שב''ק פרשת וירא שבת שבע ברכות בחצרות קדשינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו אין באגלייטונג פונעם חתן און די מחותנים און איז צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת בית יוסף צבי דושינסקיא ירושלים.
ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא, הגבהת הכוס: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א (ירושלים), מנוחה ושמחה: הר''ר צבי אביגדור פעקעטע שליט"א אב"ד נאפקאר מאנסי.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירא אליו ה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון הפקר עושה קנין.
ביים טיש איז אויך פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון נכדת הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א.
מיט די שבע ברכות האט דער רבי מכבד געווען, ברכות ראשונות: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ רבי יעקב ישכר בער ראזענבוים שליט"א אדמו"ר מנדבורנא לינסק.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אויך האט דער רבי געטיילט שיריים פארן חתן און די מחותנים, אויך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר ביי ר' אברהם מנחם ברמ"י ווערטהיימער הי"ו.
דערנאך האט דער בדחן הר"ר שמואל קרויס שליט"א אויפגערופן רבינו שליט"א צו מצוה טאנץ און דער רבי האט מרקד געווען לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן. נאכדעם האט דער רבי מכבד געווען צו טאנצן די זיידעס כ''ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, האדמו"ר מטאמשוב שליט"א, און די מחותנים שליט"א, דערנאך האט דער רבי געטאנצן אז ביום השביעי אין א רינג בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן ומחותנים ובני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 12:50.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: אב"ד נאפקאר מאנסי שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ דעם מחותן הרה''ג ר' ארי' מנחם מענדל רובין שליט"א.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום נויפעלד הי"ו (ירושלים), פסוקי שמע ישראל: הר"ר מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יואל ברח"ב פילאפף הי"ו. ר' יואל זאב שווארץ הי"ו. ר' ליפא ברא"ש בראך הי"ו. ר' אברהם בר"א פארגעס הי"ו. ר' מאיר זידא ברב"י ווייס הי"ו. ר' יוסף בר"י בערגער הי"ו.
שביעי: האדמו"ר מנדבורנא לינסק שליט"א. הוספות: החתן הרב ישעי' רובין שליט"א. החתן בן הר"ר איתמר ראזענבוים שליט"א. החתן ב"ר יואל וויינגארטן הי"ו. החתן ב"ר אברהם יודא סאמעט הי"ו. החתן ב"ר אשר אנשיל זאלדאן הי"ו. אחרון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מפטיר: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. הגבה: הרה''ג ר' יוסף משה פארגעס שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
מוסף: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א. פתיחה לאנעים זמירות: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:50. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:20. מנחה: הר"ר אברהם יודא סאמעט שליט"א (וומסב''ג). הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל וויינגארטן הי"ו (מאנסי). כהן: הרה"ח ר' שלמה פנחס שעהנברוין הי"ו. לוי: הרה"ח ר' ליפא ווערצבערגער הי"ו. שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'יקח נא מעט מים ורחצו רגליכם' און געטייטשט אז מען קען צוקומען צו תשובה שלימה אויב געט א מענטש אוועק ממונו פאר צדקה, וואס איז א סימן אז ער געט זיך אויך אוועק פארן הייליגען באשעפער, אזוי אויך אויב מען איז מנדב שינה צו לערנען תורה וואס איז אויך א ענין פון מסירת נפש, אבער אז מען געט צדקה נאר אז מען וויל זיך מיט דעם כשר'ן איז עס נישט לרצון לפני ה'.
ידיד נפש: הר"ר יחזקאל יואל סאמעט שליט"א. קל מסתתר: הר''ר שלום נויפעלד שליט''א, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מוצש''ק ארום 10:45 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די הרבצת התורה פון זקינו הרה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל און סיפורים פונעם ארי' דבי עילאי זיע''א, אזוי אויך האט דושינסקיא רבי שליט"א איבערגעגעבן א גרוס פון זיין באזוך בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד', דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און ארויסבאגלייט ביז די גאס.
ארום 11:40 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד אהל פיגא צום צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך מתפללי הביהמ''ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א. מען האט געזינגען זמירות פון מלוה מלכה, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א מנהל קביעות עתים לתורה וועלכע האט ארויסגעברענגט די פילע שעות תורה וואס עס קומט ארויס פון די ביהמ"ד, דערנאך האט אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכע האט משמיע געווען דברי תורה און ארומגערעדט בדברי שבח פון קרית יואל. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די זיידעס הרבנים הצדיקים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש ווי דער רבי האט דערמאנט א קשיא וואס איינער פון די קינדער פון האדמו"ר מטאמשוב שליט"א האט געפרעגט אויף די תורה פון פרייטאג צונאכטס און עס פארענטפערט, און דערנאך ארומגערעדט בשבח הביהמ"ד זאגענדיג אז דאס ביהמ"ד איז די מערסט באנוצטע ביהמ"ד אין קר"י נאכן ביהמ"ד הגדול, און מסיים געווען בברכת קדשו.
עס האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות ר' יוסף חיים ראטענשטרייך הי"ו, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען אבי הכלה חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, ברכות ראשונות: דער אבי החתן שליט"א, ברכה אחריתא: הרב ברוך רוקח שליט"א, חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און מחותנים א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
שבת קודשכ' מרחשון תשפ"ד11/4/2023
באריכט
פרייטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה אברהם לאוב הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל צבי הירשפעלד הי"ו. ב"ר אלי' יודא ראטה הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה יעקב אהרן בוקסבוים הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק איבערן מצב אין ארה"ק, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
נאך מנחה איז רבינו שליט''א אראפ אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען די שמחת פדיון הבן בחצרות קדשינו בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. נאכן זיך וואשן איז פארגעקומען דער פדיון, אלץ כהן האט געדינט נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה, און עס האבן אויפגעטרעטן: דער אבי הבן שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א און האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט''א.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' זלמן לייב שטערן הי"ו - ר' הערש אלימלך ברא"י ווערצבערגער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד מאיר שווארץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור און דעם בעל הברית בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם שמואל אראן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 7:30 בביתו נאוה קודש. נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער צו די זאלן פון שאפינג סענטער צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א לרגל נשואי נכדתו הכלה בת בנו הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א ווי עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בדברי תורה ופלפול איבער עניני נשואין און איבער דעם שווערן מצב בארה"ק, דער רבי האט טועם געווען מזונות און פיש, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און ארויס אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים און דערנאך ארויס אין א עקסטערע ריקוד מיטן דיין שליט''א.
פון דארט ארום 8:25 איז רבינו שליט''א אריבער צו די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך רבינו שליט''א ווי עס זענען געלאדענט געווארן די צענדליגער סופרים פונעם איגוד הסופרים קרית יואל, דער רבי האט זיך געוואשן, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל מבצר הכוללים קר''י וועלכע האט ארויסגעברענגט די פילע פעולות לטובה פונעם איגוד הסופרים וואס איז געגרינדעט געווארן בברכתו ובעידודו פון רבינו שליט"א. במשך די סעודה האבן עטליכע סופרים אויפגעטרעטן און האבן אנגעפרעגט רבינו שליט"א פארשידענע הדרכות און הוראות וואס איז נוגע פאר סופרים אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, און דערביי ארומגערעדט איבער פארשידענע נייע הידורים בעניני סת"ם און אויסגעשמועסט באריכות אלע צדדים.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן כלה און איבער די חשיבות פון סופרים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיטן גאנצן עולם ארום דעם זאל. ברכהמ''ז: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ ויו"ר וועד לעניני סת"ם שע"י בית הוראה דקרית יואל, ברכות ראשונות: הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת בית יוסף צבי דושינסקיא ירושלים, ברכה אחריתא: הגה''צ ר' יואל יעקב דושינסקיא שליט"א רב קהילת דושינסקיא לאנדאן. מען האט געענדיגט ארום 11:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגי"ח מרחשון תשפ"ד11/2/2023
באריכט
דינסטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א - שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, עב"ג החתן הרב ישעי' שליט''א בן הרה''ג רבי אריה מנחם מענדל רובין שליט''א בן הגה"צ רבי יחזקאל שרגא רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב שליט"א (ב"פ) וחתן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' ישראל שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' שמעון ווידער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר משה בנימין יצחק כהן הי"ו. ב"ר יצחק יודא דוד אונגאר הי"ו. ב"ר יואל בנימין דייטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 5:15 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול אין חדר 'שמואל חיים' צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.
תיכף דערנאך אום 5:50 איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, מיט חרוזים ודברי כיבושין האט אויפגעטרעטן ר' משה יושע ווייס הי''ו, און האט אויסגערעכנט דעם גרויסן יחוס כנהוג. ביים קבלת פנים האט זיך משתתף געווען כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מאנסי שליט''א. מען האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש בקול ה' בכח לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג. דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום באדעקן, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.
דער מעמד החופה איז פארגעקומען פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול, מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן דעם עלטער זיידן פון די כלה כ''ק גאב''ד סיגעיט שליט''א. קריאת הכתובה: זיידע פונעם חתן הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט"א, ברכה אחריתא: זיידע פונעם חתן הגה''צ אבד''ק טאמאשוב שליט''א. עדי קידושין: הגה''צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו''ר מדינוב מאנסי און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט''א. ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס און מחותנים.
נאך די חופה אום 7:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין חדר 'שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול. ובכן צדיקים יראו וישמחו
ארום 8:10 איז רבינו שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.
ארום 9:25 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א. בערך אום 10:00 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכות ראשונות: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, ברכה אחריתא: הגה''צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט''א ראש ישיבת מונקאטש בן כ''ק אדמו''ר ממונקאטש שליט''א.
נאכן בענטשן האט דער בדחן ר' משה יושע ווייס הי''ו מייסטערהאפטיג אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זיע"א, און ביים סוף ארויס אין א עקסטערע ריקוד מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
דערנאך האבן געטאנצן די זיידעס הגה"צ אבד"ק טאמאשוב שליט"א, הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה שליט''א דערביי איז דער רבי געטאנצן מיט אלע מחותנים און זיידעס באזונדער, דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:25.
ויהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגט"ז מרחשון תשפ"ד10/31/2023
באריכט
אנאנס הצלת פליטי חרב קאמפיין אנגעפירט דורך וועד משמרת חומתיך בירושלים עיה''ק פאר היימישע משפחות שומרי תורה ומצוות - גרויס טייל וואס שיקן אין מוסדות עטה''ק, וואס צוליב די מצב המלחמה וואלגערן זיי זיך ארום אן קיין דאך איבער'ן קאפ, און עס ווערט זיי צוגעשטעלט אכילה שתיה און לינה, די הוצאות גייט אריין אין שווערע מיליאנען. סאטמארע חסידים העלפן ארויס אלע אידן אין יעדער מצב, נעמען א זכות משפחה פון 360 דאלאר און העלפן די וואס זענען אפעקטירט געווארן אין די מלחמה אין ארה''ק.
היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הכלה נכדת כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א.
עב"ג החתן הרב ישעי' שליט''א בן הרה''ג רבי אריה מנחם מענדל רובין שליט''א בן הגה"צ רבי יחזקאל שרגא רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב שליט"א (ב"פ) וחתן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ''ד הגדול בקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה לברך ולהתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר משה יצחק בערנשטיין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן זאגן די טעגליכע קאפיטלעך תהילים האט דער רבי געזאגט די סדר פרקי תהילים וואס איז באשטימט געווארן צו זאגן היינט דורך כ"ק פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א מיטן ביד"צ שע"י העדה החרדית בעיה"ק ת"ו לאור די מצב המלחמה בארה''ק, און נאכן יהי רצון געזאגט די תפילה פון אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה וכו'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן לרגל התחלת זמן החורף פאר די 1263 בחורים כ"י, פון די 7 סניפי המתיבתא הק' בקרית מלך רב קרית יואל יצ"ו. דער היכל הגדול פונעם ביהמ''ד איז געווען אויסגעשטעלט בלויז מיט די בענק און צוגעלייגטע הונדערטער בענקלעך צו קענען אקאמאדירן די אלפי תלמידי המתיבתא.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט א לענגערן דרוש אויפן פרשה, און געטייטשט אויף נאך פארשידענע אופנים בדברי אגדה משולב בדברי מוסר וחיזוק בג' עמודי עולם תורה עבודה וגמ''ח, און מעורר געווען איבער גיין אין מקוה יעדן טאג, איבער די שיינקייט פון די שבתים אין די ישיבה, ובפרט פון סעודת רעוא דרעוין, זיך אפהיטן פון די כלים, און מחזק געווען די תקנה פונעם מייסד הישיבה רביה"ק זיע''א נישט צו גיין צו חתונות, און די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זיע''א.
דערנאך האט דער רבי מרחיב געווען דיבורו בעניני אמונה ודעות במשנתו של רביה"ק זיע"א צוליב די שרעקליכע מאורעות הזמן ה"י בארץ ובגולה, די גרויסע צער פון די הרוגים און אלע חללים אפילו די וואס זענען נישט קיין שומרי תורה ומצות אבער אז א גוי האט גע'הרג'עט איז אן אנדערע מעשה, הקב"ה איז זיך מצער בצרתן של ישראל און יעדער איד דארף זיך מצער זיין, דערביי האט דער רבי דערמאנט א דרשה פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א ביי די צווייטע וועלט'ס קריג איבער הצלת פליטי פוילן, אז מען דארף העלפן אלע פלטים, אפילו נישט שומרי תורה ומצות, און ווי ער דריק זיך אויס בלשו"ק אין דברי יואל 'ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא'.
דער רבי האט ברייט ארומגערעדט איבער די הוראה פון רביה''ק זיע''א אז אין אזא צייט דארף מען מתפלל זיין פאר די הצלה פון די אידן, אבער ח''ו נישט פאר די הצלחה פון די ציונים, דער אויבערשטער איז א כל יכול, דאן האט דער רבי מיט ווייטאג ארויסגעברענגט אז ליידער בשעת הקב"ה איז זיך מצער אויף די הרוגים פון כלל ישראל זענען ליידער דא אידן וואס זיי טוט ענדערש וויי אז דער כחי ועוצם ידי האט געכאפט אזא השפלה און דער קלאפ וואס ס'האט געכאפט אויף וועם זיי האבן זיך פארלאזט, וואס דאס איז טאקע אונזער הנאה די געוואלדיגע השפלה וואס עס האט געהאט פאר די גאנצע וועלט, די בושה און כעס אויף דעם איז זייער גרויס, די גאות, די כפירה'דיגע לאזונג פון ישראל בטח בצה"ל האט געכאפט א שטארקער קלאפ, און א פערזענליכע קלאפ פארן ראש הכופרים.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט זארג וואס די נקמה אקציעס קענען חלילה צוברענגען, מען דארף וויסן, פון איין זייט שטייען אכזריות'דיגע רוצחים, רוצחי הגופים, אבער פון די צווייטע זייט שטייען רוצחי נפשות, גדול המחטיאו יותר מההרגו וואס דאס איז אסאך ארגער ווי די רוצחי הגופים, דער רבי האט מסיים געווען מיט א תפילה צום שומר ישראל זאל רחמנות האבן אויף גאנץ כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם און האט געוואונטשן ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 6:50.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו - ר' ליפא שעהנברוין הי"ו, באולם כינור דוד. ר' בנציון יאקאבאוויטש הי"ו - ר' מיכאל פעקעטע הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' משה מארקאוויטש הי"ו - ר' יואל בר''ש ווייסמאן הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרב נתנאל מנחם דייטש שליט"א - הרב יואל פיש שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר נחמי' ווערצבערגער הי"ו. ב"ר מנחם טייטלבוים הי"ו. ב"ר נפתלי הירצקא בודק הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הר"ר איתמר ראזענבוים שליט"א - הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א, באולם בית רחל פאראדייס. ר' יואל בר"י וויינגארטן הי"ו (מאנסי) - הר"ר יוסף משה פארגעס שליט"א, באולם כינור דוד. ר' דוד שמואל לאנדא הי"ו (ב''פ) - ר' משה יודא גוטמאן הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אלימלך שלמה שווארץ הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' שמעון שטערן שליט"א האדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי לרגל די שמחת התנאים פון בנו החתן ני"ו וואס איז פארגעקומען באולם שע"י ביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים האדמו"ר מ'ליזענסק מאנסי שליט"א און הר"ר מרדכי מתתי' האלפערט שליט"א.
בעת די זמני כניסה זענען אריין א קבוצה בחורי אנשי שלומינו וועלכע האבן ארויסגעהאלפן ביי די מעמדים בצל הקודש במשך חודש תשרי העעל"ט, דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו און פארטיילט א מתנה א זמירות ברך משה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי"ד מרחשון תשפ"ד10/29/2023
באריכט
שב''ק פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' משה פרידריך הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:10, נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל פאר'ן כולל תפארת בחורים וומסב''ג, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר טוב ני"ו, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' נפתלי אלימלך געשטעטנער הי"ו (בני ברק).
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח נפתלי אלימלך געשטעטנער הי"ו, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' הערשל גלאנץ הי"ו (לאנדאן).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואעשך לגוי גדול' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
קה אכסוף: הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א, ברכהמ''ז: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' משה משינאווא זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג י"ב חשון.
קה רבון עלם: הרה"צ ר' אברהם עקשטיין שליט"א אב"ד בוענעס איירעס, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און ס'איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' ישראל ברח"א שפיטצער הי"ו, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה דוד בבור הי"ו (ארגענטינע). מען האט געענדיגט ארום 11:30.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב"פ), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יו"ט יאזשעף הי"ו.
עליות. כהן: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א מו"ץ. לוי: ר' יואל דוד ליסטיגמאן הי"ו, - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שלישי: הרה"ג ר' אברהם אביש שמידמאן שליט"א אב"ד קראלי פלעטבוש. רביעי: החתן ב"ר אשר אנשיל זאלדאן הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר אברהם משה לעבאוויטש הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יודל בר"י ווייס הי"ו. ר' בנציון בר"י זאלדאן הי"ו.
שביעי: החתן בן הר"ר אלי' הערשקאוויטש שליט"א. הוספה: החתן ב"ר יוסף עמרם מארקאוויטש הי"ו. אחרון: החתן ב"ר משה מענדל ווערטהיימער הי"ו.ַמפטיר: הר"ר נפתלי לעבאוויטש שליט"א (וומסב''ג). הגבה: הרה"ח ר' אליקים פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' מאיר פאלקאוויטש הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר אלי' הערשקאוויטש שליט"א (וומסב''ג). נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה ברוך קאליש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:35.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 6:30. מנחה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר אנשיל ווייזער הי"ו (וומסב''ג). כהן: ר' הערשל גלאנץ הי"ו. לוי: ר' חיים מענדל פריעדמאן הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרב יחזקאל גרינפעלד שליט"א (ב"פ).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואברכך ואגדלה שמך' און געטייטשט אז ווען דער אויבערשטער העלפט עס קומט אריין א ברכה אין די געלט דארף מען נזהר זיין עס זאל זיין ריין געלט, אזוי קען מען האבן א אמת'ע קשר מיט די תורה און מגדל זיין ערליכע דורות, ווייל אויב מען האנדעלט נישט ערליך גייט אריין א השפעה ביי זיך און אין די קינדער.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט"א, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה ברוך שטערן הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:50. מוצש''ק ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויפ'ן זכות 'שם הבנין' פונעם בנין הבית רחל החדש אין מאנסי וע"ש יקרא "בנין אליהו ניישטאדט", עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בנימין זאב פוקס שליט"א מנהל במוסדותינו הק' מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלה, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר אלע קינדער און אייניקלעך פונעם נדבן.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין מאנסי ווי עס זענען פארגעקומען עטליכע חתימת שטרות לטובת מוסדותינו הק' אין מאנסי.
צום ערשט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה''ח ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט א 'זכות שער' בבנין הת"ת החדש 'בנין גאלדשטיין', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' מאנסי, וועלכע האט ארויסגעברענגט די פעולות רב פונעם נדבן און בפרט פאר בית מדרשינו החדש בשכנות דזשיל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלה, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה''ח ר' הערשל בר"מ ווערטהיימער הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט א 'זכות שער' בבנין הת"ת החדש 'בנין גאלדשטיין', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די פילע פעולות פונעם נדבן פאר קהלתינו הק' אין מאנסי און בפרט פאר התאחדות אברכים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריין אין א זייטיגע שטוב און אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלה.
דערנאך איז דארט פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יוסף הערש גראס הי"ו האט אפגעקויפט א זכות 'יסוד הבנין' אינעם בנין הת"ת דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך זענען אריין עסקני התאחדות אברכים און האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות, צווישן אנדערע פונעם נייעם כולל יום ראשון פאר בעלי בתים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 12:30 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.