בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Friday8 Kislev 578312/2/2022

Report
פרייטאג ערש''ק ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב''ר ישראל ראזמאן הי''ו (וומסב"ג).
ב''ר משה אהרן צימערמאן הי''ו (וומסב''ג).
ב''ר משה וואלף מארמארשטיין הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
דאנערשטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יצחק בר"א טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שניאור זלמן גאלדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ליפא שפיטצער הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור סוגיא בשיעורי השבוע, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יצחק יודא היימאן הי"ו ע"פ אמו ע"ה.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' משה ברוך פאללאק הי"ו - ר' משה שמואל סאמעט הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' אשר זאב ניימאן הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מרדכי, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו - ר' דוד יודא פריעדמאן הי"ו.
ר' אסף וואלבערג הי"ו (ב''פ) - ר' יואל בר"א זילבערשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הגה"צ ר' ישראל יוסף קאהן שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן, מקבל זיין ברכות קדשו לקראת דעם חתונה וואס קומט פאר קומענדיגע וואך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן בראשית, דרושים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל שווארץ הי"ו.
ב"ר אברהם יעקב צבי דרוממער הי"ו.
ב"ר הערש כהנא הי"ו.
ב"ר יעקב שלום הארטמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' חיים לייב ווייס ע"ה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו - ר' אברהם הערשקא הי"ו, באולם כינור דוד.
הר''ר יחיאל מיכל טרעגער שליט''א - ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יושע יאקאב הי"ו - ר' יעקב יוקל ברי"ד הירש הי"ו.
ר' יצחק אייזיק לעבאוויטש הי"ו - ר' חיים הלל ליכטענשטיין הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס איז געשריבן געווארן דורך אנ''ש תושבי מאנסי לכבודו פון הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, לע''נ אביו הר"ר משה יודא זצ''ל ולע''נ זקינו פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי זצ"ל, און ווערט אריינגעגעבן דעם זונטאג וישלח בביהמ"ד הגדול במאנסי בהשתתפות פון מרן רבינו שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני סופרות, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן רב שליט"א און פאר די ראשי ועסקני קהלתינו הק'.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday6 Kislev 578311/30/2022

Report
דינסטאג פרשת ויצא

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', בדברי הדרכה וחיזוק פאר די בחורים.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

ארום 6:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף מאנסי צום 'מעמד יציקת הבורות' אין ביהמ"ד 'עצי חיים סיגוט' בראשות הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, דער רבי האט געגאסן די יסודות און אויך מכבד געווען די אנדערע רבנים שליט''א צו גיסן, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורע, און עס האט אויפגעטרעטן רב הביהמ''ד שליט''א, דערנאך האט רבינו שליט''א אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט הרה''ח ר' מנחם ליבערמאן הי''ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם שם המקוה און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און פארן רב הביהמ"ד שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון גיין אין מקוה יעדן טאג, און פארציילט עטליכע סיפורים פונעם קדושת יו"ט זיע''א איבער דאס חשיבות פון א מקוה, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:40.

נאכן מעמד איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ און זיך באטייליגט בבגדי שבת ביים שמחת החתונה פון הכלה בת בנש"ק הר"ר מאיר יוסף לויפער שליט"א חתן הר"ר יעקב הורוויץ ע"ה נכד רביה"ק בעל עצי חיים זיע''א, אין די עמינענס זאלן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים און די זיידעס, אוו דערנאך געטאנצט מצוה טאנץ לפני הכלה און מיטן חתן און מחותנים, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
און פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש בקר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר חיים יחזקאל שרגא פערל הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ו'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו - ר' חיים נתן וויינשטאק הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' בעריש שעהנברוין הי"ו - ר' ישראל ניימאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 9:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו'''פ הרה"צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א מקאמארנא ביתר, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' הערשל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב סימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק מרדכי כ"ץ הי"ו, בבית זקנו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אהרן יעקב שווארץ הי"ו.
ב"ר יעקב יוסף מזרחי הי"ו.
ב"ר שלמה יאקאבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און דערנאך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' הערשל הערשקאוויטש הי"ו - ר' שאול בראך הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ברוך מאיר בראדער הי"ו - ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו.
ר' שמעון עוזר ווייס הי"ו - ר' אשר מענדל כהנא הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Sunday3 Kislev 578311/27/2022

Report
במוצאי יום גילה

נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער זייערע לימודים און געגעבן א שמועס בדברי הדרכה און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך זענען אריין בקו'''פ א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה קטנה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער זייערע לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו, און די בחורים זענען אריבער זיך געזעגענען.

דערנאך זענען אריין א קבוצה בחורים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן ביי די מעמדים בצל הקודש במשך חודש תשרי העעל"ט אינאיינעם מיט הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, דער רבי האט פארטיילט א מתנה פאר די בחורים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריבער בבית הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות, ווי הרה"ח ר' חיים הי"ו האט אפגעקויפט א זכות אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים וואס ווערט געבויעט בעיר האבות סיגוט יצ"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער פארשידענע שטעט אין אונגארן און רומעניע, און איבער די נסיעות פון רבינו שליט''א אין אייראפע, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 10:15 איז דער רבי אנגעקומען קיין מאנסי בבית האברך הנגיד ר' וואלף ברא"מ לאנדא הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף די צוויי כיתות וואס ר' וואלף הי"ו האט אפגעקויפט בבניני מוסדותינו הק' במאנסי, אינעם בנין הת"ת החדש, און אינעם בנין הבית רחל החדש, עס איז אויך אנוועזענד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך ארום 10:50 איז רבינו שליט''א אריבער בבית האברך הנגיד ר' יואל ברא"ז שפיטצער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א רייכע באנקעט מיט חשוב'ע נדיבי בעם וועלכע האבן געקויפט כיתות אין די נייע בניני המוסדות אין מאנסי, ווי בלויז מוצש''ק איז אפגעקויפט געווארן 17 כיתות בליעה''ר.
עס האבן געעפנט דעם מעמד הרה''ג דוד שלמה לאוב שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' במאנסי, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, במשך דעם מעמד איז געזינגען געווארן פאסיגע ניגונים לכבוד המאורע.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו, און משמיע געווען דב"ק וברכה איבער דאס חשיבות פון קויפן א כתה און די געוואלדיגע טובות הנאה דערפון אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריין אין א זייטיגן צימער ווי אלע נדבנים זענען אריין עקסטער בקו"פ, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 12:05 האט דער רבי פארלאזט מאנסי אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן בנציון ב''ר יואל זאלדאן הי''ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי''ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: נכד רבינו הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר''ר משה יצחק לעוו שליט''א (לאנדאן), מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' אברהם פייערווערקער שליט''א ראה"כ בבית מדרשינו באלעד.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו ויברכהו, און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קנין בדבר שאין לו קצבה.

קה אכסוף: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט''א, ברכהמ"ז: נכד רבינו הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען דאנערשטאג ל' חשון. קה רבון עלם: הרה''ח ר' יוסף צבי קריצלער הי''ו (ירושלים).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ב''ר הערשל ברמ''י ווערטהיימער הי''ו, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' אברהם דיימאנד הי''ו (בית שמש). מען האט געענדיגט ארום 11:30.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יעקב משה מיטטלמאן הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם פייערווערגער שליט"א.

עליות. כהן: הרה"ח ר' יעקב קאסטו הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו (וומסב''ג), שלישי: החתן ב"ר יואל זאלדאן הי"ו - באווארפען, רביעי: החתן ב"ר הערשל הערשקאוויטש הי"ו - באווארפען, חמישי: הרה"ח ר' יואל דוד ווייס הי"ו, רבינו שליט''א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' ישעי' בר''י טויב הי"ו.
ר' הערש אלימלך זילבערשטיין הי"ו.

שביעי: ר' נסים סאאל הי"ו, רבינו שליט''א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט, אחרון: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו, רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט, מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' ישעי' בנימין ענגלענדער הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' הערשל הערשקאוויטש הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל שערצער הי"ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 12:10.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:10. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' טויב הי"ו (מאנסי), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכל מייזעלס הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הר"ר משה יצחק לעוו שליט''א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו' און געטייטשט אז ווען מען שטרעקט אויס די האנט פאר עניים, מדה כנגד מדה ידיו פון הקב''ה פרוסה לקבל שבים און איז מקרב די גאולה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' מרדכי הערשקאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ג ר' יחזקאל לאקס שליט''א מו''ץ בקהלתינו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' אליעזר ווייס הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 7:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday1 Kislev 578311/25/2022

Report
פרייטאג ערש''ק תולדות ב' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר יוסף צבי האלפערט הי"ו.
ב"ר יואל ברא"ש פריעדלענדער הי"ו.
ב"ר לוי יצחק פאלקאוויטש הי"ו.
ב"ר אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו.
ב"ר שלום שמואל שימאן הי"ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת תולדות א' דר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה חיים גפן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר חיים יחזקאל שרגא ראזענבערג הי"ו.
ב"ר דוד ווייס הי"ו.
ב"ר ארי' אשר יושע וועבערמאן הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יקותיאל יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו (וומסב''ג) - ר' ישראל יעקב אפענהיים הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל שלמה פארקאש הי"ו (וומסב''ג) ר' זאב שערצער הי"ו, באולם קרן ויואל משה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רב שליט"א איז געקומען איבער געגעבן א גריס פון קהילת 'אור חדש דרבינו יואל' אין גואטעמאלא ווי דער רב שליט"א אינאיינעם מיט דייני קהילתינו הק' זענען ספעציעל אראפגעפארן צום מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה טהרה, ולחזק אחינו בני ישראל גירי הצדק.

אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך הגה''צ המשפיע ר' ניסן דוד קיוואק שליט"א פון ארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday30 Cheshvan 578311/24/2022

Report
מיטוואך פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' אברהם אלי' ברי"מ פרידריך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל נפתלי לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק א'.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז אום 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' שמואל מרדכי שטיין הי"ו - ר' אלי' שפיטצער הי''ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א בבית הרבני הנגיד ר' יואל עפשטיין הי"ו, עס איז אויך אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע לומדישע שמועס, און דערנאך בסיפורי צדיקים.
האדמו"ר מבוהוש שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביותרת הכבוד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days