בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ז מרחשון תשפ"ד11/1/2023

באריכט
מיטוואך פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד מאיר שווארץ הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור און דעם בעל הברית בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם שמואל אראן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 7:30 בביתו נאוה קודש. נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער צו די זאלן פון שאפינג סענטער צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א לרגל נשואי נכדתו הכלה בת בנו הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א ווי עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בדברי תורה ופלפול איבער עניני נשואין און איבער דעם שווערן מצב בארה"ק, דער רבי האט טועם געווען מזונות און פיש, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און ארויס אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים און דערנאך ארויס אין א עקסטערע ריקוד מיטן דיין שליט''א.

פון דארט ארום 8:25 איז רבינו שליט''א אריבער צו די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך רבינו שליט''א ווי עס זענען געלאדענט געווארן די צענדליגער סופרים פונעם איגוד הסופרים קרית יואל, דער רבי האט זיך געוואשן, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל מבצר הכוללים קר''י וועלכע האט ארויסגעברענגט די פילע פעולות לטובה פונעם איגוד הסופרים וואס איז געגרינדעט געווארן בברכתו ובעידודו פון רבינו שליט"א.
במשך די סעודה האבן עטליכע סופרים אויפגעטרעטן און האבן אנגעפרעגט רבינו שליט"א פארשידענע הדרכות און הוראות וואס איז נוגע פאר סופרים אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, און דערביי ארומגערעדט איבער פארשידענע נייע הידורים בעניני סת"ם און אויסגעשמועסט באריכות אלע צדדים.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן כלה און איבער די חשיבות פון סופרים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיטן גאנצן עולם ארום דעם זאל.
ברכהמ''ז: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ ויו"ר וועד לעניני סת"ם שע"י בית הוראה דקרית יואל, ברכות ראשונות: הגה''צ ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת בית יוסף צבי דושינסקיא ירושלים, ברכה אחריתא: הגה''צ ר' יואל יעקב דושינסקיא שליט"א רב קהילת דושינסקיא לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 11:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️