בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday8 Kislev 578312/2/2022

Report
מיטוואך פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל שווארץ הי"ו.
ב"ר אברהם יעקב צבי דרוממער הי"ו.
ב"ר הערש כהנא הי"ו.
ב"ר יעקב שלום הארטמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' חיים לייב ווייס ע"ה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו - ר' אברהם הערשקא הי"ו, באולם כינור דוד.
הר''ר יחיאל מיכל טרעגער שליט''א - ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יושע יאקאב הי"ו - ר' יעקב יוקל ברי"ד הירש הי"ו.
ר' יצחק אייזיק לעבאוויטש הי"ו - ר' חיים הלל ליכטענשטיין הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס איז געשריבן געווארן דורך אנ''ש תושבי מאנסי לכבודו פון הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, לע''נ אביו הר"ר משה יודא זצ''ל ולע''נ זקינו פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי זצ"ל, און ווערט אריינגעגעבן דעם זונטאג וישלח בביהמ"ד הגדול במאנסי בהשתתפות פון מרן רבינו שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני סופרות, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן רב שליט"א און פאר די ראשי ועסקני קהלתינו הק'.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️