בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגט"ז סיון תשפ"ג6/5/2023

באריכט
זונטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו.
בר יואל דוד דרעזדנער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א בן הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות, סנדק מעומד: הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א.
ברכות: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל 'אלעזר' נאכן זיידן הגה"צ מקיוויאשד זצ"ל.

נאכן ברית איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רבי'ן, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די סעודת ברית מילה בהיכל הביהמ"ד, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א, די זיידעס הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א, און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
ברכהמ''ז: האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:15.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אין שכונת ויואל משה ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות, אויפן וועג ארויס האט דער רבי זיך נאכגעפרעגט און אומגעקוקט אויף די הרחבת גבולי הקדושה אין די שכונה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם עזריאל גוטמאן הי"ו (מאנסי) - ר' יואל ברח''י רובין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו - ר' דוד יודא פריעדמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:10 ביז 10:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:10.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד אבני צדק צו די שמחת התנאים בחצרות קדשינו, הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, עב"ג הבה"ח הרב אלחנן חיים שליט"א בן הרה"ג ר' צבי הירש מייזליש שליט''א רב בית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג, בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א וחתן הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ קרית ויואל משה.
עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
מען האט געמאכט קבלת קנין, און דער רבי האט מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א מיט קריאת התנאים, עדי תנאים: הרה"ח ר' שלמה דוד גרינפעלד הי"ו - הרה"ח ר' ישראל ברוך הערשקאוויטש הי"ו, ערב קבלן מצד החתן: הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, ערב קבלן מצד הכלה: הר"ר מרדכי הורוויץ שליט"א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אז דורכ'ן אויפשטעלן א אידישע שטוב ווי מ'איז מצרף דער אלופו של עולם איז מען מהפך פון 'וי צו טוב', און ארומגערעדט איבער די חשיבות פונעם שידוך ווי די חתן כלה זענען ביידע אייניקלעך פון מר אביו רביה"ק זיע''א, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן חתן, די מחותנים, די זיידעס, און גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר די שוועסטער הרבנית מ'מאנטרעאל תליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט דער רבי געדאווענט מעריב, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה''ק רבי שלום אליעזר מ'ראצפערט זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️