בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday8 Menachem Av 57837/26/2023

Report
שב"ק פרשת דברים - שבת חזון - 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר.

די וואך האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן דעם שב''ק בצל הקודש, די תלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל.

ערש''ק נאך די מקוה האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די רבי'נס קשיא נאנט צו 40 תלמידי הישיבה, דער רבי האט איבערגענומען די תירוצים מיט א שטארקע קורת רוח, אויך האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קונטרס וואס איז ארויסגעקומען פון די 43 תירוצים פון די תלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד דינוב קר"י, ור"מ במתיבתא.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל הביהמ''ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

אשת חיל: האט דער רבי אנגעהויבן, הגבהת הכוס: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א (מאנסי) ר"מ בישיבה, מנוחה ושמחה: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א (מאנסי) ר"מ בישיבה.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עד ועד בכלל.

קה אכסוף: הר"ר מאיר בערקאוויטש שליט"א הרב מקאריץ קר"י, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק החוזה מלובלין זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג תשעה באב.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 2:05.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בר"ח רייזמאן הי"ו (קר"י), פסוקי שמע ישראל: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א.

בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: הב' החתן משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן). לוי: הב' ב"ר שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר"י). שלישי: ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו (קר''י). רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו (קר''י). חמישי: הב' שניאור זלמן ב"ר יואל עקשטיין הי"ו (קר''י). שישי: רבינו שליט''א, דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב''פ), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. הוספות: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב''ד צאנז קר''י ומנהל הישיבה. הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א. הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א. הר"ר מרדכי הערש גאלדמאן שליט"א (מאנטרעאל). הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו. ר' משה מארקאוויטש הי"ו (קר''י). ר' יואל דוב ב"ר יודא פערלשטיין הי"ו (ב"פ). הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו (ב"פ). הרה"ח ר' זלמן לייב בראך הי"ו (קר''י). הרה"ח ר' חיים משה לאנדא הי"ו (קר''י). הר"ר שלמה סעקולא שליט"א (מאנסי) ר"מ בישיבה. אחרון: הרה"ח ר' יצחק יודא קליין הי"ו (וומסב''ג). מפטיר: ר' נחמן ברי"א כהנא הי''ו (וומסב''ג). הגבה: ר' מרדכי לייב מארקאוויטש הי"ו (קר''י). גלילה: ר' משה עובדי' מאסרי הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א (קר''י). מען האט געענדיגט ארום 1:15.

ארום 3:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די זמירות ביים מיטאג טיש, מען האט אריינגעברענגט קוגל און לחיים.

במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני גלות וגאולה און ניגונים אויף אידיש בהתעוררות רב.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל' און געטייטשט אז די ר"ת פון די ווערטער איז 'אדם איכה' מיט א סיפור פונעם הייליגן בעל התניא זיע''א, און דאס זענען געווען די דברי מוסר פון משה רבינו צו אידישע קינדער מען זאל זיך אליינס באטראכטן ווי האלט איך אויך די וועלט.

ברכהמ''ז: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 3:55.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ס איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:50. מנחה: הרה"ח ר' חיים משה לאנדא הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן שווארץ הי"ו (קר''י), כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו (קר''י), לוי: הרה"ח ר' יואל רייזמאן הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א -עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט, גלילה: הב' ב"ר יואל גאלדבערגער הי''ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' מרדכי קליין הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה לעיני כל ישראל' און געטייטשט אז דורך דעם וואס מען איז עוסק בתורה איז גענוג אז מען זאגט די י''ג מדות של רחמים מעורר צו זיין די מידות הרחמים פון הקב''ה, און מעורר געווען בבכיות אז מען שטייט שוין 1,955 יאר נאכן חורבן ביהמ"ק ועדיין לא נושענו, און מעורר געווען זיך מחזק צו זיין בלימוד התורה און דורך דעם וועט מען זוכה זיין אז והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו, קל מסתתר: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

בביתו נאוה קודש ארום 12:00 זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבת אמרי פנחס קאריץ בקר''י אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה הר"ר מאיר בערקאוויטש שליט"א וועלכע האבן געוויילט אויף שבת אינעם דערנעבנדיגן PMR רעזארט, דער רבי האט משמיע געווען דברי ברכה וחיזוק פאר די בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️