מאנטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר חיים יחזקאל שרגא פערל הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ו'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו - ר' חיים נתן וויינשטאק הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' בעריש שעהנברוין הי"ו - ר' ישראל ניימאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 9:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו'''פ הרה"צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א מקאמארנא ביתר, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️