בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday10 Menachem Av 57837/28/2023

Report
פרייטאג ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית האט רבינו שליט''א גערופן קיין ארץ ישראל און טעלעפאניש מנחם אבל געווען כ''ק אדמו''ר מבהוש שליט''א ע''פ אמו הרבנית ע''ה.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 9:00.
נאכן דאווענען האבן די געסט שלום גענומען, צווישן אנדערע א קבוצה תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' וועלכע זענען געקומען אויף שבת בצל הקודש.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע לבן ר' דוד פארקאש הי"ו (קר"י), דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די ציצית און קאפל און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️