בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ד מנחם אב תשפ"ג8/1/2023

באריכט
דינסטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן געטרייען משמש הביהמ"ד הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער הלכות מזוזה.

ארום 1:00 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י, דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:00, און איז אפגעווארט געווארן דורך א שיינעם ציבור מתלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה און אריבער שלום נעמען.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:50, און מעריב ארום 9:50 בביתו נאוה קודש, נאך מעריב איז מען אריבער שלום נעמען און וואונטשן מזל טוב לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים זאגענדיג אז מ'שטייט היינט אין חמשה עשר באב וואס עס איז מסוגל פאר שידוכים.

ארום 11:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, עב''ג בת הגה"צ ר' שלום האלבערשטאם שליט"א (ב"פ), בן הגה"צ ר' בערל האלבערשטאם זצ"ל
מבארדיוב - דאמבראוו, וחתן כ"ק אדמו"ר מנאסויד שליט"א.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם הערליכן יחוס און פון די גרויסע זיידעס פון אלע צדדים, מען האט מקבל קנין געווען, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️