בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ח מרחשון תשפ"ד11/2/2023

באריכט
דאנערשטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה יעקב אהרן בוקסבוים הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק איבערן מצב אין ארה"ק, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אראפ אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען די שמחת פדיון הבן בחצרות קדשינו בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאכן זיך וואשן איז פארגעקומען דער פדיון, אלץ כהן האט געדינט נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה, און עס האבן אויפגעטרעטן: דער אבי הבן שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א און האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט''א.

נאך די פלייש האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק בעניני פדיון הבן, און מסיים געווען בברכת הקודש, מיט ברהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם כהן.
מען האט געענדיגט ארום 8:15.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' זלמן לייב שטערן הי"ו - ר' הערש אלימלך ברא"י ווערצבערגער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️