בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Tuesday14 Menachem Av 57838/1/2023

Report
שב"ק פרשת ואתחנן - שבת נחמו - 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש, די תלמידי המתיבתא סניף ברך משה.

ערש''ק נאך די מקוה האבן תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויף די רבי'נס קשיא.
הב' יואל בן הגה''צ ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ''ץ קהלתינו מאנטרעאל.
הב' רפאל ב"ר נחום אלישע הורוויץ הי"ו (וומסב''ג).
הב' אשר יונה ב"ר בנציון ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג).
הב' יוסף מנחם ב"ר יואל כ"ץ הי"ו (וומסב''ג).
הב' חיים אלי' ב"ר משה אברהם הכהן שעהנברוין הי"ו (קר"י).
הב' יעקב אליעזר בן הר"ר ליפא בערקאוויטש שליט"א (קר"י).
הב' מרדכי אפרים פישל ב"ר שמחה לאנדא הי"ו (קר"י).
הב' אברהם יושע ב"ר יצחק אייזיק שווארץ הי"ו (קר"י).
הב' מאיר פנחס חיים בן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א (מאנסי).
הב' יצחק ב"ר יואל גוטמאן הי"ו (קר"י).
הב' אהרן ב"ר יואל יצחק גרינוואלד הי"ו (קר"י).

פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' אהרן מייזליש שליט''א רב ביהמ"ד ברך משה ב''פ בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל הביהמ''ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב הגאון ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי, מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתחנן אל ה' בעת ההוא לאמר' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען גייט בתר כמות אדער בתר איכות.

קה אכסוף: הרה''ג ר' חיים אלימלך יאקאב שליט"א ר"מ בישיבה, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי הערש'עלע ליסקער זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג י"ד אב.

קה רבון עלם: הר"ר זלמן לייב פריעדמאן שליט"א (מאנטרעאל), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הר"ר הערשל קאהן שליט"א ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:50.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. פסוקי דזמרה: הר''ר הערשל קאהן שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום משה פעלדמאן הי"ו (קר"י), פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א מנהל הישיבה.
בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.

עליות כהן: הבה"ח חיים אלי' ב"ר משה אברהם שעהנברוין הי"ו (קר"י). לוי: הב' ב"ר יו"ט ליפא וויינבערגער הי"ו (קר"י). שלישי: ר' ליפא ברי"ז פריעד הי"ו (קר"י). רביעי: הב' ב"ר אהרן דוד גרינפעלד הי"ו (לאנדאן). חמישי: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו (קר"י). שישי: רבינו שליט''א, דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: הרה"ח ר' שלמה זלמן שווארץ הי"ו (קר"י). הוספות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הרה"ג ר' אהרן מייזליש שליט"א. הרה"ג דומ"ץ טאשנאד שליט"א. הב' הבר מצוה ב"ר עמרם טירנויער הי"ו (קר"י). הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א. הבה"ח ב"ר יואל רעטעק הי"ו (וומסב''ג) הר"ר בעריש גראס שליט"א (מאנטרעאל). הרה"ח ר' ליפא סופר הי"ו (קר"י). הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו (קר"י). הב' המשב"ק ליפא דייטש ני"ו. הב' ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו (וומסב''ג). אחרון: ר' יעקב בר"ב גלאנץ הי"ו (קר"י). מפטיר: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו (קר"י). הגבה: הב' שניאור זלמן ב"ר יואל עקשטיין הי"ו. גלילה: הב' בן הר"ר הערשל קאהן שליט"א.

מוסף: הרב הגאון דומ"ץ טאשנאד שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
ארום 3:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קוגל און לחיים.

במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני נחמה וגאולה און ניגונים אויף אידיש.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו (קר"י).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתחנן אל ה' בעת ההוא לאמר' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו אידן האבן א דין בנים למקום.

ברכהמ''ז: מנהל הישיבה הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:55.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ס איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:40. מנחה: הר''ר אלחנן טויב הי''ו, הוצאה והכנסה: ר' אברהם יוסף שאלאמאן הי"ו (וומסב''ג), בעל קורא: נכד רבינו החתן מאיר אליעזר ט"ב שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו (קר"י), לוי: הב' ב"ר אלי' יודא ראטה הי"ו (קר"י), שלישי: הר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א, הגבה: רבינו שליט''א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. גלילה: הב' ב"ר יוסף מאסרי הי"ו.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הר"ר בעריש גראס שליט"א, שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די הפטורה 'נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם' און געטייטשט אז דורך מצוות תפילין איז מען זוכה אז בשעת'ן מתפלל זיין דאווענט כביכול הקב''ה מיט און מען איז זוכה צו תשובה און דורך דעים צו די גאולה שלימה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הר"ר הערשל קאהן שליט"א, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך.

אויך האבן תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויפ'ן רבי'נס קשיא.
הב' מאיר בן הר''ר אנטשיל קארפען שליט''א (קר"י).
הב' דוד ב"ר אליעזר זוסיא סופר הי"ו (קר"י).
הב' לוי יצחק ב"ר משה יוסף לאנדא הי"ו (קר"י).
הב' יוסף זונדל בן הר"ר דוד הירש שליט"א (וומסב''ג).

דערנאך איז רבינו שליט''א ארויסגעגאנגען צום דערנעבענדיגן פארקינג לאט פונעם האטעל ווי דער רבי האט געמאכט קידוש לבנה, און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיטן ניגון כי מלאכיו. מען האט געענדיגט ארום 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday10 Menachem Av 57837/28/2023

Report
פרייטאג ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית האט רבינו שליט''א גערופן קיין ארץ ישראל און טעלעפאניש מנחם אבל געווען כ''ק אדמו''ר מבהוש שליט''א ע''פ אמו הרבנית ע''ה.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 9:00.
נאכן דאווענען האבן די געסט שלום גענומען, צווישן אנדערע א קבוצה תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' וועלכע זענען געקומען אויף שבת בצל הקודש.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע לבן ר' דוד פארקאש הי"ו (קר"י), דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די ציצית און קאפל און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל תשעה באב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ארום 9:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' בצלאל בנימין פרידריך הי"ו (קר"י).

בכו תבכה בלילה
נאך מעריב האט רבינו שליט''א געזאגט מגילת איכה וקינות לליל תשעה באב און מקונן געווען על חורבן ביהמ''ק בבכיות עצומות, עס האט פארגעזאגט משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 10:50.

דאנערשטאג תשעה באב

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 9:45.
ביי די ברכות האט דער רבי אויך געמאכט די ברכה פון שעשה לי כל צרכי. בעל תפלה: הרה"ח ר' משולם זושא לעווי הי"ו (וומסב''ג).

פתיחה: ר' הערשל גאנץ הי''ו (קר''י), כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא הי''ו, לוי: ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו (קר"י), שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א, הגבה: ר' יודא ברי"מ לאנדא הי"ו (קר''י), גלילה: הב' ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו (קר''י).
דערנאך האט דער רבי געזאגט די הפטורה וברכותי', בבכי תמרורים א לענגערע צייט.

נאכן ליינען האט דער רבי געזאגט די קינות ליום תשעה באב בבכי ומספד, עס האט פארגעזאגט משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, נאך די קינות האט מען געענדיגט אשרי ובא לציון, און עלינו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מנחה ארום 7:05. דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, דערנאך האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור בן הר"ר חיים יושע לעווי שליט"א (קר"י).
דער רבי האט געזאגט די ד' פרשיות, ווי דער רבי האט גענומען די ציצית ביי קר"ש, און דערנאך משלים געווען דעם שיר של יום און קוה.
בעל תפלה: הר''ר אלחנן טויב הי"ו (קר"י). פתיחה: ר' דוד פארקאש הי''ו. כהן: הב' ב"ר חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י). לוי: הב' הבר מצוה ני"ו. שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א. הגבה: הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו (קר"י). גלילה: הרה"ח ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו (קר''י).

נאך מנחה האט דער רבי אנגעטוהן תפילין דר"ת, און געזאגט די פינף טעגליכע קאפיטלעך תהילים. מען האט געענדיגט ארום 8:10.
אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון תשעה באב, צווישן אנדערע איבער'ן גיין אין מקוה מוצאי תשעה באב.

ביים זמן רבינו תם איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מעריב.

יהי"ר שיבנה ביהמ''ק בהמהרה בימינו, והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' יואל ברי"מ געלב שליט''א מו''ץ בקהלתינו מאנסי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור, און עס האט זיך פארמירט א שמועס, און דער רבי האט בקול חינוק בדמעות גערעדט בגעגועים וציפת לישועה און געזאגט אז 'עוד היום גדול מען קען נאך זוכה זיין צו די גאולה, און תשעה באב וועט נאך זיין א יו"ט'.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 7:10, און נאכן דאווענען אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday8 Menachem Av 57837/26/2023

Report
דינסטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד ישראל ברוך אונגאר הי"ו (קר"י).

נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב מאיר אליעזר ט"ב שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור עס האט זיך פארמירט א שמועס בהלכות אבילות פון ז' אב און ווייטער.

דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קרית יואל, און פארשידענע מעשיות פון די דערפער און שטעטלעך און די אלטע היים.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י), פתיחה: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו (קר''י), לוי: הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו (וומסב''ג), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' משה קריימאן הי"ו (ב"פ), גלילה: הרה"ח ר' משולם זושא לעווי הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב. אויך האט הבה"ח עמרם יואל ב"ר יצחק יודא שאלאמאן הי"ו (ב"פ) איבערגעגעבן א תירוץ אויף די רבי'ס קשיא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50. בעל תפילה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען זענען די געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען, אויך האבן תלמידי הישיבה הבה"ח יצחק ב"ר יוסף מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), און הבה"ח מאיר ב"ר יודא הערש בערגער הי"ו (קר"י), איבערגעגעבן א תירוץ אויפ'ן רבי'נס קשיא.

אזוי אויך האבן די עסקנים הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו און ר' מענדל ברצ"א עקשטיין הי"ו איבערגעגעבן פארן רבי'ן די ליסטעס פון נאענט צו זעקס הונדערט אנ''ש וועלכע האבן זיך איינגעשריבן פאר די ביליגע דירות פראיעקט וואס וועט געבויעט ווערן אין די קומענדיגע יארן אויסגעארבייט דורך רבינו שליט''א לטובת אנ''ש, דער רבי האט איבערגעקוקט די ליסטעס און אויסגעפרעגט פארשידענע פרטים און ווארים מאציל געווען מברכות קדשו פאר די עסקנים.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל''ק פונעם אריה"ק זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערציילט סיפורים און ענינים פונעם אריה"ק.

דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע דירות פראיעקטן וואס ווערט געבויעט אין קרית יואל.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת דברים - שבת חזון - 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש, די תלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל.

ערש''ק נאך די מקוה האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די רבי'נס קשיא נאנט צו 40 תלמידי הישיבה, דער רבי האט איבערגענומען די תירוצים מיט א שטארקע קורת רוח, אויך האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קונטרס וואס איז ארויסגעקומען פון די 43 תירוצים פון די תלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד דינוב קר"י, ור"מ במתיבתא.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל הביהמ''ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

אשת חיל: האט דער רבי אנגעהויבן, הגבהת הכוס: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א (מאנסי) ר"מ בישיבה, מנוחה ושמחה: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א (מאנסי) ר"מ בישיבה.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עד ועד בכלל.

קה אכסוף: הר"ר מאיר בערקאוויטש שליט"א הרב מקאריץ קר"י, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק החוזה מלובלין זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג תשעה באב.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 2:05.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בר"ח רייזמאן הי"ו (קר"י), פסוקי שמע ישראל: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א.

בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: הב' החתן משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן). לוי: הב' ב"ר שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר"י). שלישי: ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו (קר''י). רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו (קר''י). חמישי: הב' שניאור זלמן ב"ר יואל עקשטיין הי"ו (קר''י). שישי: רבינו שליט''א, דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב''פ), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. הוספות: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב''ד צאנז קר''י ומנהל הישיבה. הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א. הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א. הר"ר מרדכי הערש גאלדמאן שליט"א (מאנטרעאל). הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו. ר' משה מארקאוויטש הי"ו (קר''י). ר' יואל דוב ב"ר יודא פערלשטיין הי"ו (ב"פ). הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו (ב"פ). הרה"ח ר' זלמן לייב בראך הי"ו (קר''י). הרה"ח ר' חיים משה לאנדא הי"ו (קר''י). הר"ר שלמה סעקולא שליט"א (מאנסי) ר"מ בישיבה. אחרון: הרה"ח ר' יצחק יודא קליין הי"ו (וומסב''ג). מפטיר: ר' נחמן ברי"א כהנא הי''ו (וומסב''ג). הגבה: ר' מרדכי לייב מארקאוויטש הי"ו (קר''י). גלילה: ר' משה עובדי' מאסרי הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א (קר''י). מען האט געענדיגט ארום 1:15.

ארום 3:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קוגל און לחיים.

במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני גלות וגאולה און ניגונים אויף אידיש בהתעוררות רב.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל' און געטייטשט אז די ר"ת פון די ווערטער איז 'אדם איכה' מיט א סיפור פונעם הייליגן בעל התניא זיע''א, און דאס זענען געווען די דברי מוסר פון משה רבינו צו אידישע קינדער מען זאל זיך אליינס באטראכטן ווי האלט איך אויך די וועלט.

ברכהמ''ז: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:55.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ס איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:50. מנחה: הרה"ח ר' חיים משה לאנדא הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן שווארץ הי"ו (קר''י), כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו (קר''י), לוי: הרה"ח ר' יואל רייזמאן הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א -עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט, גלילה: הב' ב"ר יואל גאלדבערגער הי''ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' מרדכי קליין הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה לעיני כל ישראל' און געטייטשט אז דורך דעם וואס מען איז עוסק בתורה איז גענוג אז מען זאגט די י''ג מדות של רחמים מעורר צו זיין די מידות הרחמים פון הקב''ה, און מעורר געווען בבכיות אז מען שטייט שוין 1,955 יאר נאכן חורבן ביהמ"ק ועדיין לא נושענו, און מעורר געווען זיך מחזק צו זיין בלימוד התורה און דורך דעם וועט מען זוכה זיין אז והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו, קל מסתתר: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

בביתו נאוה קודש ארום 12:00 זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבת אמרי פנחס קאריץ בקר''י אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה הר"ר מאיר בערקאוויטש שליט"א וועלכע האבן געוויילט אויף שבת אינעם דערנעבנדיגן PMR רעזארט, דער רבי האט משמיע געווען דברי ברכה וחיזוק פאר די בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday3 Menachem Av 57837/21/2023

Report
פרייטאג פרשת דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 8:50.

נאכן דאווענען האבן די געסט שלום גענומען, אויך האבן תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויפ'ן רבי'נס קשיא.
הב' מאיר מיכאל ב"ר נסים סאאל הי"ו (קר"י).
הב' יחזקאל שרגא ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
הב' יעקב אהרן ב"ר יהושע פישער הי"ו (וומסב''ג).

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר

רבינו שליט''א איז ארייננגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:50.
בעל תפילה: הרה"ח ר' משולם זושא לעווי הי"ו, פתיחה: הרה"ח ר' זעליג מייער הי"ו (וומסב''ג), כהן: הר"ר אהרן כ"ץ שליט"א (מאנטרעאל), לוי: הרה"ח ר' משולם זושא לעווי הי"ו, שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ברוינער הי"ו, גלילה: הילד ב"ר יואל קלמן הערשקאוויטש הי"ו (קר"י).

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגי הצדיקים ווען זיי זענען געפארן אויף דאטשע למנוחת הנפש.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:40 געדאווענט מעריב.
נאך מעריב האבן די געסט שלום גענומען, און הב' ישראל אלימלך ב"ר שמעון ראטה הי"ו (בני ברק) האט איבערגעגעבן א תירוץ אויפן רבי'נס קשיא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days