק פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע

פרייטאג נאכמיטאג ארום 4:00 ווען סאיז די שקיעת החמה הנראית האט רבינו שליט''א כמנהגו זיך פורש געווען ממלאכה.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: נכד רבינו הרב ישראל יעקב יוקל ט''ב שליט"א פון וומסב"ג.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:00. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ביים ערשה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט פארן ציבור ארום 9:30.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' משה ברוך זילבער שליט''א מח"ס ברכת משה בן הגה''צ גאב''ד פריימאן שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'קהל עדת ישראל בין הערבים' און געטיישטש בדרך דרוש אין די סוגיא פון שנים שעשהו.

קה אכסוף: הרה"צ ר' יצחק הערש ווייס שליט''א אב''ד אוהעל ב''פ.
ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק הפני יהושע זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך י''ד שבט.

קה רבון עלם: הר''ר אברהם דוד וואגשאהל שליט''א (מאנסי), נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא ט''ב שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, און מען האט געזינגען לכבוד די שמחה.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שמחה וויזענפעלד הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

וביום השבת קודש

שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה ופסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש הי"ו. בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: הרה"צ ר' יצחק הערש ווייס שליט''א מאיהעל. לוי: הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. שלישי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' משה אליעזר ראזענפעלד הי"ו. חמישי: הרה''ח ר' וואלף שניצער. שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו (מאנטרעאל). אחרון: הר''ר אברהם דוד וואגשאהל שליט''א. מפטיר: הב' צבי ריינער (לאס אנדזשעלעס). הגבה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ). גלילה: הרה''ח ר' חיים מאיר גרינפעלד הי"ו.

מוסף: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' משה ברוך זילבער שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 5:40.
מנחה הרה"ח ר' יצחק מענדלאוויטש הי"ו (מאנסי).
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודל שטערן הי"ו (מאנטרעאל). בעל קורא: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו. כהן: הרה"ח ר' יואל ברמ''ח פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגאר הי"ו (שיכון סקווירא).

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והגדת לבנך ביום ההוא', און געטיישטש אז תשובה העלפט מיט כח האמונה, אבער אז מען איז פוגם בעניני קדושה פארלירט מען אמונה אינעם בוכ''ע, דעי וואכן וואס מען ליינט די קריאה פון יציאת מצרים ווערט נתרבה די אמונה ביי אידישע קינדער קען מען צוקומען צו תשובה פאר אלע ענינים.

ידיד נפש: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו (וומסב''ג). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' יעקב יוסף אונגאר הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:40.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךט"ו טבת תשפ"ד12/27/2023

באריכט
דינסטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אלחנן שלמה זלמן גראס הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת ברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב ברוך טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
ווי עס זענען מכובד געווארן. מוהלות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, סנדק: רבינו שליט"א, סנדק מעומד: הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ 15 שליט"א, ברכות: הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, קריאת השם: כ''ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, ויקרא שמו בישראל: משה, נאכן דאפעלטן עלטער זיידן רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך א קורצע צייט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בחדרי הפאליש אין ביהמ''ד הגדול צום סעודת ברית מילה.
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן בדברי תורה דער בעל שמחה אבי הבן, און די זיידעס הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און הגה"צ רבי יואל ט"ב שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' החתן חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, און די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז אריין בקו"פ הרב הגה"ח ר' מאיר פלעקסער שליט"א ראש ישיבת חידושי הרי"מ אין תל אביב, אין באגלייטונג פון הרב ישראל גינזבערג הי"ו מנכ"ל ישיבה חידושי הרי"מ בארה"ק און הרב משה ווייטמאן הי"ו מנכ"ל ישיבה חידושי הרי"מ בארה"ב, עס האט זיך פארמירט א שיינער לומדישע שמועס און דערנאך בעניני חינוך תלמידי הישיבות און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

זונטאגי"ב טבת תשפ"ד12/24/2023

באריכט
שב''ק פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס צום עשרה בטבת ארום 4:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו, מנחה: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה גאטעסמאן הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו ראה"ק.
עליות. כהן: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.

קבלת שבת: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:05. נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן א גוט שבת פארן גאנצן ציבור, און אריין בחדרו הפרטי.

ארום 6:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הר"ר נחמן בראך שליט"א (בית שמש).

פאר די פלייש האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק איבער'ן צום עשרה בטבת און איר היסטאריע ובפרט די מוסר השכל וואס מען זעט אז די התחלה איז חצי הכל.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר נחמן בראך שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובני דן חושים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען און צווישן האט דער רבי געטייטשט אויף נאך צוויי אופנים אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה שבמקדש, און אין די סוגיא פון עשה לפני הדיבור דוחה לא תעשה לאחר הדיבור.

קה אכסוף: הגה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק בעל ערך ש"י זצ"ל ראב"ד סיגוט וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק י"א טבת.

קה רבון עלם: בעל שמחה נכד רבינו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א, מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און ביר, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור, און פארטיילט שיריים פאר די בני המשפחה.
אז ביום השביעי: הר''ר אברהם יואל רובין הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 10:10.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.

עליות. כהן: הרה"ח ר' משה ברוך כ"ץ הי"ו. לוי: החתן ב"ר יואל ברי"א לעווי הי"ו. שלישי: החתן ב"ר ארי' ראטה הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר אברהם משה לאנדא הי"ו. חמישי: החתן ב"ר עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יושע ברב"מ מארקאוויטש הי"ו.
ר' משה ברצ"א קליין הי"ו.
ר' יושע גאלדבערגער הי"ו.
ר' ישראל חיים יואל פריעד הי"ו.
ר' מרדכי ירוחם מיללער הי"ו.
ר' חיים ברש"א ראטה הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר אשר לעמיל גלויבער הי"ו, אחרון: הגה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' יושע גליק הי"ו (מאנסי). גלילה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו.

מוסף: הגה''צ ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:15.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:00. מנחה: הרה''ג ר' שרגא גאנדעל שליט"א. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל מנחם קלעפנער הי"ו. כהן: ר' יואל ב"ר חיים ישעי' גראס הי"ו. לוי: הרה"ג ר' יואל וויינבערגער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג. שלישי: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הר"ר נחמן בראך שליט"א.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והגדתם לאבי את כל כבודי במצרים' און געטייטשט אז יוסף הצדיק אפילו ער איז געווען אין מצרים איז געבליבן אויף אים די רשומא דקדושה פון די תורה וואס ער האט פארדעם געלערנט מיט יעקב אבינו, אזוי אויך פון דעם כח פון יוסף הצדיק איז געבליבן א רשומא דקדושה אז ווען א איד לערנט תורה קען ער מיט דעם כל מנצח זיין דעם יצר הרע.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג ), נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:25.

מוצש''ק זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבת דינוב וועלכע האבן געוויילט אויף שבת אין קרית יואל, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריבער אינעם נייעם 'מיטב גראסערי' אויפן 17-M אין קרית יואל ווי אלעס ווערט פארקויפט אויף האלסעיל פרייזן, ערמעגליכט געווארן דורך עסקני ונגידי תושבי קר"י צווישן אנדערע הגה''צ ר' העניך מרדכי מייזליש שליט"א מטאלטשאווע, העסקן ר' מרדכי יושע לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, ר' ישראל צאהלער הי"ו און נאך, דער רבי איז ארום און זיך אומגעקוקט אין די גאנצן גראסערי, און דערנאך קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' העניך מרדכי מייזליש שליט"א און העסקן ר' מרדכי יושע לאנדא הי"ו, און דערביי האט זיך דער רבי משתתף געווען מיט א גרויסן סכום צו קענען אויסהאלטן די גראסערי, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה פאר די נגידים און עסקנים און אנגעוואונטשן עס זאל זיין 'טוב ומיטב לכל'.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין מאנסי, ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:00 אין שטוב פון הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק, צו די שמחת השבע ברכות לרגל נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי און איבער די הצלחה פונעם פלייש געשעפט אין מאנסי, דערנאך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' רפאל הי"ו האט געקויפט צוויי כתות אינעם בנין הת"ת החדש אין מאנסי.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
ארום 12:00 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

דאנערשטאגי"ח מרחשון תשפ"ד11/2/2023

באריכט
דינסטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א - שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, עב"ג החתן הרב ישעי' שליט''א בן הרה''ג רבי אריה מנחם מענדל רובין שליט''א בן הגה"צ רבי יחזקאל שרגא רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב שליט"א (ב"פ) וחתן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' ישראל שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שמעון ווידער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר משה בנימין יצחק כהן הי"ו.
ב"ר יצחק יודא דוד אונגאר הי"ו.
ב"ר יואל בנימין דייטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 5:15 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול אין חדר 'שמואל חיים' צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.

תיכף דערנאך אום 5:50 איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, מיט חרוזים ודברי כיבושין האט אויפגעטרעטן ר' משה יושע ווייס הי''ו, און האט אויסגערעכנט דעם גרויסן יחוס כנהוג.
ביים קבלת פנים האט זיך משתתף געווען כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מאנסי שליט''א. מען האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש בקול ה' בכח לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום באדעקן, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.

דער מעמד החופה איז פארגעקומען פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול, מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן דעם עלטער זיידן פון די כלה כ''ק גאב''ד סיגעיט שליט''א.
קריאת הכתובה: זיידע פונעם חתן הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט"א, ברכה אחריתא: זיידע פונעם חתן הגה''צ אבד''ק טאמאשוב שליט''א.
עדי קידושין: הגה''צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו''ר מדינוב מאנסי און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט''א.
ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס און מחותנים.

נאך די חופה אום 7:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין חדר 'שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול.
ובכן צדיקים יראו וישמחו

ארום 8:10 איז רבינו שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

ארום 9:25 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.
בערך אום 10:00 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכות ראשונות: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, ברכה אחריתא: הגה''צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט''א ראש ישיבת מונקאטש בן כ''ק אדמו''ר ממונקאטש שליט''א.

נאכן בענטשן האט דער בדחן ר' משה יושע ווייס הי''ו מייסטערהאפטיג אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זיע"א, און ביים סוף ארויס אין א עקסטערע ריקוד מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה טאנץ דעם זיידן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, און נאך זיין מצוה טאנץ איז רבינו שליט''א ארויס אין א ריקוד מיט האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א.

דערנאך האבן געטאנצן די זיידעס הגה"צ אבד"ק טאמאשוב שליט"א, הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה שליט''א דערביי איז דער רבי געטאנצן מיט אלע מחותנים און זיידעס באזונדער, דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:25.

ויהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגט"ז מרחשון תשפ"ד10/31/2023

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הכלה נכדת כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א.

עב"ג החתן הרב ישעי' שליט''א בן הרה''ג רבי אריה מנחם מענדל רובין שליט''א בן הגה"צ רבי יחזקאל שרגא רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב שליט"א (ב"פ) וחתן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.

אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ''ד הגדול בקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה לברך ולהתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

מיטוואךה' תשרי תשפ"ד9/20/2023

באריכט
ליל ב' דיו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מערבית. בעל תפלה איז געווען הר''ר דוד לייב קרויס שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 9:15, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו"ט פארן גאנצן ציבור בכלליות.

ארום 11:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות, מלובש מיט א נייעם קאפטן פאר ברכת שהחיינו. הגבהת הכוס: הרה''ח ר' אלי' ניישטאדט הי''ו.
אויפן טיש איז געווען אנגעגרייט די פירות. דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א מילגרוים און טועם געווען פון די פירות, און דערנאך געטיילט שיריים פון די מילגרוים פארן גאנצן עולם.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר''ר שמואל מענדל באב''ד שליט''א (ב''פ).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און געטייטשט אז ווען עס געפאלט שבת ראש השנה ווערט גערעכנט ע''ב שעות כמנין חסד און מיט דעם כח איז מען זוכה צו חסד ורחמים משמים אינעם יום הדין.

ברכהמ"ז: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

ונתנה תוקף קדושת היום

נאכן עלות איז דער רבי געגאנגן אין מקוה, און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', דעם צווייטן טאג יו"ט אינדערפרי איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:15.

פסוקי דזמרה: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק. שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו, מ'האט געענדיגט בערך 11:20

נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט"א אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנע קאפל.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הרה''ג ר' חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט''א און הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א - מו''ץ, פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אב''ד אוהעל ב''פ.

רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בהתעוררות רב ובהשתפכות הנפש.
עליות. כהן: הרה''צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א. לוי: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו. חמישי: רבינו שליט"א. הגבה דעם ערשטע ספר: בעל ברית נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט"א. גלילה: ר' בנציון לעבאוויטש הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו. הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אברהם פייערשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט 12:20.

נאכן ליינען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
סנדק: רבינו שליט"א, מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, סנדק מעומד: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, ברכות וקריאת השם: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל: נפתלי צבי נאכן זיידן האדמו''ר זידיטשוב זצ"ל.
אויך איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אלעזר ניימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

עס איז געווען פּאָזע. רבינו שליט"א איז געגאנגען אין מקוה און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.
ארום 1:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית קאפל און קיטל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און געזאגט א שטילע תפילה, און אנגעהויבן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשה מיטן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' כדאי צו ניצל ווערן פון די ד' חילוקי כפרה דארף מען האבן תשובה בצירוף תפילה אבער צוצוקומען צום פתיחת שערי הלב דארף עס זיין בצירוף תורה און אזוי באקומט מען צוריק דעם צלם אלוקים אויפן פנים, ובאור פני מלך חיים אז מען וועט מאכן דעם ריכטיגן חשבון הנפש וועט מען זוכה זיין צו השפעות טובות ויאר ה' פניו אלינו, און מסיים געווען בברכות לרוב. נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:50.
עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון לעבאוויטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויף די בימה, די ספרי תורה האבן געהאלטן הרה''ח ר' אהרן שפיצער הי"ו און הרה''ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי''ו.
רבינו שליט''א האט אנגעהויבן למנצח און דערנאך פארגעזאגט מן המצר, און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:35, בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד הרה''ג ר' שלמה זאבעל שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בית דוב.
שלוחי עמך בית ישראל העומדים לבקש תפילה ותחנונים, ולהתחנן על עמך ישראל, כמעשהו בראשונה זענען די תפילות זענען געווען איין שטיק רגש דקדושה, מיט בכיות מפעם לפעם און מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, הרה"ח ר' יעקב מיטלעמאן הי"ו, הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו, הרה''ח ר' בנציון יושע קרויס הי''ו.

הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו און הרה''ח ר' וואלף גליק הי''ו זענען מכובד געווען אויפהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר הי"ו. מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:30.

תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה. פארן עמוד האט געדאווענט הר''ר שמואל אליעזר ט''ב שליט''א (ב"פ), דער רבי האט געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ. מען האט געענדיגט ארום 5:55.

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די סעודת יו''ט וסעודת ברית מיט די בני המשפחה.

ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סיום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול, מען האט געזינגען נגוני ראש השנה וימים נוראים.
מען האט אריינגעברענגט קוגל און זיסע מייערן, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אתה נגלית: נכד רבינו בעל ברית הרב יושע לאבין, יום ליבשה: הר''ר אברהם אהרן לאבין שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מזידיטשוב חרדים שליט''א.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר' און געטייטשט אז כביכול קוב"ה איז מחיוב מיט די חיובי בעל לאשה וואס איז פון די חיובי דרבנן, אזוי ווי כלל ישראל אין אזא יאר ווי היי יאר וואס די ערשטע טאג בלאזט מען נישט און די צווייטע טאג יא - ביידע איז א תקנות חז''ל איז מען זוכה צו השפעות טובות בגשמיות וברוחניות, און מסיים געווען בברכות לרוב בכל ענינים.

רבינו שליט"א האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנ'ס נכדו הרב יחזקאל ט''ב שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, רבינו שליט"א האט געמאכט הבדלה, און ביים זיך אויפשטעלן געוואונטשן 'א גוטע וואך א גוט געבענטשט יאר', און זיך עקסטער באדאנקט פאר די קאפעליע. מען האט געענדיגט ארום 9:00.

מוצאי יו"ט בביתו נאוה קודש איז דער רבי געזעצן א לענגערע צייט און מסדר געווען זיינע פארשידנארטיגע צדקות און גרויסע סכומים וואס ווערט ארויסגעשיקט פאר ת"ח און נצרכים עניים הגונים בקרב אנ"ש שיחי' דאהי און אין ארה"ק אין די יעצטיגע עשרת ימי תשובה.

יהי''ר מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוט'ס להפקד בדבר ישועה ורחמים א שנה טובה ומוברכת לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
'תחל שנה וברכותיה'

יו"ט ראש השנה תשפ''ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב ק''ק קרית יואל יצ"ו.


פרייטאג ערב יו"ט ארום 5:15 פארטאגס איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות 'זכור ברית' אין ביהמ''ד הגדול.
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה בהתעוררות רב מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 7:35, און דער רבי איז אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברח''י ווידער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. בעל תפילה: ר' הערש לייב פאגעל הי''ו.
וכרות האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק, און נאכן דאווענען האט מען מסיים געווען תהילים כנהוג בחודש אלול.
נאכן אויסטוהן די תפילין האט רבינו שליט''א געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירות מודעות, און זיי באדאנקט און אנגעוואונשן א כתיבה וחתימה טובה.

דערנאך איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי בר''ח פארקאש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ליל יו"ט פארנאכטס ארום 7:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בתעוררות רב, און דערנאך האט מען געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער יערליכער אפיעל פארן 'מבצר הכוללים', עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צו קבלת שבת ומערבית, ביי לכה דודי האבן די משוררים געזינגען פון די נייע ניגונים, און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעזאגט כנהוג לדוד מזמור באש קודש.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש צום 'ברכת הקודש' און געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' בהקדם פונעם ייטב לב זיע"א אז דורך דאנקן דעם אייבערשטן אויפן עתיד איז הקב''ה מצרף דעם טוב העתיד, אזוי אויך דורך דעם וואס מען פריידט זיך מיט א חסד ה' בעתיד איז מען מצרף די זכותים און מעשים טובים פונעם מענטש בעתיד, במילא האט מען זיך טאקע יעצט מיט וואס צו פרייען. דער אייבערשטער זאל העלפן דאס יאר תשפ''ד זאל זיין א גוט געבענטשט יאר און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור וואס איז דא אין ביהמ"ד ולכל בית ישראל בכל מקומות מושבותיהם, 'לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ולשלום' א שנה טובה ומבורכת, און מסיים געווען בברכות לרוב. ויענו כל העם בקול 'אמן' ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן, און דערנאך געוואנטשן 'א גוט שבת א גוט יו''ט'.
נאכן אראפגיין האט רבינו שליט"א עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מודה אני.
אשת חיל און הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב דוד בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
נאך קידוש האט רבינו שליט"א אויפגעשניטן די חלה מיט א נייעם מעסער און איינגעטונקען די מוציא אין האניג - דבש חי, און דערנאך געמאכט א ברכת העץ אויף עפל, איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה, און פארטיילט שריים פון עפל פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט א ראש כבש, דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב, נאכן טועם זיין האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן 'לחיים א גוט געבענטשט יאר', נאך די פלייש האט מען אריינגעברענגט זיסע מייערן.

מיט די זמירות לדוד מזמור האט רבינו שליט"א מכבד געווען. הרה''ח ר' משה ארי' פריינד הי''ו (לאנדאן).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ישא ברכה מאת ה'' און געטייטשט אז דורך שבת ווערט מען דבוק אינעם הייליגן באשעפער, מען קען צוקומען צו תשובה און מען איז זוכה צו ברכות פונעם אייבערשטען.

ברכהמ"ז: נכד רבינו בעל שמחה הרב יושע לאבין שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך און ביר לכבוד די שמחת השלם זכר ביי נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט''א מען האט געזינגען ניגוני שמחה און גער רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו.
אויך איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' אברהם מאסרי הי''ו.

אז ביום השביעי: הרב מענדל גראס הי''ו (ב''פ). מען האט געענדיגט 1:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ז מנחם אב תשפ"ג8/4/2023

באריכט
פרייטאג עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל יאקאבאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל קויפמאן הי"ו.
ב"ר ליפא פריעדמאן הי"ו.
ב"ר מרדכי יצחק ראזענבערג הי"ו.
ב"ר דוד יצחק ווערצבערגער הי"ו

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים בתופים ומחולות לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב מאיר אליעזר ט"ב שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה, בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה והודאה און עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א מנהל הישיבה, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט''א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק לכבוד המאורע און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

אין די פארמיטאג שעה'ן האבן זיך געשטעלט צום פארהער בביתו נאוה קודש א לענגערע צייט, הב' ישראל ב"ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו און הב' הערשל ב"ר בעריש גליק הי"ו, אויף גאנץ שו"ע או"ח הלכות שבת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךט"ו מנחם אב תשפ"ג8/2/2023

באריכט
דינסטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן געטרייען משמש הביהמ"ד הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער הלכות מזוזה.

ארום 1:00 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י, דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:00, און איז אפגעווארט געווארן דורך א שיינעם ציבור מתלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה און אריבער שלום נעמען.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:50, און מעריב ארום 9:50 בביתו נאוה קודש, נאך מעריב איז מען אריבער שלום נעמען און וואונטשן מזל טוב לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים זאגענדיג אז מ'שטייט היינט אין חמשה עשר באב וואס עס איז מסוגל פאר שידוכים.

ארום 11:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, עב''ג בת הגה"צ ר' שלום האלבערשטאם שליט"א (ב"פ), בן הגה"צ ר' בערל האלבערשטאם זצ"ל
מבארדיוב - דאמבראוו, וחתן כ"ק אדמו"ר מנאסויד שליט"א.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם הערליכן יחוס און פון די גרויסע זיידעס פון אלע צדדים, מען האט מקבל קנין געווען, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"א תמוז תשפ"ג7/10/2023

באריכט
שב"ק פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל, און סניף עצי חיים שיעור ג'.

ערש''ק נאכמיטאג נאך די מקוה האבן תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויפ'ן רבי'נס קשיא:
הב' שלמה יצחק ב"ר יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי).
הב' משה ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי''ו (קר"י).
הב' יושע בן הר"ר יואל בערגער שליט"א (קר"י).
הב' שמעון בן הר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א (קר''י).

פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: נכד רבינו הרב יואל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל הביהמ''ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א ראה"כ ורב דביהמ"ד עטרת חכמים, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מנהל סניף עצי חיים.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ושם האיש ישראל זמרי בן סלוא' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עס איז דא א מודעה.

קה אכסוף: הרה''ג ר' אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א ר"מ בישיבה, ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' יהושע'לע טאמאשוב'ער זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק י"ט תמוז.

קה רבון עלם: הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א ר"מ בישיבה, די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות.

דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב יואל מייזליש שליט"א, מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און ביר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
אז ביום השביעי: הר"ר יקותיאל הערש לעווי שליט"א ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (לאנדאן), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג).

בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א. לוי: הרה''ג אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א. שלישי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. רביעי: הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א. חמישי: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו (קר"י). שישי: רבינו שליט''א, דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו (מאנטרעאל), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך. שביעי: הב' החתן ב"ר יצחק יודא שאלאמאן הי"ו (ב"פ). הוספות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. הרה"ח ר' מאיר דוד היילברוין הי"ו (קר"י) - דער רבי האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט. הרב יואל מייזליש שליט"א. הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו. הרה"ח ר' טובי' גאלדשטיין הי"ו (וומסב''ג). הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו (וומסב''ג). הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א. ר' שמעון יואל ראזענבערג הי"ו (קר"י). הבה"ח ב"ר יואל ווייס הי"ו (וומסב''ג). ר' בערל באב"ד הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' משה יודא ברד"ש גאלדבערגער הי"ו. הרה"ח ר' משה בראך הי"ו (קר"י). הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו. אחרון: הב' ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו (קר"י). מפטיר: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א. הגבה: הב' ב"ר משה סעגעדין הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הב' ב"ר מאיר פייערשטיין הי"ו (קר"י).

צו מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה וועלכע געפאלט דעם מיטוואך כ"ג תמוז, פתיחה לאנעים זמירות: ר' מנחם שטויבער הי''ו (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 1:00.
ארום 2:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די זמירות ביים מיטג טיש, מען האט אריינגעברענגט קוגל און לחיים. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו (קר"י), ברוך קל עליון: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען דרש'נט את.

ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:40.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:55. מנחה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אברהם יצחק כאירה הי''ו (קר''י), כהן: הבה"ח ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן), לוי: הר"ר יקותיאל הערש לעווי שליט"א, שלישי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי"ו (קר"י).

פאר די פיש האט רבינו שליט''א טועם געווען מאכלי חלב און געטרינקען א קאווע כנהוג פון הרה''ק הדברי חיים זיע''א איין שבת בימי בין המצרים.

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל' און געטייטשט אז פנחס האט אריינגעברענגט אין אידן אז כח התפילה גייט צוזאמען מיט תורה, תורה איז חיים, און דורך דעם קען מען גרינג צוקומען צו ויכפר את בני ישראל אן קיין יסורים אדער מיתה ח''ו.

ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (ב"פ), קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

צו מעריב מוצש''ק איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון די אמה של מלכות די וואך. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

אויך האבן איבערגעגעבן תירוצים אויפן רבי'נס קשיא, תלמידי הישיבה.
הב' מנשה בן הר"ר חיים ארי' כהנא שליט"א (וומסב''ג).
הב' מאיר ב"ר יחזקאל מקובעצקי הי"ו (לאנדאן).

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגז' תמוז תשפ"ג6/26/2023

באריכט
מעמדי התעוררות ובקשת רחמים וההדלקה רבתי באתרא קדישא מירון לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, בראשות הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א לקהל אנשי שלומינו תושבי ארה''ק ת''ו

זונטאג נאכמיטאג ארום 1:45 איז פארגעקומען דער געהויבענער מעמד ההדלקה ע''פ רחבת תולדות אברהם יצחק באתרא קדישא מירון, בהשתתפות פון הונדערטער אנ''ש פון גאנץ ארה''ק.

מען האט געזינגען א לענגערע צייט שטייטע ניגונים בבכיות ובהתעוררות רב, און דער רב שליט''א האט משמיע געווען דברי תורה והתעוררות ודברי הכנה לעלי' לציון הק' פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

נאכן טרינקן לחיים איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הגה''ק שליט''א בן להרב אלעזר טייטלבוים שליט''א, דער רב האט אפגעשוירן די האר במקום הנחת התפילין כנהוג און אנגעטוהן א קאפל און ציצית, דערנאך איז פארגעקומען נאך 3 חאלאקעס פון אנ''ש, נאך שערן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד.

מען האט דערנאך ממשיך געווען בנגוני התעוררות, און נאך עטליכע מינוטען האט מען צוגעטרעטן צום מעמד ההדלקה.

דער זכות ההדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר יוסף מרדכי כהנא הי"ו פון ניו יארק.

דער רב שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל ווען מען האט געזינגען דערביי דעם לכבוד התנא האלוקי בהתעוררות, דאן האט דער רב שליט''א אנגעצינדן דעם מדורת אש לכבוד התנא אלוקי און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ בעוז ותעצומות א לענגערע צייט, און דערנאך ממשיך געווען די ריקודין מיט די זמירות לכבוד התנא אלוקי, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען בשירה וזמרה ווען הונדערטער אנ"ש אחים לדעה תלמידי וחסידי מרן רבינו שליט"א מרחבי ארה"ק טאנצן אין רינגן לכבוד התנא האלוקי.
נאך א לענגערע צייט פון געהויבענע ריקודין האט מען מסיים געווען מיט א פייערדיגן טאנץ בתפילה ובקשה 'דער רבי זאל לעבן אונז פירן אנקעגן משיח צדקינו'.

נאך א פויזע פון ארום א האלבע שעה איז מען ארויף ברוב עם צום ציון התנא אלוקי ווי מען האט געזאגט פון אנהויב ספר תהילים ביז קאפיטל מ"א בהתעוררות רב, און דערנאך געדאווענט מנחה אין די מערה.

דער זכות מעמד התעוררות ואמירת תהלים ביים תנא אלוקי איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו יו"ר הנהלת מוסדותינו הק' אין וומסב"ג.

תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

מאנטאגט"ז סיון תשפ"ג6/5/2023

באריכט
זונטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו.
בר יואל דוד דרעזדנער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א בן הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות, סנדק מעומד: הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א.
ברכות: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל 'אלעזר' נאכן זיידן הגה"צ מקיוויאשד זצ"ל.

נאכן ברית איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רבי'ן, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די סעודת ברית מילה בהיכל הביהמ"ד, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א, די זיידעס הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א, און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
ברכהמ''ז: האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:15.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אין שכונת ויואל משה ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות, אויפן וועג ארויס האט דער רבי זיך נאכגעפרעגט און אומגעקוקט אויף די הרחבת גבולי הקדושה אין די שכונה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם עזריאל גוטמאן הי"ו (מאנסי) - ר' יואל ברח''י רובין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו - ר' דוד יודא פריעדמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:10 ביז 10:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:10.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד אבני צדק צו די שמחת התנאים בחצרות קדשינו, הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, עב"ג הבה"ח הרב אלחנן חיים שליט"א בן הרה"ג ר' צבי הירש מייזליש שליט''א רב בית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג, בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א וחתן הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ קרית ויואל משה.
עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
מען האט געמאכט קבלת קנין, און דער רבי האט מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א מיט קריאת התנאים, עדי תנאים: הרה"ח ר' שלמה דוד גרינפעלד הי"ו - הרה"ח ר' ישראל ברוך הערשקאוויטש הי"ו, ערב קבלן מצד החתן: הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, ערב קבלן מצד הכלה: הר"ר מרדכי הורוויץ שליט"א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אז דורכ'ן אויפשטעלן א אידישע שטוב ווי מ'איז מצרף דער אלופו של עולם איז מען מהפך פון 'וי צו טוב', און ארומגערעדט איבער די חשיבות פונעם שידוך ווי די חתן כלה זענען ביידע אייניקלעך פון מר אביו רביה"ק זיע''א, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן חתן, די מחותנים, די זיידעס, און גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר די שוועסטער הרבנית מ'מאנטרעאל תליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט דער רבי געדאווענט מעריב, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה''ק רבי שלום אליעזר מ'ראצפערט זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגט"ו סיון תשפ"ג6/4/2023

באריכט
שב''ק פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים:
הבה"ח אברהם בן הרה''ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז''ל.
הבה"ח וואלף ב''ר בערל שטיין הי''ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' אשר מענדל כהנא הי''ו, מען האט געענדיגט ארום 10:30.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל פאר ישיבה גדולה אין בית שאהן עטה''ק, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: כל מקדש: הרה''ח ר' יעקב פוקס הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם קרויזער שליט''א (בית שמש).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'מהיכן זכו ישראל לברכת כהנים מהר המוריה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עס איז שייך נדרים ביי א גוי.

קה אכסוף: הרה''ח ר' יעקב משה שטערן (ירושלים), ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב יהושע לאבין חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ט''ז סיון.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ב''ר אברהם יושע גוטמאן הי''ו, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

ליל שב''ק איז פארגעקומען די שמחת הוואכנאכט ביי נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, נאכ'ן טיש איז דער בעל שמחה אריבער געקומען בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געטרינקן לחיים אויף ביר און מאציל געווען מברכות קדשו.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' איתמר טובי' קויפמאן שליט"א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' חיים משה ווייסמאן שליט"א (וומסב''ג).

עליות. כהן: החתן ב''ר שמואל שעהנברוין הי"ו. לוי: הרה''ג ר' יואל בר''ש ווערצבערגער שליט''א. שלישי: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א. רביעי: הרה''ח ר' פישל פארקאש הי''ו. חמישי: נכד רבינו בעל ברית הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי:
ר' יודא ברנ''ש שווארץ הי''ו.
ר' אביעזר מרדכי שווארץ הי''ו.

שביעי: החתן ב''ר משה יצחק ראזענפעלד הי''ו - באווארפן. הוספות: החתן ב''ר בערל שטיין הי''ו - באווארפן. החתן ב''ר יואל קויפמאן הי''ו - באווארפן. החתן ב''ר משה סימאן הי''ו. אחרון: החתן ב''ר שמעון עוזר ווייס הי''ו. מפטיר: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' יודא ראזענפעלד הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שלמה קאהן הי"ו.

מוסף: הרה''ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה ביי נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א.
קוואטער: הרב יוסף מייזליש בן הגה''צ אב''ד לימנוב שליט''א.
סנדק: רבינו שליט''א, מוהל: אבי הבן הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א.סנדק מעומד: הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
מיט די איבעריגע כיבודים זענען נתכבד געווארן: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א. חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו. נכדי רבינו הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב, הרב זושא ראזנבוים שליט''א, הרב מאיר יודא אשכנזי. הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט''א.
דער רבי האט געזאגט די ברכות ויקרא שמו בישראל צבי נאכן זיידן דער ווייצענער רב זצ''ל.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די קידושא רבא לכבוד השמחה, דער רבי האט געמאכט קידוש, און דער בעל שמחה האט אויפגעטרעטן בדברי תורה.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן בעל שמחה די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און געזאגט תורה אויף די פרשה פון ברכת כהנים אז כדאי צו קענען זוכה זיין צו ברכת כהנים עס זאל זיין שכינה מדברת מתוך גרונם פון די כהנים איז נאר דורך מצוות מילה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
די סעודת ברית מילה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש, מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב יוסף מייזליש שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די פסוקים פון ברכת כהנים און געטייטשט אז דורך מצוות מילה קען מען דינען דעם אייבערשטן אויך בעניני גשמיות און מען ווערט נישט נתגשם.

ברכהמ''ז: הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, מיט די הרחמנ'ס: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט''א.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:50. מנחה הרה''ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג), הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' עזריאל שווארץ הי''ו (בני ברק), כהן: הרה"ח ר' שמואל שעהנברוין הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ג ר' יואל וויינבערגער שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, שלישי: הגה''צ ר' משולם נתן שפיגל שליט''א רב דביהמ''ד תפילה למשה קאלושין מאנסי, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' יושע הערש בר''י גליק הי"ו (ב''פ).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט אויף די פסוקים פון 'ברכת כהנים' און געטייטשט אז דורך די כח פון די אבות הקדושים און מתן תורה האבן די אידן זוכן געווען צו א כח פון מסירת נפש קעגן דעם יצר הרע, עד היום הזה אפילו מיט די שיפלות פונעם דור היינטיגע צייטן איז מען זוכה צו א שמירה אויף די זון און טעכטער.

ידיד נפש: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו מאנסי, קל מסתתר: הגה''צ ר' משולם נתן שפיגל שליט''א, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס