בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

שמחת רבינו

← ווייזט אלעס

דינסטאגי"ח אייר תשפ"ג5/9/2023

באריכט
מאנטאג פרשת בה''ב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אוריאל שלמה מאסרי הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', בענין השתטחות על קברי צדיקים ובאתרא קדישא מירון ת"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

שפעטער ארום 7:45 זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה מתיבתא פון באסטאן וועלכע זענען געקומען צו פארן א וועג פון 4 שעה צו די הילולא דרשב"י אין קר"י אינאיינעם מיט די ראשי ישיבה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און משמיע געווען דברי הדרכה, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
*
אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי

בהרגש קודש איז אפגעראכטן געווארן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי' וואס עיני כל ישראל בארה"ב וקאנאדא קוקן ארויס א גאנץ יאר און ווארטן צו דעי גרויסע מאמענטן, ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש בחוצות קרית יואל, ווען דער עיר הגדולה 'קרית יואל' איז ווי יאר יערליך פארוואנדעלט געווארן אין א 'מעין קיבוץ גליות' ווי עס זענען זיך צונויפגעקומען שווערע צענדליגע טויזענטער אידן אנשים נשים וטף זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף די ריזן שטחים ארום דעם בנין ביהמ"ד הגדול, בנין מבצר הכוללים און אין די דערנעבענדיגע שטחים פון די גאסן ארום.

ביים זמן ר"ת איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת מעריב ברוב עם אין ביהמ''ד הגדול, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 אויל ליכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און נאך מעריב צוגעגאנגען צו ספירה בהתלהבות אש, נאך מעריב האבן שלום גענומען פארשידענע געסט ואישי הציבור וועלכע זענען געקומען צו פארן צו דעם מעמד נשגב.

גלייך נאך מעריב אום 9:40 איז רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער ציבור אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ און דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען נגוני התעוררות.

נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, ובגודל קדושת היום, און האט ארויסגעברענגט אז רבי שמעון איז צוגעגליכן צו שבת, דער כח פון שבת האט איך זיך אזא זאך אז וואס ס'איז עומד להיות איז אזויוי ס'איז שוין יעצט, די תורה פון רבי שמעון איז אונז מחזק און דאס העלפט אונז אדורכגיין די שווערע זמנים ווייל אונז ווייס מיר אז 'עוד ישבו זקנים וזקינות' ס'גייט נאך קומען גוטע צייטן, און דאס געט חיזוק אדורכצוגיין די שווערע זמנים, דער חתם סופר זאגט אז ל"ג בעומר איז בגימטריא אש להבה, מען צינדט אהן מאורות ל"ג בעומר על שם העתיד פונעם פייער וואס וועט זיין לעתיד לבוא, כי באש אתה עתיד לבנותה, ל"ג בעומר איז דער הייליגער תנא רבי שמעון משפיע א פייער פאר אלע אידישע קינדער זיי זאלן קענען טוהן מצוות מיט א פייער, און דורכדעם ווערט אויפגעבויט די ביהמ"ק השלישי.
רבינו שליט''א האט ממשיך געווען מיט בכיות און געבעטן 'בעט מיר דעם הייליגן תנא 'אנא' ער זאל משפיע זיין שמחה און דערפרייען אידישע הערצער, אידישע קינדער', עס איז דא אסאך לבבות נשברות אסאך צובראכענע הערצער אין אידישע הייזער דברים קשים כגידין, ער זאל משפיע זיין פאר יעדעם איינעם די מחסורו אשר יחסר לו, עס איז בכח פונעם הייליגן תנא משפיע צו זיין פאר יעדעם איינעם א ישועה בכלליות און א ישועה בפרטיות, ברוחניות ובגשמיות, אונז צינד מיר אהן א מהדורת אש לכבוד התנא האלוקי, זאל עס זיין א בחינה פון אש אוכלה אש און עס זאל מכלה זיין די פייער פון דינים, און מסיים געווען מיט לענגערע ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור.
נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט, 'מדת הרחמים עלינו התגלגלו' ברגשי הלב ובבכיות מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.

דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף אויף דעם ספעציעלן בימת ההדלקה ביים מקום 'מדורת האש' און מ'האט ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם "ויהיו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן געווארן צענדליגע מאל וואס האט געריסן הערצער, ועיני רבבות ישראל נשואות צום צענטער ווי דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א שטייט מיט א דביקות והשתפכות הנפש און איז מתפלל ממעמקי הלב פאר צרכי עם ישראל, דאן האבן די נדבני ההדלקה איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה, דער רבי האט איבערגענומען דעם פאקל און צושטייט צוגעטרעטן צו מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'.
בערך 11:00 האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי, און מדליק געווען א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון די רבוא רבבות מישראל וואס לאזן זיך ארויס אין אין פייערדיגע ריקודים, בהתלהבות אש קודש ושמחה בוקעת רקיעים.

נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק אריבער צום בימת הכבוד, דער רבי האט זיך באגריסט מיט כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א, און מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערביי האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל וועלכע האבן געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא.

במשך די ריקודין איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הילד בן הרב הערשל מייזליש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און אפגעשוירן אריבער 70 חאלאקע אינגלך בליעה"ר מתלמידי מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען אדורך כבני מרום, און דער רבי האט זיך אויך אהנגעטוהן א קאפל און א טלית קטן, און זיי געגעבן ממתקים כנהוג, און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס.

נאך די חאלאקעס האט רבינו שליט''א ממשיך געווען און מעודד געווען די ריקודי אויפן פלאץ, ביז אים 12:10 ווען דער רבי האט פארלאזט דאס פלאץ און איז אהיים לביתו נאוה קודש.

טראץ דעם וואונדערבארן סדר הטראנספארטאציע אהיים פונעם מעמד וואס איז אראנזשירט געווארן סיי אינערהאלב דעם עיר הגדולה קרית יואל, און סיי צו אלע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק, ניו דזשורזי און קאנאדא, האט דאך געדויערט א לענגערע צייט ביז די פובליק סעפטי פון קר"י, מיט די הילף פון די סטעיט פאליציי האבן געקענט קאנטראלירן דעם ריזן ציבור - וואס איז געשאצט געווארן דורך די סטעיט פאליציי צום מספר רב פון בערך 72 טויזענט נפשות באטייליגטע בליעה"ר כ"י - זאלן זיך קענען ארויסלאזן אויפן וועג און אהיים פארן בשלום.

נאכן מעמד הדלקה זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבת 'אור ישראל' פון באסטאן אינאיינעם מיט די ראשי ישיבה ורמ''י הישיבה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

אשרי עין ראתה כל אלה, ואשרי עין רואה גילנו ודיצת קהלינו, ווי מ'האט זיך אנגעשעפט עמער'ס שמחה וקדושה פאר א גאנץ יאר!

תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ג אייר תשפ"ג5/4/2023

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ברגשי גילה וחדוה גרייטן זיך אנ''ש צו די שמחת הבר מצוה פונעם ערשטער דור רביעי פון כ''ק רבינו הגה"ק שליט"א, הב' הרב יקותיאל יהודא בן הרה"ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק וומסב"ג שליט"א, וואס וועט פארקומען היינט אויפדערנאכט בבית מדרשינו הגדול אין וומסב"ג.

מארגן פרייטאג וועט פארקומען דער מעמד הנחת תפילין אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב"ג, רבינו שליט"א וועט דאווענען תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות און תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה, פארן דאווענען וועט דער רבי לייגן תפילין פאר נכדו היקר ני''ו, און נאכן דאווענען וועט אי"ה געפראוועט ווערן א מסיבת לחיים לכבוד המאורע.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דינסטאגכ' ניסן תשפ"ג4/11/2023

באריכט
ימי חוה''מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

זונטאג ב' דחוה"מ

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל יערמיאש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו, צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
פתיחה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג), און הרה"ח ר' מנלי שעהר הי"ו, כהן: הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א, לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו, שלישי: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חמעלניק מאנסי, הגבה: הר"ר שלמה הערש ראזענפעלד שליט"א (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' גבריאל ווייס הי"ו.
רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שלום יוסף גאלדבערגער הי"ו (מאנסי).
מוסף: הר"ר מאיר פאנעט שליט''א, בן האדמו"ר מדעעש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:50.

פארנאכטס איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א וועלכע האט שפעטער אויפגעטרעטן מיט א דרשה אין ביהמ"ד הגדול, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און ארום 9:00 אריינגעקומען צו מעריב, און צוגעגאנגן צו ספירה ציילן.

מאנטאג ג' דחוה"מ

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00. בעל תפילה: הר''ר אלחנן טויב הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל.
פתיחה: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו, און הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א, כהן: בעל ברית ר' אפרים פישל כ"ץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, שלישי: בעל ברית ר' שלום יצחק עקשטיין הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו - (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל הי"ו.
רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יצחק פייערשטיין הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט אום 11:40.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל כ"ץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

פארנאכטס זענען געווען אויף א באזוך בקו''פ די דיינים הרה"ג ר' ישראל מאיר עקשטיין שליט"א דומ''ץ לעניני ממונות וחבר בבדי''צ קר''י, הרה"ג ר' שמואל יודא בריסק שליט"א דומ''ץ טאשנאד און הרה"ג ר' יושע העשיל פריעדמאן שליט"א ראה''כ לבושי חושן, וועלכע האבן אנגעפירט דעם 'מעמד משפט צדק' אין ביהמ''ד הגדול, עס האט זיך פארמירט א הערליכע תורה'דיגע שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס מאכט זיך ביי דין תורות און איבער די צייטן ווען רביה"ק בעל ברך משה זיע''א האט געפירט דין תורות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און אום 8:50 אריינגעקומען צו מעריב.

שפעטער איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס מאכט זיך אום יו"ט און בפרט אום פסח, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי ומח"ס אוצר הזמנים על המועדים אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קר"י, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס איבער פארשידענע הלכה שאלות בכמה ענינים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

דינסטאג ד' דחוה"מ, ערב יו"ט

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יואל רייך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יעקב נפתלי פנחס גוטמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00. בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל.
פתיחה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו און ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו, כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, לוי: בעל ברית ר' יוסף זונדל אפפעל הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד מהרש"א, הגבה: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' פנחס שלמה פערלמוטער הי"ו (וומסב''ג).
רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי), גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו.
מוסף: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:00.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף זונדל אפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

מאנטאגכ"ג טבת תשפ"ג1/16/2023

באריכט
שב"ק פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.

פרייטאג נאכמיטאג ארום 3:50 ווען ס'איז די שקיעת החמה הנראית האט רבינו שליט''א כמנהגו זיך פורש געווען ממלאכה.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד בית חב''ד, מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן הי"ו ( וומסב''ג).

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:05. דער ציבור איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ביים ערשה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט פאר'ן ציבור ארום 9:30. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי), מנוחה ושמחה: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א (ב"פ).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקם מלך חדש על מצרים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו לא בטיל.

קה אכסוף: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו (קר"י), ברכהמ''ז: הר"ר משה אונגאר שליט"א (שיכון סקווירא).

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק בעל דברי שמחה מציעשנוב זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ' טבת.

קה רבון עלם: הר''ר ישראל משה לאנדא הי''ו (קר"י), נאך די פירות האט מען אויפגעגעבן בונדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:10.

וביום השבת קודש

שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו ( וומסב''ג), צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

פארן ליינען האט הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, געמאכט אן אפיעל פארן ארטיגן ביהמ''ד.

הוצאה והכנסה: הרב אברהם הערש אייזענבערגער שליט"א (שיכון סקווירא), פסוקי שמע ישראל: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: הבה''ח שלמה זלמן ב"ר יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג), לוי: ר' חיים יואל רובינפעלד הי"ו (קר''י), שלישי: הגה"צ אב"ד היבנוב ב''פ שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' יצחק יודא מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), חמישי: הגה''צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
אזוי אויך האט רבינו שליט''א געהייסן מאכן א מי שברך ליולדות פאר די 2 אייניקליך.
הולדת הבן ביי הרב שלום יחזקאל רובין שליט"א חתן הגה''צ אב''ד עצי חיים סיגוט שליט''א.
הולדת הבת ביי הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, די שמחת הקידושא רבא איז פארגעקומען אין ביהמ''ד אבני צדק אין קר"י, ויקרא שמה בישראל בלומא טויבא נאך די באבע די טשערנאבילער רביצין ע''ה.

שביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה''ק קר''י, הוספות: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א, הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו, אחרון: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג), מפטיר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הגה''צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ''ץ שיכון סקווירא, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם אשר אנטשיל פעדער הי"ו (שיכון סקווירא). מען האט געענדיגט ארום 12:25.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:40. מנחה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו (קר"י), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל בער בר"א ווידער הי"ו (קר"י), כהן: ר' יקותיאל פנחס פילאפף הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, שלישי: הרה''ח ר' משה אונגאר הי''ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א.

זמירות ביי של''ס האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק 'ואלה שמות בני ישראל' און געטייטשט אז פרעה האט פראבירט מכשיל צו זיין אידן מיט ראיות אסורות ווייל ער האט פארשטאנען אז פון איין מחשבה אסורה ווערט באשאפן כוחות רעות וואס איז מונע תשובה, אבער המענג את השבת נותנים לו נחלה בלי מצרים, די דריטע סעודה פון שבת איז קעגן יעקב, דורכן מענג זיין דעם שבת בפרט סעודה שלישית נחלת יעקב כמנהג חסידים ואנשי מעשה, קומט יעקב אבינו וואס ווערט אנגערופן ישראל ווייל ער האט זיך געשלאגן מיט א מלאך און ער קומט צו הילף אין אזא מצב וואס א מענטש קען שוין נישט מיט זיין אייגענע כוחות, פארדעם האט פרעה געוואלט מבטל זיין שבת, יעצט בימי השובבי''ם וואס איז מיוחד צו מתקן זיין אלע פגמים דארף מען זעהן מאריך זיין בסעודות שלישית, אידן זאלן זיצן בצותא חדא בכסופין והתעוררות קדושה, מוסיף זיין מחול אל הקודש, אזוי קען מען צוקומען צו די ריכטיגע התבננות און צו שלימות'דיגע תשובה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס כנהוג.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגח' טבת תשפ"ג1/1/2023

באריכט
שב"ק פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יודל פריעדמאן הי''ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:45. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט''א מנאנאש, בני ברק.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יואל בר''ב בערגער שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובני דן חושים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.

קה אכסוף: הרה''ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט''א מנאנאש, ב"ב. ברכהמ"ז: האדמו''ר מסערעדנא בני ברק שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק הדברי יחזקאל משינאווא זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג ו' טבת. קה רבון עלם: הרה''ח ר' ישראל שטערן הי''ו (ב''פ).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' ישראל בלייער הי''ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 11:20.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט''א מנאנאש, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי"ו, פסוקי שמע ישראל: ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: החתן ב"ר יואל פאללאק הי"ו, לוי: החתן ב"ר אברהם יצחק מאשקאוויטש הי"ו, שלישי: החתן ב"ר יואל מיטטעלמאן הי"ו - באווארפען, רביעי: החתן ב"ר עוזיאל לעפקאוויטש הי"ו, חמישי: החתן ב"ר יושע יודא פריעדמאן הי"ו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
הרה''ח ר' אברהם משה טויב הי"ו.
הרה''ג ר' יקותיאל מנשה ווערצבערגער שליט''א.
ר' שלום יואל פריעד הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר אברהם יושע גלויבער הי''ו, הוספה: החתן ב"ר חיים הערש קאהן הי"ו, אחרון: האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א, מפטיר: הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו, הגבה: הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' חיים רובין הי"ו (ב''פ).

מוסף: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי מבצר הכוללים, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

ביים קידוש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבה פון נכדת רבינו בת הנולדה אצל הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, די שמחת הקידושא רבא איז פארגעקומען אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אין וומסב''ג בהשתתפות קהל רב מחברי קהלתינו וומסב"ג, ויקרא שמה בישראל הינדא ע"ש הרבנית מקיוויאשד ע"ה.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:15. מנחה: הר''ר חיים אלישע גראסמאן הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אלי' רובין הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יואל ברי"מ פאללאק הי"ו, לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל), שלישי: הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' ישראל בלייער הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'וישלחינו אלקים לפניכם לשום לכם שארית בארץ' און געטייטשט אז די מידות מגונות פון קנאה תאוה וכבוד מוציאין את האדם מן העולם עס מאכט פארלירן די תואר אדם, און דאס איז געווען די עבודה פון יוסף הצדיק ושני בניו מנשה ואפרים עוקר צו זיין דעי מדות רעות און עס אויסלערנען פאר כלל ישראל, און אזוי האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה.

ידיד נפש: הרה''ג יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם חיים גאלדמאן הי"ו (לאנדאן). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ''ש: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך.

דערנאך איז רבינו שליט''א אראפגעגאנגען אין היכל ראזענבערג ווי עלטערן מיט די קינדער לערנען אינאיינעם במסגרת 'ושננתם לבניך', דער רבי האט ארום שפאצירט צווישן די טישן און זיך אימגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 7:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ב כסלו תשפ"ג12/6/2022

באריכט
מאנטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א, מיט החתן נכד רביה''ק זיע''א בן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א וחתן כ''ק אדמו''ר מגארליץ שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' חיים קטינא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב סימאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף דברי חיים. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
בן הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט''א - מנהל הישיבה.
ב''ר אהרן פערל הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מרביצי תורה און אלע בחורים, און משמיע געווען דב''ק והדרכה פאר די בחורים.

ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הוניאד צום מעמד יציקת הבורות, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בורות הטבילה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט''א רב הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק וברכה.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 5:00 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול אין חדר 'שמואל חיים' צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.

תיכף דערנאך אום 5:40 איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, מיט חרוזים ודברי כיבושין האט אויפגעטרעטן ר' שמעון ברמ''ד עסטרייכער הי''ו. און מען האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש בקול בכח לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג.
נאך די דב''ק האט דער רבי מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה''ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי''ו און הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום באדעקן.

דער מעמד החופה איז פארגעקומען פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול, מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן אחיו דער זיידע פונעם חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
קריאת הכתובה: פעטער פונעם חתן הגה''צ ר' יצחק זעלטנרייך שליט''א אדמו''ר מקערעסטיר מאנסי, ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, ברכה אחריתא: זיידע פון די חתן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט''א.
עדי קידושין: הרה''ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א מו''ץ בקהלתינו און הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו''ץ בקהלתינו.
עדי יחוד: הרה''ח ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי''ו און הרה''ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו.
ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס און מחותנים.

נאך די חופה אום 7:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין חדר 'שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול.

ובכן צדיקים יראו וישמחו

ארום 8:00 איז רבינו שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

ארום 9:00 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן, און דערנאך ארויס אין א פייערדיגע ריקוד מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.
בערך אים 9:30 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף א קורצע הפסקה, עס איז אריין בקו'''פ הגה''צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ.
ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכות ראשונות: הגה''צ הגה''צ ר' ברוך האלבערשטאם שליט''א אב''ד נאסאד וומסב''ג, ברכה אחריתא: הרה"צ ר' אלישע יונגרייז שליט''א בן האדמו''ר מגארליץ.
נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו מייסטערהאפטיג אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זיע"א.

דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה טאנץ די זיידעס הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, כ''ק אדמו''ר מגארליץ שליט''א, הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה שליט''א, דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

ויהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"א כסלו תשפ"ג12/5/2022

באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הכלה נכדת כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א חתן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט''א.
מיט החתן נכד רביה''ק בעל ברך משה זיע"א בן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א וחתן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א.

אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה בביהמ''ד הגדול בקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה לברך ולהתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ו מרחשון תשפ"ג11/20/2022

באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ד'

השבת נועם הנשמות פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' דורכאויס די מסע הקודש קיין מאנטרעאל לחיזוק וביסוס אנ''ש תושבי מאנטרעאל ולרגל די הרחבת גבולי הקדושה, חנוכת הבית פון בית מדרשינו הגדול והמופאר 'בנין שמואל בנימין'.


מיט געהויבענע געמיטער בחדרת קודש בהתרגשות ובהתרוממות עילאה האבן הונדערטער אנ''ש תושבי מאנטרעאל מיטגעלעבט דעם היסטארישן שבת קודש במחיצת הקודש פון רבינו שליט''א בקרב קהלתינו הק' במאנטרעאל און זיך אנגעווארימט לאורו הבהיר ביי די הייליגע תפילות און געהויבענע טישן.

במשך דעם שבת קודש ביי די תפילות איז דער ביהמ''ד הגדול, און ביי די עריכת השלחנות אינעם גיגאנטישער שאטער בנין געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה עד אפס מקום מיט הונדערטער אנ''ש תושבי מאנטרעאל און די הונדערטער געסט, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענער שבת לחסות בצל הקודש.

עקסטער איז אהערגעשטעלט געווארן דער אולם וויזניץ הארט נעבן ביהמ"ד הגדול, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט די סעודות שב''ק פאר די הונדערטער געסט.

ערש''ק נאכמיטאג איז רבינו שליט''א געגאנגן אין די פריוואטע מקוה בבית הרבני הנגיד ר' רפאל הערצאג הי''ו מחשיבי חסידי בעלזא, ווי דער רבי איז געגאנגן אין מקוה במשך די ימי ביקור המרומם.
רבינו שליט''א האט דארט טועם געווען טועמי' און ס'האט זיך פארמירט א שיינער שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר ר' רפאל הי''ו ובני משפחתו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, צוליב דעם שרעקליכע געדרענג וואס האט געהערשט אין ביהמ"ד האט מען אויך געעפענט דעם עזרת נשים צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור ווי ווייט מעגליך.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם לייב ליכטמאן הי''ו (וומסב''ג).

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30. דערנאך איז דער ריזן ציבור אדורך געגאנגען גוט שבת זאגן אינאיינעם מיט נאך הונדערטער אידן מבני העיר וואס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך איז רבינו שליט''א אהיים לבית האכסניא.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינעם גיגאנטישן שאטער - בנין במעמד אלפי ישראל, ווי עס האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון אלע רבני ודייני עיר מאנטרעאל.

רבינו שליט''א האט אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהות הכוס לקידוש: הרה''ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ"ץ קהלתינו הק'.

במשך דעם שלחה"ט האט מען א לענגערע צייט געזונגן ניגוני שב"ק מיט א התלהבות וואס האט מיטגעשלעפט דעם ריזיגן ציבור.

פאר די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען הגה''צ ר' אשר גרינפעלד שליט"א רב דקהל וויזניץ ארה''ק במאנטרעאל צו זינגען רחם.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב''ד מאנטרעאל. מנוחה ושמחה: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים וה' ברך את אברהם בכל' ובדברי החתם סופר אז בכל במילוי איז בגמ' שופר, און געטייטשט בדרך דרוש אז כל מיינט אפילו א כל שהוא, במילא אפילו א איד טוהט נאר אביסל תשובה איז עס גענוג.

קה אכסוף: הגה''צ רבי וואלף בער לערנער שליט''א דומ"ץ בעלזא מאנטרעאל, ברכהמ"ז: הגה''צ ראב''ד סקווירא שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ל' חשון.
קה רבון עלם: הגה"צ ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ"ץ קרית טאהש.

ביי די פירות זענען אלע חתנים פון מאנטרעאל אריבער נעמען שיריים, נאך די פירות איז פארגעקומען דער שלום זכר פאר עטליכע מאנ"ש.

אז ביום השביעי: הגה''צ ר' יחזקאל טויבער שליט''א אב''ד באבוב מאנטרעאל. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:20.
ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביי די חברת תהילים פון די ילדי תשב''ר בהיכלי התפילה, דער רבי האט מיטגעזאגט עטליכע קאפיטלעך, און משמיע געווען קורצע דב''ק איבער די חשיבות פון א קאפיטל תהילים בפרט דורך תשב''ר.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ג דומ"ץ קהלתינו שליט"א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הר''ר חיים אליעזר גראס שליט''א. הולכת הס"ת לבימה: הר"ר אליעזר ווייס הי"ו (קר"י).בעל קורא: הרה''ח ר' יצחק נח פערלמוטער הי''ו.
ביים ליינען האבן עולה געווען נגידי אנ''ש וועלכע האבן געש'נדר'ט ריזיגע סכומים להשלמת בנין ביהמ"ד הגדול, און איז אנגעקומען צום אסטראנאמישע סומע פון אריבער אנדערט האלבן מיליאון דאלאר.
עליות. כהן: הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו, לוי: הרה''ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ"ץ קרית טאהש, שלישי: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו, חמישי: הרה''ח ר' עקיבא הערש קליין הי''ו, שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' הערש אלימלך זילבערשטיין הי''ו (וומסב''ג).

שביעי: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, הוספות: הרה''ח ר' אהרן משה שלאגער הי''ו (וומסב''ג), הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר''י), הרה''ח ר' מנחם ליברמאן הי''ו (וומסב''ג), אחרון: הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו (וויען), מפטיר: הרה''ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי''ו, הגבה: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי''ו (לאנדאן).

נאכן ליינען האט רבינו שליט''א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.

מוסף הרה''ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ"ץ קרית טאהש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:20.

רבינו שליט''א איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אשר ישעי' ווערצבערגער הי''ו מראשי קהלתינו, ביים סעודת יום שב"ק האבן מיטגעגעסן נגידי אנ''ש וועלכע האבן מנדב געווען גרויסע סכומים פאר קהלתינו הק' במאנטרעאל.

רבינו שליט''א האט קידוש געמאכט כנהוג, און מען האט געזינגען נגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו בת הנולד אצל הרב מנחם שלמה אשכנזי בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

רבינו שליט''א האט זיך געוואשן צום סעודה, ביי די סעודה האט זיך דער רבי באנוצט מיט א זמירות ברך משה און דער רבי האט א לענגערע צייט אריינגעקוקט אין די מנהגים.
עס האט זיך פארמירט שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים און פארשידענע מנהגים ביי רבותינו הק' זיע"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה': הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער בעל אכסני' הרבני הנגיד ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו.
נאכן בענטשן האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן בעל אכסני' און בני משפחתו.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם ריזן שאטער - בנין ארום 4:45. מנחה: הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יחיאל קליין הי"ו, כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א (קר"י), לוי: הרה"ג דומ"ץ קהלתינו שליט"א, שלישי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו (ב"פ).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה הרה"ג ר' יואל אשר פישער שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנטרעאל, שיר המעלות: הרה"ג ר' חיים אלעזר הירשפעלד שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנטרעאל.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים וה' ברך את אברהם בכל' און געטיישטש אז ווען א איד טוט א מצוה לאזט עס איבער א רישומא דקדושה, און דאס ערמעגליכט נאכדעם צו קענען תשובה טון.

ידיד נפש: הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנטרעאל, קל מסתתר: הרה"ג ר' יעקב יוסף וואזנער שליט"א מו"ץ בסקווירא ומראשי כוללינו במאנטרעאל.
מיט ברכהמ''ז האט רבינו שליט''א מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק שליט"א.

מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' יחיאל קליין הי"ו, נאך הבדלה האט רבינו שליט''א געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור, און אהיים לבית האכסניא. מען האט געענדיגט ארום 7:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ב מרחשון תשפ"ג11/6/2022

באריכט
שב"ק פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן הלל ב''ר עמרם טירנויער הי''ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 6:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.

נאך מנחה האט דער משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו אויסגערופן בפקודת הקודש די וויכטיגע אויפפאדערונג פון הנהלת הקהילה והמוסדות אז יעדער זאל גיין צו די וואלן איש וביתו און שטימען פאר די אינדארסירטע קאנדידאטן.

קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, מראה''ק.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00, עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר כולל תפארת בחורים וומסב''ג. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: מוה"ר אנשיל אילאוויטש הי''ו (בני ברק).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' מוחם יודא גאטליעב שליט''א אב''ד ניאמץ וומסב''ג, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' שלמה בנעט שליט''א מראשי כוללינו בירושלים.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואעשך לגוי גדול' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה.

קה אכסוף: הרה''ח ר' אנשיל אילאוויטש הי''ו, ברכהמ"ז: נכד רבינו בעל שמחה הרב ברוך רוקח שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' משה'לע משינאווא זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט זונטאג י''ב חשון. קה רבון עלם: הרה"ג ר' משה שמואל ראטענבערג שליט''א (וומסב''ג).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט''א, מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און ביר, דער רבי האט טוען געווען און פארטיילט שיריים און געוואונטשן פארן בעל שמחה און פאר חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, און מען האט געזינגען לכבוד די שמחה.
אויך איז פארגעקומען א שלום זכר ביי הרב מאיר אלכסנדר קליינמאן הי''ו.

אז ביום השביעי: הרה''ח ר' בצלאל טויסיג הי''ו (ירושלים). מען האט געענדיגט ארום 11:40.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' מענדל עקשטיין הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' בעריש טירנויער שליט"א רב דביהמ"ד תורת משה וומסב''ג, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג.

עליות. כהן: החתן ב"ר יואל צבי פילאפף הי"ו, לוי: ר' חיים פריעדמאן הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שלישי: החתן ב"ר עמרם טירנויער הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר יואל בערקאוויטש - באווארפען. חמישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה:
הרה''ג ר' יואל בר"מ סימאן שליט''א.
ר' יצחק ישעי' כ"ץ הי"ו.
ר' יוסף זונדל וויינבערגער הי"ו.
ר' חיים יואל דים הי"ו.
ר' יעקב יואל אינדיג הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הוספות: החתן ב"ר שמעי' קעסלער הי"ו, החתן בן הרה''ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו"ץ, החתן ב"ר דוב מארקאוויטש הי"ו, אחרון: הרה"ג יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו"ץ בקהלתינו, מפטיר: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' שמעי' קעסלער הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו (בראזיל).

מוסף: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' שלמה טירנויער שליט''א (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע שמואל לאנדא הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:50.

אויפן וועג אהיים איז דער רבי ארויף צום ברית פון בן הנולד אצל הרה''ח ר' יואל ברא''ז פריעדמאן הי''ו, בביתו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:20. מנחה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי''ו, כהן: הרה"ג ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי"ו, לוי: הר''ר יואל בר"ע הירש שליט''א, שלישי: הרה"צ חיים אליעזר מייזליש שליט"א מווייטצען, הגבה רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'לך לך מארצך', יעדע זאך וואס א איד טוט ווערט אריין געשטעלט אין מקום המקדש, ווען מען טוהט מצוות ומעש"ט איז מען מקדש דעם מקום המקדש און חלילה פארקערט איז מען עס מטמא, והחי יתן אל לבו, וויפיל מאל און ווי סאך האט מען חלילה גורם געווען מטמא צו זיין, מען דארף זיך משים זיין אל הלב בתשובה און עוסק זיין בתורה, ודברי תורה מעלין מטומאה לטהרה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' יצחק מארקאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' משה כהנא הי''ו (ב''פ). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' אלחנן טויב הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 8:45.

מוצש''ק איז רבינו שליט''א אריבער צום חנוכת הבית אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף שאפפער הי"ו אין די סמיט גארדענס געגענט בגלילות קר''י, דער רבי האט קובע מזוזה געווען און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגט' מרחשון תשפ"ג11/3/2022

באריכט
מיטוואך פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, חדב"ן, מיט הכלה בת הרה"ג רבי יהושע רובין שליט"א אב''ד ראדאוויץ ור"מ בישיבתינו הק' נזר התורה דסאטמאר וומסב"ג, בן הגה"צ אבדק"ק בריזדאוויץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בראך הי"ו, בבית אביו הרה''ח ר' אברהם לייב הי''ו לרפו''ש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ישראל בנציון כ''ץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען ר' וואלף בר''ב פאלאטשעק הי''ו, ע''פ בתו הילדה ע''ה.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 5:10 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול אין חדר 'שמואל חיים' צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.

תיכף דערנאך אום 5:50 איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, מיט חרוזים ודברי כיבושין האט אויפגעטרעטן הר"ר שמואל קרויס שליט"א. און מען האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, די מחותנים און זיידעס, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג.

רבינו שליט"א איז אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום באדעקן, ווי דער רבי האט מסדר געווען די כתובה.

דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד החופה פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול, מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מחותנו דער זיידע פונעם חתן כ''ק הגה"צ אב''ד סיגעיט שליט"א.
קריאת הכתובה: פעטער פונעם חתן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אבדק"ק בריזדאוויץ שליט"א, ברכה אחריתא: זיידע פון די כלה כ"ק אדמו"ר מפאפא ב''פ שליט''א.
עדי קידושין: הרה''ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו''ץ בקהלתינו און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א מו''ץ בקהלתינו.
עדי יחוד: הרה''ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי''ו און הרה''ח ר' יהודא יעקב יוסף שטיין הי"ו.
ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס און מחותנים.

נאך די חופה אים 8:10 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין חדר 'שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול, און נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארענט פון ביהמ"ד הגדול.

ובכן צדיקים יראו וישמחו

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

נאך עטליכע מינוט איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן. און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.
בערך אים 9:45 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף א קורצע הפסקה.
דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב''ד לימנוב שליט"א, ברכות ראשונות: הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ ר' ברוך אברהם האלבערשטאם שליט''א אב''ד קשאנוב.

נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו מייסטערהאפטיג אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט מען פאר עטליכע מינוטן געזינגען ניגוני התעוררות בשעת רבינו שליט"א האט זיך אפגעשטעלט און איז מעודד דעם ציבור און האט דאן געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זיע"א.

טאנץ די זיידעס כ''ק אדמו''ר מפאפא ב''פ שליט"א, הגה''צ אבד''ק בריזדאוויץ שליט"א, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה שליט''א, דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:20.

ויהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגו' מרחשון תשפ"ג10/31/2022

באריכט
שב"ק פרשת נח, שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ערש''ק נאכמיטאג פארן זמן הדלקה''נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פארן אייניקל החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט''א.
אזוי אויך האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן.
החתן משה עמרם ב''ר יואל ליבערמאן הי''ו.

רבינו שליט''א איז ארויס פון ביתו נאוה קודש מיטן חתן בשושבינון אויפן וועג צום ביהמ"ד און מען האט באגלייט בשירה וזמרה. ארום 6:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הגה''צ ר' יוסף משה מייזליש שליט''א אב''ד לאסק ב''פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00. עס איז פארגעקומען דער אפיעל פאר מוסדות תפארת יעקב עטה''ק בארה''ק, דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הר''ר הערשל אונסדארפער שליט''א (ב''פ).

פאר די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט אז דורך שב''ק איז מען זוכה צו תשובה, אין שבת איז דא צוויי חלקים איינס איז פארן גוף דורך סעודות שב''ק און דאס צווייטע איז פאר די נשמה דורך די זמירות שב''ק, דאס הייסט שומר שבת כהלכתו בשלימות.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר''ר הערשל אונסדארפער שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הגה''צ ר' יחזקאל הורוויץ שליט''א אב''ד שטראסבורג, ברכהמ"ז: הגה''צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט''א אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי אליעזר'ל מדזיקוב זצוק"ל, וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג ג' חשון.

קה רבון עלם: הגה''צ ר' אנשיל שעהר שליט''א אב''ד קלעסאן, מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שמחה בבית רבינו, די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ב''ר משה ארי' פריעדמאן הי''ו.

אז ביום השביעי: הרב משה רוקח שליט''א (ב''פ), מען האט געענדיגט ארום 11:45.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הגה''צ ר' אנשיל שעהר שליט''א אב''ד קלעסאן, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שלמה יעקב מערץ הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי''ו (בראזיל).

עליות. כהן: הגה''צ ר' מענדל הערש כהנא שליט''א דומ''ץ קארלסבורג, לוי: הרה''ח ר' מרדכי לעווינגער הי''ו. שלישי: נכד רבינו החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט''א, מ'האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד'ן אויפרוף כנהוג. רביעי: החתן ב''ר משה יודא עקשטיין הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר משולם פריעדמאן הי''ו - באווארפן, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' בנציון שווארץ הי''ו
ר' משה מערמאלשטיין הי''ו.
ר' שמואל אליעזר ברילל הי''ו.

שביעי: החתן ב''ר משה יודא גאלדבערגער הי''ו - באווארפן, הוספות: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט''א, הגה''צ ר' יחזקאל הורוויץ שליט''א אב''ד שטראסבורג, אחרון: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, מפטיר: הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א, הגבה: הרה''ח ר' ישראל שפילמאן הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי''ו.

מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרב משה רוקח שליט''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבה בחדרי הפאליש בביהמ''ד הגדול, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, דער רבי האט געוואונטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור עס זאל זיין שמחות אין אידישע הייזער. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:35. מנחה: הרה''ג ר' שמואל פריעדמאן שליט''א, הוצאה והכנסה: הגה''צ ר' אנשיל שעהר שליט''א אב''ד קלעסאן. כהן: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א אב''ד אוהעל ב''פ, לוי: הרה''ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי''ו, שלישי: הגה''צ ר' דוד דוב מייזליש שליט''א מסיגעיט. הגבה: רבינו שליט"א. גלילה: נכד רבינו הרב הערשל מייזליש שליט''א.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטיישטש אז דורך גיין אין מקוה אויסער דעים וואס איז גורם טהרה אויפן מענטש שיינט מען אריין מן השמים א אור קדושה רוחני וואס איז מוסיף יראת ה' טהורה און דעת, און איז ממתיק דינים לרחמים.

ידיד נפש: הגה''צ ר' פנחס מרדכי מייזליש שליט''א דומ"ץ קהל יראים סיגעיט, קל מסתתר: הר''ר יחזקאל ברוין שליט"א.
פארן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד די שמחה. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 8:55.

מוצש"ק איז געווען זמני כניסה צווישן אנדערע זענען אריין בקו"פ א קבוצה יוצאי ישיבתינו הק' היכל התורה אין וומסב"ג זיך פארהערן פארשידענע לימודים פון די פארגאנגענע יארן, נאכן פארהערן האט דער רבי זיי מאציל געווען מברכות קדשו להצלחה צום נייעם זמן.

אויך איז אריין בקו"פ האדמו"ר מדעעש קר"י שליט"א לקראת נישואי נכדו וואס קומט אי"ה פאר די וואך, און רבינו שליט"א האט מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"ה תשרי תשפ"ג10/20/2022

באריכט
דאנערשטאג יום ב' דחוה"מ 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' אלימלך קליין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אברהם אלי' ב"ר יואל ברמ"ז פרידריך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו, וכרות האט דער רבי האט פארגעזאגט פסוק בפסוק.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים בדביקות והתעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה''ח ר' חיים פעקעטע הי"ו (וומסב''ג).

עליות. כהן: הרה''צ ר' יעקב יחזקאל שרגא הכהן גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומסב''ג, לוי: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים, שלישי: בעל שמחה נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א, רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן), גלילה: הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט צענדליגער אנ''ש מעבר לים וועלכע זענען געקומען וויילן אויף יו"ט בצל הקודש.

מוסף הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט ב"פ. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז פארגעקומען די שמחת ברית מילה ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מוהל: דער זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, סנדק: דער זיידע הגה"צ אב"ד וואלאווע שליט"א, סנדק מעומד: דער זיידע הגה"צ אב"ד אויסטילא שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט די ברכות ויקרא שמו בישראל יצחק נאכן זיידן האדמו"ר מאלעסק זצ"ל.
נאכן ברית איז דער ציבור אריבער אין א רייע ווינטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

נאכן ברית איז רבינו שליט''א אריבער צו די סעודת ברית אין די סוכה שע"י בית הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א חדב"נ, דער רבי האט געזאגט די סדר האושפוזין און זיך געוואשן צו די סעודה, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן בד"ת דער אבי הבן שליט"א.
מיט די זמירות לכבוד היום 'שיר המעלות' און לכבוד'ן ברית 'יום ליבשה' האט דער רבי מכבד געווען נכדיו בני רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א חדב"נ.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה און משלב געווען מצות ברית מילה צו מצוות סוכה.
ברכהמ''ז: דער מוהל רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און די הרחמנ'ס חתני רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס