הר''ר שמעון שישא שליט''א - ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע''י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, וועלכער געפינט זיך יעצט אין אמעריקע צו שאפן געלטער אויפצוהאלטן די אפיסעס פונעם מרכז, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש, אינאיינעם מיט עסקני מרכז עזרה ויעוץ פון אמעריקע.
מאנטאג חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב''ר הערש אלימלך עקשטיין הי''ו. - ב''ר שמואל קליין הי''ו. - ב''ר אלכסנדר זיכערמאן הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ט"ו. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 1:20 איז דער רבי אריבער אין בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' אויף די רימנוב גאס צום מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די קרוב צו 500 תלמידי כתה ד' פון אלע פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל. די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מלמדים, און פאר אלע קינדער, און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב''ק ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט שוין אן צו לערנען גמרא, און די קורת רוח וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט בגנזי מרומים זעענדיג אז אין קרית יואל זענען דא קרוב צו 500 קינדער פון איין יארגאנג וואס הייבן אן צו לערנען גמרא, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 1:50.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בתו למז"ט. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:40 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יואל ברש"י שטיינמעטץ הי"ו און הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א. - הרה"ח ר' דוד אלי' קטינא הי"ו און הרה"ח ר' יעקב מאיר ווייס הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, וועלכער געפינט זיך יעצט אין אמעריקע צו שאפן געלטער פאר די פילע אפיסעס וואס מען האט אויפגעשטעלט אין גאנץ ארץ ישראל נאכצוקומען די ארבעט. מען האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער דעם שווערן מצב וואס מען געפינט זיך יעצט אין ארה"ק מיט די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות, און פון אלע שיכטן און קרייזן ווענדט מען זיך צו מרכז עזרה ויעוץ פאר הילף. דער רבי האט שטארק מחזק געווען די פעולות לטובה פון עזרה ויועץ, און מאציל געווען מברכת קדשו פארן ראש המצילים הר"ר שמעון שליט"א, פאר הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו (מאנסי) יו"ר הנהלת עזרה ויועץ בארה"ב, און פאר מוה"ר וועלוול קוביטשעק הי''ו (בית שמש) מעסקני עזרה ויעוץ.
ארום 11:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךו' אלול תשפ"ו8/19/2026
באריכט
מאנטאג כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי ארום 9:50 האט זיך דער רבי ארויס געלאזט אויפן וועג צום יערליכן באזוך אין די מחנות הקיץ דמוסדותינו הק' פון וומסב"ג און ב"פ.
ארום 10:50 איז דער רבי אנגעקומען אין די בחורים קעמפ מחנה רב טוב אין סוואן לעיק. רבינו שליט''א האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי כתה מכינה לישיבה כתה ט' פון וומסב''ג און ב"פ, דער רבי האט געלייגט טו''ת אין ביהמ"ד. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: - ב"ר וואלף לאנדא הי"ו. - ב"ר יעקב יואל סאפדי הי"ו.
- בעל תפילה: הב' יצחק דניאל ני"ו ב"ר יואל דאנא ע"ה (וומסב''ג). - פתיחה: הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א - מנהל כתה ט' וומסב''ג. - בעל קורא: הב' זיידל בן הר"ר מענדל פאנעט שליט"א (ב"פ). - כהן: הרה''ג ר' עקיבא יוסף כהנא שליט"א - מנהל כתה ט' ב"פ. - לוי: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א (ב"פ). - שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר וואלף לאנדא הי"ו. - הגבה: רבינו שליט"א. - גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יעקב יואל סאפדי הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' אהרן וויינבערגער הי"ו בשכינות פונעם קעמפ אויף פת שחרית.
ארום 1:50 איז דער רבי צוריק אנגעקומען אינעם בחורים קעמפ, דער רבי איז אריין אין די בתי מדרשים ווי די בחורים לערנען, און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקן קורת רוח, דער רבי איז ארום פאר א לענגערע צייט צווישן די טישן און פארהערט די בחורים די לימודים, צום ערשט אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' פון וומסב''ג, איידערן פארלאזן די ביהמ"ד האט דער רבי געבעטן די מייק און איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די לימודים. דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד פון תלמידי כתה ט' פון ב''פ דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בחורים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מגי''ש און בחורים, און משמיע געווען דברות קודש צו הארעווען אין די אינגע יארן צו באקומען יראת שמים און אזוי וועט דאס אנהאלטן אויף די שפעטערע יארן, דורך לערנען חסידישע און מוסר ספרים, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 2:50.
פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די 'אינגל קעמפ' מחנה רב טוב אין מאנטיסעלאו ווי דער רבי איב אנגעקומען ארום 3:05. דער רבי איז ארויף צו די 4 בתי מדרשים פון די עלטערע כתות ו' ז' ח', תלמידי מוסדותינו אין וומסב''ג סניף הר"ר משה אלי' גרין שליט"א, סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א, סניף הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א, און דערנאך ביי תלמידי מוסדותינו ב''פ בהנהלת הר"ר זרח שפירא שליט"א. דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, און געפרעגט שאלות ביי יעדע סניף עקסטער אין זייערע לימודים, דער רבי האט עקסטער באגריסט די איר-אייניקלך שיחי' און נכדי אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און זיי געגעבן טאשן געלט כפי מנהג אביו רביה''ק זיע''א.
דערנאך זענען זיך אלע תשב"ר צוזאמגעקומען אינעם חדר האוכל צום מעמד קבלת פנים. די קינדער האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דאן פארגעזונגען ווארימע חרוזים לכבוד המאורע. דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די מלמדים און תשב"ר און משמיע געווען דב''ק ארויסגעברעגענדיג אז כדי די לימוד התורה זאל האבן א קיום דארף מען קודם האבן יראת שמים, און דאס דארף מען וויסן שוין פון די אינגע יארן ווען מען הייבט אן צו לערנען תורה אז אן קיין יראת שמים האט די לימוד התורה נישט קיין קיום, און מסיים געווען בברכות קדשו. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר אלע קינדער.
מען האט געענדיגט ארום 4:15 און דער רבי האט פארלאזט די קעמפ און איז אדורכגעפארן צווישן די קינדער בשעת די קינדער שטייען אויסגעשורה'ט אויף די צוויי זייטן פונעם קעמפ און וואונטשן א כתיבה וחתימה טובה.
ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען אין מחנה פון ישיבה קטנה סניף אהבת התורה וומסב''ג בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א חנוכת הבית פארן בנין הביהמ"ד 'בנין לאנדא' נדבת הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו, אינאיינעם מיט א הנחת אבן הפינה פאר א נייע דארמעטארי בנין נדבת הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו. דער רבי האט זיך באגריסט מיט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און זיך אומגעקוקט אויפן בנין הביהמ"ד. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געגאסן די אבן הפינה און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א צו גיסן. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר רב שליט"א און די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ועשית מעקה לגגך' און ארויסגעברענגט אז מען באנייט א נייע בנין אינעם קעמפ ווי מען וויילט אין די זומער נזהר זיין מיט שמירת עינים, מעק"ה איז ר"ת ה'רהורי ע'בירה ק'שה מ'עבירה, און מעורר געווען די בחורים נזהר צו זיין אויף שמירת עינים וואס דאס איז די יסוד פון זיין א ערליכע איד, און ארומגערעדט בשבח פון די חשובע נדבנים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די נדבנים, הנהלת הישיבה, און רמ"י ותלמידי הישיבה. דערנאך האט מען איבערגעגעבן א מנחת ביכורים פאר רבינו שליט"א פון אריבער אכט טויזענט בלעטער גמרא וואס די בחורים האבן געלערנט אלץ א הכנה צום באזוך פון רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פירות פאר די נדבנים. מען האט געענדיגט ארום 5:10 און דער רבי איז אהיימגעפארן קיין קר"י.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:00 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין קרית יואל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי חודש תשרי און איבער די באזוכן פון אביו האדמו"ר מליסקא זצ"ל ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הר"ר ברוך ברא"ש שווארטץ שליט"א און הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו און הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד צאנז קר"י אינאיינעם מיט מחותנו הר"ר פנחס אלימלך שטיין שליט"א בן האדמו"ר מפאלטישאן שליט"א וחתן כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי צאצאיהם למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגן זונטאג כי תבא אין קר"י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די יחוס פון די חתן וכלה און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ עסקני מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית, און איבערגעבן א באריכט פונעם מעמד חנוכת הבית וואס איז פארגעקומען פריער אויפדערנאכט בראשות כ"ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א ובית דינו הצדק, און גדולי האדמורי"ם ומנהיגי הקהילות החונים תחת דגל העדה החרדית, פארן נייעם גיגאנטישן הויפטקווארטיר פונעם מרכז אין ירושלים עיה"ק, פארן נייעם בנין פון עטליכע שטאק מיט אריבער צען צימערן צו ערמעגליכן צו פארברייטערן די פעולות המרכז אויף א דראסטישע פארנעם אין די יעצטיגע קריטישע תקופה, די עסקנים האבן איבערגעגעבן א באריכט פונעם באזוך דורך די הנהלת המרכז ביים ירושלימ'ער רב שליט"א, און די נאכפאלגנדע מעמד בראשות די חברי הבד"ץ שליט"א, וואו הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' האט אויפגעטרעטן בשליחות הקודש פון מרן רבינו שליט"א. די עסקנים האבן דערמאנט די קידוש השם אז אפילו פון די אגוד'יסטישע קרייזן זענען אויך אנוועזנד געווען פילע רבנים און ראשי ישיבות נאך וואס אפילו אין זייערע קרייזן דערזעהט מען זיך מיטן מציאות אז אלע זייערע א.ג. פארטרעטער פון אינעווייניג האבן גארנישט געקענט אויפטון, און די איינציגסטע ווירקזאמע מיטל צו באקעמפן דעם ביטערן גזירת הגיוס איז דורך די אפיסעס וואס רבינו שליט"א האט אויפגעשטעלט מיט 13 יאר צוריק נאך איידער איינער האט אפילו באגריפן אז עס שוועבט א געפאר פון א גזירה. דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די פעולות פונעם מרכז און די אנגייענדע תמיכה דורך קהלתינו הק', און געוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים מען זאל ווייטער קענען אויפטון למען הכלל אפצוראטעווען אידישע נשמות פון שמד.
נאך מעריב ארום 1:10 איז דער רבי אריבער צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רבי אברהם מאיר שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ, וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, בבית חמיו אין שכונת ויואל משה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן ייטב לב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט די וואך, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און די זיידעס.
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש כנהוג און אנגעוואונטשן פאר די יולדות. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
ביים אנקומען אהיים האט דער רבי מקיים געווען מצות שילוח הקן בחצר ביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. בהשתדלות ר' אליעזר גפן הי''ו, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען די מצוה, און געמאכט א שליח ר' אליעזר גפן הי''ו אראפצונעמען די אייער, און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי"א תמוז תשפ"ו6/26/2026
באריכט
זונטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן. - לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' חיים הערש ברי"ל מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. - לבן הנולד אצל ר' יואל אשר אנשיל דרעזדנער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר חיים משה אלימלך כ"ץ הי"ו. - ב"ר אברהם לעבאוויטש הי"ו. - ב"ר יואל ב"ר מרדכי גראס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ הנהלת מחנה בית רחל אין שפיץ פון די מנהלי המחנה הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א און הר"ר מאיר יוסף גראס שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת דעם זמן הקיץ הבעל"ט, מען האט אויסגעשמועסט די פילע איינריכטונגען וועלכע זענען אהערגעשטעלט געווארן היי יאר אין די קעמפ לטובת די טויזענטער תלמידות בית רחל און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד מהרש"א, און הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק, אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' משה סטרולאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יוסף פנחס שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הרה"ח ר' יחיאל יודא פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 10:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת 'מפעל תורתו באומנתו' אינאיינעם מיט עטליכע בעלי בתים מאנ"ש פון גרויסע ביזנעסער וועלכע האבן עס שוין איינגעפירט ביי זיך אין די ביזנעס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די געוואלדיגע אויפטוה פון די רעיון און די חשיבות פון די בעלי בתים וואס אנערקענען אז ווען די ארבעטערס קאפ ליגט אין תורה ארבעט ער בעסער אין די אנדערע שעות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ חברי וועד קרן הבנין פון ביהמ"ד דברי יואל דקהלתינו הק' ב"פ אין שפיץ פון הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטנשטיין שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די גמר המקח פון א גרויסן שטח פאר א נייע ביהמ"ד מיט אלע געברויכן, מען האט דערביי פארגעשטעלט די פלענער פארן נייעם ביהמ"ד און עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בהלכות מקוואות, דער רבי האט געטרינקן לחיים לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרה"ג דומ"ץ הביהמ''ד שליט''א און די חברי וועד קרן הבנין.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון כינור דוד צו די שמחת החתונה פון בת המשב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס און פארן גאנצן ציבור. נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך געטאנצן ריקודי קודש מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך מיטן חתן און מיט משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו ובני משפחתו. מען האט געענדיגט ארום 11:40.
מאנטאג חקת בלק
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן. - לבן הנולד אצל ר' חנני' לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' לייבוש פראנקעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי. אויך זענען אריין בקו''פ גבאים פון קופת הלבשה לחתנים שע"י מתיבתא סניף דברי יואל מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די יעצטיגע קאמפיין לטובת הקופה, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה פון וומסב''ג בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א און האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע הלכות ברכת הפירות, דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים און דערנאך פארטיילט ספרו לב אהרן פאר אלע בחורים, און מאציל געווען מברכת קדשו פארן מגי"ש נכדו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א און פאר די רמ"י הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. בחדרו הפרטי איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין לאנדאן, און א שמועס בהלכות מקוואות און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו. ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יואל ברב"צ בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו און הרה"ח ר' אהרן ברמ"ב שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הרה"ח ר' שמעון ברא"ש לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 10:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הר"ר ישראל שמעון מאיר לייפער שליט"א מטעמעשוואר קר"י און הר"ר אביגדור דניאל פיש שליט"א בן האדמו"ר ממאטע סאלקא שליט"א וחתן האדמו"ר מתפארת יחזקאל שליט"א. - הר"ר משה קויפמאן שליט"א און הרה"ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אינעם בית רחל אודיטאריום ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד מרומם 'הביאנו המלך', אלץ הכרת הטוב לשלוחי רבינו להעמיד יסוד איתן למוסדות יטב לב בארה"ק, אינאיינעם מיט א מסיבת שבע ברכות לרגל השמחה בבית הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און עס איז פארגעקומען א שאלות ותשובות 'הביאנו המלך חדריו', הר"ר אלחנן זאב יוסף פריעדמאן שליט"א האט פארגעשטעלט שאלות פאר רבינו שליט"א און מען האט געהאט די זכי' אז דער רבי האט ארומגערעדט און אויסגעשמועסט פילע פערזענליכע זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א פאר אריבער א שעה צייט סיי בנוגע מוסדות יטב לב און סיי פילע מעשיות איבער כמה ענינים וואס דער רבי האט פערזענליך בייגעוואוינט און מיטגעלעבט במשך די יארן בצל הקודש פון דודו רביה"ק מרן בעל דברי יואל זיע"א, צווישן אנדערע האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו און מוסדותינו הק' אין ארה"ק, און די חשיבות פון שטיצן מוסדות יטב לב. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, און מיט די שבע ברכות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב, און הר"ר ישכר יאקאב שליט"א מנהל מוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק. דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די וועד בעלי בתים חברי הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
דינסטאג חקת בלק
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן. - לבן הנולד אצל ר' יודא הערש ווייזער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' משה ב"ר יעקב פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס זיך אריבערציען קיין ארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים איבער צדיקים וועלכע זענען ארויפגעגאנגען אויף די עלטערע יארן וואוינען אין ארץ ישראל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די התמנות פון הרה"ג ר' שמעון שמעי' פריעדמאן שליט"א בן הרה"ח ר' וואלף הי"ו חתן הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו לשרת בקודש אלץ מו"ץ בקהילתינו הק' וומסב''ג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן שלא יצא מכשול מתחת ידיו בהוראה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י האט דער רבי געהערט א באריכט פון די עסקנים פון אנ"ש וואל קאמיטע איבער די פריימערי וואל פארמעסט אויף די קאנסערוואטיווע ליניע פאר די סטעיט סענאט זיץ אינעם קרית יואל'ער אומגעגנט, ווי תושבי קרית יואל זענען ווידעראמאל ארויסגעקומען שטימען פאר די אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאט, דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די וואל רעזולטאטן ווי דער אינדארסירטער קאנדידאט האט באקומען כמעט הונדערט פראצענטיגע שטיצע דורך די תושבי העיר און דערמיט סוקסעספול געזיגט אינעם פארמעסט, און געוואונטשן די עסקנים זיי זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט די פעולות הקודש און אנהאלטן די פארבינדונגען מיט די באאמטע צו קענען ווייטער אויפטון פאר די יהדות החרדית אין ניו יארק.
מיטוואך חקת בלק
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן. - לבן הנולד אצל ר' שמעי' קרויס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. - לבן הנולד אצל ר' אברהם העכט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - בן הר"ר הערשל קאהן שליט"א. - ב"ר בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו. - ב"ר שמואל משה מנחם סאנדעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק כ'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יצחק יקותיאל ביקעל שליט"א און הרה"ח ר' יואל בר"נ גאנדל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' גבריאל שמואל ווייס הי"ו. - הרה"ח ר' בעריש גפן הי"ו און הרה"ח ר' וואלף שערצער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00, נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה בביתו נאוה קודש אויף צאנז איז אריין בקו''פ הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, וועלכע געפינט זיך יעצט אין אמעריקע לטובת די נייעם אפיס וואס מען האט אויפגעשטעלט אין ירושלים נאכצוקומען די ארבעט, ער האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות, און מען האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די שווערע מצב ווי מען געפינט זיך יעצט אין ארה"ק מיט די ביטערע גזירה, און פון אלע שיכטן און קרייזן ווענדט מען זיך צו מרכז עזרה ויעוץ פאר הילף, דער רבי האט שטארק מחזק געווען די פעולות לטובה פונעם מרכז און מאציל געווען מברכת קדשו.
דאנערשטאג חקת בלק
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן. - לבן הנולד אצל ר' מרדכי יונה ווידער הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' שמואל מאיר שפילמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר זלמן לייב בראך הי"ו. - ב"ר נטע מרדכי קויפמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה בית אברהם פון לעיקוואד, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אין די נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא שליט"א גאב"ד קהילת שומרי הדת אנטווערפען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע פסקי הלכות פון זקינו הגה"צ בעל חשב האפוד זצ"ל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הר"ר פישל בן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א און הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט''א אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' זלמן יוסף גאלד הי"ו און הרה"ח ר' חיים יודא גליק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הרה"ח ר' שמואל יעקב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ח ביקעל הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה יעקב בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב שטערן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א, לרפו"ש נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכת קדשו.
פרייטאג ערש''ק חקת בלק
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו. - ב"ר יואל ב"ר יצחק ענגלענדער הי"ו. - ב"ר זלמן לייב שווארטץ הי"ו. - ב"ר אלי' דוד סאלאמה הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגי"ז סיון תשפ"ו6/2/2026
באריכט
שב''ק פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן יחזקאל שרגא ב"ר אברהם משה קליין הי"ו.
ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' אלי' פאסטערנאק שליט"א (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 10:25. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל מגזירת הגיוס בארה"ק. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. - אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. - הגבהת הכוס: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג). - כל מקדש: הרה"ג ר' אברהם ישי קעניג שליט"א רב דביהמ"ד ווארקע לעיקוואד. - מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב מאיר פריעדמאן הי"ו (אנטווערפען).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כה תברכו את בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
- קה אכסוף: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. - ברכת המזון: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א. עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ט"ז סיון. - קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. - אז ביום השביעי: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:00. וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. - ברכות: הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א. - פסוקי דזמרה: הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית. און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו. - פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו (וומסב''ג). - הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל חיים שטעסל הי"ו. עליות. - כהן: הרה"ח ר' חיים קאהן הי"ו (וומסב''ג). - לוי החתן נחמן ב"ר יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו. - שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. - רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: אלטא שרה יהודית נאך די באבע הרבנית ממעלבוירן ע"ה. - חמישי: החתן דוד ב"ר לוי הערש פאסטערנאק הי"ו - באווארפען. - שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א. - ר' יואל ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו. - ר' ארי' ב"ר יוסף ווייס הי"ו. - ר' יוסף ברל"י געשטעטנער הי"ו. - ר' אייזיק ליפא ברא"ט ווידער הי"ו. - ר' שלמה מנשה בר"מ פייערשטיין הי"ו. - ר' יוסף ברח"מ כ"ץ הי"ו.
- שביעי: החתן יושע ב"ר יואל רייך הי"ו - באווארפען. - הוספות: החתן יחזקאל שרגא ב"ר אברהם משה קליין הי"ו - באווארפען. - החתן מרדכי ב"ר משה יודא ברד"ש גאלדבערגער הי"ו - באווארפען. - החתן ליפא ב"ר מאיר פאלקאוויטש הי"ו - באווארפען. - החתן אברהם בהר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - באווארפען. - החתן אפרים פישל בהר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א - באווארפען. - החתן הערשל ב"ר חיים דוד פריעד הי"ו - באווארפען. - החתן יצחק ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו - באווארפען. - החתן שלום ב"ר משה וואלף קארפען הי"ו. - החתן אלי' שאול ב"ר אברהם שמעון רייך הי"ו. - אחרון: החתן משה ב"ר שלום גאלדמאן הי"ו. - מפטיר: החתן משה בן הר"ר יואל הערש ליכטנשטיין שליט"א. - הגבה: הרה"ח ר' רפאל עקשטיין הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' יעקב מרדכי לאנדא הי"ו.
- מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. - פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו (וומסב''ג).
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'כה תברכו את בני ישראל' און ארויסגעברענגט אז ביי מתן תורה איז אראפגעקומען א כח צו מגדל זיין ערליכע זוהן און ערליכע טעכטער, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55. - בעל תפילה: הר"ר שמעון יאזשעף שליט"א (בית שמש). - הוצאה והכנסה: הרה"ג רב דביהמ"ד ווארקע לעיקוואד שליט"א. - כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). - לוי: הרה"ח ר' משה שמואל רובינפעלד הי"ו. - שלישי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו.
זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען. - אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. - שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כה תברכו את בני ישראל' און געטייטשט אז מען דארף האבן א שטארקע סייעתא דשמיא אז מען זאל קענען ניצל ווערן פונעם יצר הרע ווען ער פרובירט צו צובע זיין עבירות פאר מצוות, אבער אויב מען איז נזהר נאר צו רעדן אמת און נישט קיין שקרים איז מען זיך מדבק אין יעקב אבינו וואס מדתו איז אמת און מיט דעם כח קען מען בייקומען דעם יצר הרע, אזוי אויך ווען מען זיצט ביי של"ס און מאיז מאריך בזמירות ודברי תורה וואס די סעודה איז אנטקעגן יעקב אבינו באקומט מען אויך א קדושה צו קענען בייקומען די כח השקר פונעם יצר הרע.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו. - קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם חיים גאלדמאן הי"ו (לאנדאן). דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
ארום 12:15 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מדעעש שליט"א פון ארה"ק נאכן וויילן אויף שבק בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
דערנאך זענען אריין בקו''פ רבני וחברי הנהלת חברה מצילי אש דקרית יואל איינצולאדענען צום מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אויף די מירון גאס, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די היסטאריע און די פולע פעולות לטובה פון מצילי אש במשך די לעצטע פינף און צוואנציג יאר, דער רבי האט געבענטשט מטבעות לשמירה ולהצלחה פאר אלע חברי מצילי אש און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' אברהם ישי קעניג שליט"א רב דביהמ"ד ווארקע לעיקוואד נאכן וויילן אויף שבת בצל הקודש, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב בערנאטה הי"ו (מאנסי), דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך זענען אריין חברי הנהלת התאחדות אברכים פון קהלתינו הק' אין מאנסי איינצולאדענען רבינו שליט"א צום סיום מסכת שבת במסגרת חבורת תורתך שעשועי וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג קרח, דערביי האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון בתי מדרשינו אין מאנסי און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 1:10 איז דער רבי אריבער צום מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אויף די מירון גאס, ביים אנקומען האט הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו חבר הנהלת הקריה, געוויזן פאר רבינו שליט"א די פרישע טראקס מיט פילע איינריכטונגען לטובת די תושבי קר"י, דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג צום סטאנציע, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די באטייליגונג פון אלע חברי מצילי אש, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד דינוב ומרבני חברי מצילי אש. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת הקריה און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'יברכך ה' וישמרך' און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די חברי מצילי אש האבן מיטן מקיים זיין די מצוה פון הצלת נפשות ממש און אזוי אויך הצלת ממון ישראל, און שטארק ארויסגעברענגט לשבח פון די 'קרית יואל מצילי אש' וועלכע פירן זיך ע"פ תורה אויף טריט און שריט כהוראת הדומ"ץ שליט''א ובשבח פון די אנדערע רבני מצילי אש וועלכע לערנען כסדר פאר שיעורים לדעת מה שיעשון, דער רבי האט ממשיך געווען מיט הדרכה פאר די חברי מצילי אש זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר א שומר העיר, האבן שיעורי תורה, וכו', און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת הקריה וועלכע שטייען צוהילף אלעמאל און אנגעוואונטשן מען זאל נישט דארפן צוקומען צו ניצן מצילי אש, און מיט ברכות לרוב.
דערנאך זענען אריבער אלע חברי מצילי אש און דער רבי האט פארטיילט א געבענטשטע מטבע לשמירה ולהצלחה, מען האט געענדיגט ארום 1:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר אברהם ווייסמאן הי"ו. - ב"ר יואל ב"ר משה בראך הי"ו. - ב"ר אברהם חיים היילברוין הי"ו. - ב"ר יואל בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו. - ב"ר יואל ברא"ח גאלדמאן הי"ו. - ב"ר אלי' יעקב זאב בראך הי"ו. - ב"ר שמואל הערש פעלדמאן הי"ו. - ב"ר יודא סאנדעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכיתה הגדולה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' חיים דוד פריעד הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שעהנברוין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' יואל בר"א שיף הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה האט זיך דער רבי אנגעהויבן צו באנוצן מיטן כסא המלוכה פון אביו הגדול מרן רביה"ק בעל ברך משה זיע''א וועלכע האט אויף דעם בענקל געפראוועט אלפי אנשי שלומינו במשך לאנגע יארן און ממשיך געוועהן ישועות למען הכלל והפרט, און איז אויסגעפאלן אינעם גורל פון רבינו שליט"א אצל חלוקת הירושה פארגאנגענע וואך.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר משה אהרן טייטלבוים שליט"א אב"ד לאפוש מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' צבי זאב הכהן פריעדמאן שליט"א מו"ל ספרי אוצרות יוסף פון הרה"ק רבי יוסף ענגיל זצ"ל און געברענגט פאר רבינו שליט"א צוויי פרישע בענדער אוצרות יוסף וועלכע איז נארוואס ערשינען, דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט אין די ספרים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.
ארום 11:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו און הרה"ח ר' עזריאל נפתלי בוקסבוים הי"ו.
נאך די זמני כניסה ארום 11:45 איז דער רבי אריינגעפארן קיין מאנסי צו די שמחת החתונה פון נכד גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א החתן בן לבנו הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, אין די זאלן פון עטרת טשארנא. דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:15, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער מחותן הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות. דערנאך האט האברך ר' משה יהושע ווייס הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און מיט גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, נאכן טאנצן האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן די כלה. ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים קיין קר"י.
מאנטאג בהעלותך
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ברוך יודא פרענקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר אשר ווייס הי"ו. דער רבי געצינדן לעכט און געזאגט קדיש פאר הודו לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן ליינען צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט אלע קדישים.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די הילולא קדישא, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און דערנאך דערציילט עטליכע סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זיע''א.
אין די פארמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הישיש רבי משה ברייש שליט"א נשיא כולל חלקת יעקב אין בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון כוללים אמאל און היינט און איבער די הונדערטער אינגעלייט וועלכע לערנען אינעם מבצר הכוללים אין קר"י, דערביי האט רבי משה שליט"א זיך באדאנקט פארן טיפזיניגע סוגיא שיעור וואס דער רבי האט פארגעלערנט אין כולל חלקת יעקב בעת די מסע הקודש אין ארה"ק דעם ווינטער העעל"ט, דער רבי האט אים געגעבן ספרו לב אהרן - חידושי סוגיות און מאציל געווען מברכת קדשו.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקו''פ ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דענאפעלי אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו האט איבערגעגעבן א באריכט איבער די פילע טובות וואס ער האט שוין אויפגעטוהן בעבר פאר אחב"י אין ניו יארק ובפרט פאר תושבי קר"י, און אויסגעשמועסט די פלענער אויפן עתיד לטובת די תושבי קר"י און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א און הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' חיים הערש בר"א גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' משה מרדכי גרינפעלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הרה"ח ר' יוסף חביב ברא"י מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"י כאירה הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"צ ר' דוד צבי קאהן שליט"א - אב"ד תולדות אברהם יצחק בית שמש, בן כ''ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א,עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע נייע ישובים אין ארה"ק, דער רבי האט דורש געווען בשלום אביו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו און הרה"ח ר' אלטר משה קליין הי"ו. - הרה"ח ר' עזריאל יודא כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. א מסיבת לחיים לרגל די שמחת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו מנהל בית השחיטה המהודרת קר"י וחבר הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב,עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגה' אדר תשפ"ו2/22/2026
באריכט
מסע קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין עיר האבות סיגוט יע"א לרגל די הילולא קדישא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א, און דערנאך קיין מאנטשעסטער לפאר בראש מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן
מוצש''ק משפטים, זונטאג, מאנטאג תרומה - עיר האבות סיגוט
מוצש''ק ארום 11:00 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום טיטער-בארא עירפארט פון ווי דער רבי אין באגלייטונג פון געציילטע מקורבים ופרנסי הקהלה האבן זיך געהויבן ארום 12:40 מיט א פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין באניע רומעניע.
אויפן פליגער האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין זיינע קביעות'דיגע שיעורים א לענגערע צייט.
ארום 5:00 פארטאגס ניו יארקע זייגער האט זיך דער רבי געשטעלט דאווענען שחרית אויפן פריוואטע פליגער. בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).
ארום 3:30 נאכמיטאג (8:30 אינדערפרי ניו יארקער צייט) האט די פליגער געלאנדעט אינעם באניע לופטפעלד. נאך מסדר זיין די פארמאליטעטן האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג פון ארום איינס אהאלב שעה קיין עיר האבות סיגוט יע"א.
ארום 6:00 איז דער רבי אנגעקומען בעיר האבות סיגוט ווי דער רבי איז תיכף צוגעפארן צום ביהמ"ד עצי התמרים אינעם היסטארישן שוהל הויף, דער רבי האט זיך באגריסט מיטן אנוועזנדן ציבור, און נאך א קורצע צייט געגאנגען אין מקוה.
נאך די מקוה האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל משה ארי' אינעם שוהל הויף, בעל תפילה: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מנהל ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג'. נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען, צווישן אנדערע זענען אריבער פילע אנ''ש פון ארה"ק און אייראפע וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די הילולא קדישא בצל הקודש פון רבינו שליט"א.
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל משה ארי'. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מעריב איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום שלחן הטהור וסעודת הילולא אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ג' און פילע אנ''ש. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות וואס מען פלעגט זינגען ביי רבותינו הק' זיע''א.
ביים אמירת לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו', און נאך די פלייש דערציילט סיפורי קודש, און ארומגערעדט איבער די היסטאריע און די השתלשלות פון די רבנים אין שטאט סיגוט אנגעהויבן ביי זקינו הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א און דערנאך ביי מרן הגה''ק בעל ייטב לב זיע''א און דערנאך ביי מרן הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א ואחריו הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, און דערביי ארויסגעברענגט די כח הנהגה ורבנות פונעם בעל הילולא זיע''א. דער רבי האט ממשיך געווען בקול רגש און געזאגט אז מען גרייט זיך ארויפצוגיין פוקד זיין די ציון הק' וכשם שבא לראות כך בא ליראות... מען קוקט זיך אן און עס כאפט אן א בושה ווער בין איך ארויפצוגיין צום זיידנס ציון, אבער אז מען גייט ארויף אינאיינעם מיט די בחורים טרייסט מען זיך אז אין דעם זכות וואס מען איז ממשיך דעם דרך פונעם בעל הילולא אויפצושטעלן חסידישע בחורים אין דעם זכות קען מען ארויפגיין צום ציון הק' און אויספועלן אלעס גוטס.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז די דיבורים און תפילות פון א צדיק לאזט א השפעה לדורות עולם פאר ווער עס גייט אין זייערע דרכים, און דער בעל הילולא איז זיכער משפיע כל טוב פאר אלע וואס זענען געקומען צופארן פוקד זיין דעם ציון הק' און פאר גאנץ כלל ישראל. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 10:45 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.
מאנטאג תרומה - יומדהל"ק פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א
באשמורת הבוקר ארום 6:00 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה און דערנאך צוריק אריין בביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.
ארום 7:10 איז דער רבי ארויף צופיס צום בית החיים בעיר האבות סיגוט, פוקד צו זיין די ציונים הקדושים פון אבותיו רבותינו הק' העצי התמרים זיע''א, ביומא דהילולא קדישא פון זקינו הגה''ק הקדושת יו''ט זיע''א, אינאיינעם מיט די הונדערטער אנ''ש איינצורייסן למען הכלל והפרט להפקד בדבר ישועה ורחמים. ביים אנקומען אינעם בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכת מחיה המתים, דער רבי איז אריין אינעם אוהל הק' באימה וביראה וברגש קודש און געצינדן פינף ליכט מיט א נשמה לעכט ביי יעדע פון די ציונים פון מרן רבותינו הק' הייטב לב, הקדושת יו"ט, העצי חיים זיע''א, און אויך ביים ציון פון הגה"ק רבי משה יוסף ז"ל אבד"ק אוהעל.
דער רבי איז צוריק צום ציון פונעם קדושת יו''ט און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און נאך עטליכע מינוטן האט דער רבי אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך המקובל פון הגה''ק הישמח משה זיע''א מיט בכיות עצומות, און דערנאך פארגעזאגט די קאפיטלעך תהילים פון ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז כנהוג, און געזאגט די יהי רצון מיט בכיות א לאנגע צייט, און דער רבי האט געזאגט קדיש, און דערנאך געלערנט די משניות און געזאגט קדיש דרבנן. דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת וואס מען זינגט מערערע ניגונים מבית מדרשו פון רבותיה"ק זיע''א, דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פארן גאנצן ציבור צו איבערגעבן קוויטלעך פאר רבינו שליט''א וואס דער רבי האט געליינט און דערנאך אראפגעלייגט ביים ציון הק', און דערנאך האט דער רבי זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' א לאנגע צייט. דאן איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון פונעם ייטב לב זיע''א אראפגעלייגט קוויטלעך און זיך משתטח געווען אויפן ציון הק', און דערנאך ביים ציון פונעם עצי חיים זיע''א.
ארום 8:40 האט דער רבי פארלאזט דעם אהל הק' האבנדיג געפועלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און צוריק שפאצירט צום שוהל הויף.
ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית מעוטף מיט טו"ת, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית לרגל די הילולא קדישא.
- פתיחה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן). - בעל קורא: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו (קר"י). - כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. - לוי: הרב אשר ישעי' הורוויץ הי"ו. - שלישי: רבינו שליט''א. - הגבה: הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו (קר"י). - גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז א דיבור פון א צדיק גייט נישט לריק און פארציילט א מעשה פונעם בעל הילולא וועלכע האט געזאגט אז זיינס א ברכה גייט נישט לאיבוד, אויב נישט תיכף דאן שפעטער, דער רבי האט אויסגעפירט אז דער בעל הילולא בענטשט אלע אידן וואס זענען געקומען אויף זיין ציון און עס איז זיכער אז יעדער האט געפועלט אלעס גוטס, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 1:30 האט דער רבי פארלאזט דעם שוהל הויף אויפן וועג צום באניע לופטפעלד, ווי ארום 3:15 האט זיך דער רבינ'ס פליגער געהויבן ממשיך זיין די נסיעה אויפן וועג קיין מאנטשעסטער לפאר בראש פונעם חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש "היכל לב אהרן".
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מסע קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קיין עיר האבות סיגוט יע"א לרגל די הילולא קדישא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע"א, און דערנאך קיין מאנטשעסטער לפאר בראש מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן
מאנטאג, דינסטאג תרומה - ביקור קודש בעיר מאנטשעסטער
די פליגער האט געלאנדעט ארום 4:15 אינעם מאנטשעסטער עירפארט ווי עס האבן אפגעווארט נכבדי אנ''ש הרבנים הגאונים שליט"א והנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק', אין שפיץ פון הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א, דער ציבור איז אריבער שלום נעמען און דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן אין שטאט א וועג פון ארום 40 מינוט אין די קאר פונעם בונה ההיכל הרבני הנכבד מוה"ר חיים יוסףס גרינפעלד הי"ו מראה"ק צו די אכסניא אין שטוב פון הגה"ח ר' לייבל טויבער שליט"א. נאך א קורצע צייט האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא.
ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה פון מוסדותינו הק', און נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דב"ק בדרוש ואגדה און דברי הדרכה פאר די בחורים ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט פילע פרטים וואס עס פארלאנגט זיך פון א סאטמארע בחור בעניני תפילה, לימוד התורה, חסידות, טעכנעלאגישע כלים, און די גאנצע התנהגות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פארן מנהל הישיבה הר"ר יואל קעללנער שליט"א, פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע תלמידי הישיבה. דערנאך האט דער רבי פארטיילט א גארטל פאר אלע בחורים.
ארום 8:00 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגער שמועס בדברי תורה והלכה, דער רב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מהורדענקא שליט"א בבית מדרשו, עס איז אויך אנוועזנד געווען ח"א הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' אנטווערפען. און נכדו הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א מדייני קהלתינו מאנטשעסטער. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית סיגוט און האדמו"ר מהורדענקא שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו אור יצחק, מען האט אריינגעברענגט מזונות און קוגל און מען האט געזינגען ניגוני ראש חודש, האדמו"ר מהורדענקא האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען ברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
פון דארט איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו הגדול אויף א באזוך אינעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן. דער רבי איז ארום אינעם גאנצן היכל און דערביי געהערט א באריכט פון הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי''ו מראה''ק ובונה היכל המפואר לב אהרן, דער רבי האט שטארק באוואונדערט די שווערע כוחות וואס מען האט אריינגעלייגט צוצושטעלן אלע פרטים אויפן שענסטן אופן כראוי לכבוד התורה ולתועלת פאר די לומדי ההיכל.
ביים ארויסקומען פונעם היכל האט אפגעווארט און שלום גענומען הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א וועלכע איז אריבערגעקומען אינאיינעם מיט פילע אנ''ש תושבי לאנדאן צום מעמד חנוכת הבית וקבלת פנים.
ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן, אינאיינעם מיטן שלחן הטהור לכבוד ראש חודש אין די גיגאנטישע בית יעקב זאלן אין שטאט, במקהלות אלפי אנ''ש פון אייראפע, און פילע רבני ודייני עיר מאנטשעסטער. ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, און געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און זיך דערנאך געוואשן צו די סעודה, מען האט מאריך געווען מיט ניגוני תורה לכבוד המאורע. עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן וועלכע האט געפענט די מעמד מיט פאסיגע דיבורים און אויפגערופן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א בשם קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער בפרט און בשם אלע אנ''ש פון אייראפע.
ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן פאר די אנוועזנדע רבנים און פארן גאנצן ציבור ובמיוחד פאר די בוני ההיכל הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו, וחתנו האברך ר' שמואל בענעדיקט הי"ו.
דערנאך האט דער יושב ראש אויפגערופן הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק' לאנדאן ומגדולי נדבני ההיכל זאל אויפטרעטן לכבוד המעמד און דערנאך אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א, און דערנאך ארויפגערופן די איבריגע שותפים נכבדים פטרוני שם ההיכל אז זיי זאלן קומען אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א, ה"ה הרבני הנגיד ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו, הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו, האברך ר' שמואל בענעדיגט הי"ו, הרה"ח ר' יואל ישראל לעוו הי"ו, הרבני הנגיד ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו, און צום לעצט הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו - בונה ההיכל, און דער רבי האט אים געגעבן א מתנה א זילבערנע האניג האלטער. דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו מראשי חברי הנהלת ההיכל בארה"ב.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק והדרכה, דער רבי האט אנגעהויבן בכבוד אכסניא פון די שטאט מאנטשעסטער מיט אירע חשובע רבנים, בעלי בתים, אברכים, און קהלתינו הק' בפרט, און ממשיך געווען בדברי דרוש ואגדה מיט עטליכע בחינות און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה וואס אין דעם זכות איז געווען די נס פורים און געזאגט אז איינער וואס איז עוסק בתורה טוישט עס די גאנצע מענטש, זיין דאווענען איז אנדערש, און זיין גאנצע התנהגות איז אנדערש, און ארויסגעברענגט די שמחה פונעם מעמד ווי מען באנייט א היכל התורה ספעציעל אויף צום לערנען, עס איז טאקע געבויעט געווארן פאר חברי קהלתינו הק' אבער עס איז געמאכט פאר אלע תושבי העיר, יעדער וואס זיכט א רואיגע פלאץ צו לערנען ערב ובוקר וצהרים איז געלאדענט צו מרבה זיין לומדי תורה, אונז האמיר דאס שוין אויף אנדערע מקומות און עס האט געוויזן אז ישראל קדושים הם און עס איז מרבה לומדי תורה און דאס טוישט יעדעמס התנהגות, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע נגידי קהלתינו הק' וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן אזויפיל געלטער צו מקיים זיין ועשי לי מקדש ושכנתי בתוכם, און אזוי אויך די חשוב'ע עסקני ההיכל ישלם ה' פעלם וצדקתם עומדת לעד, און מסיים געווען בשבח פון קהלתינו הק' און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:40 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
דינסטאג תרומה - א' דר"ח אדר
אינדערפרי איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה אין שטוב פון ב"ג הרה"צ רבי חיים מאיר ערנסטער שליט"א אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער. נאך די מקוה האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר בתו היולדת אשת נכדו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א לרגל הולדת בתה למז"ט.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט הונדערטער אנ''ש און די עלטערע ילדי מוסדותינו הק' ובחורי ישיבתינו הק'.
דער רבי האט געלייגט טו"ת בהיכל הביהמ"ד, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יעקב ארי' לאנגבערג הי"ו (מאנטשעסטער). - ב"ר משה יצחק גליק הי"ו (לאנדאן). - ב"ר משה יודא וויינבערגער הי"ו (לאנדאן). - ב"ר יואל נתן גרינפעלד הי"ו (לאנדאן). - ב"ר חיים אביגדור קארנבלי הי"ו (לאנדאן). - ב"ר משה לייב עפשטיין הי"ו (לאנדאן).
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב ארי' לאנגבערג הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל בהתלהבות אש.
- פתיחה: הרה"ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו (קר"י) מנדבני ההיכל. - בעל קורא: הר"ר יואל קעללנער שליט"א. - כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. - לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען) מנדבני ההיכל. - שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א. - רביעי: רבינו שליט"א. - הגבה: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו (מאנסי) מנדבני ההיכל. - גלילה: הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו (קר"י) מנדבני ההיכל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הר"ר יצחק יעקב ווייס שליט"א בן הגה"צ רבי פנחס שליט"א רב דביהמ"ד טשערנאביל מאנטשעסטער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאך שחרית ארום 12:00 איז דער רבי אראפ אינעם היכל התורה החדש היכל לב אהרן צום מעמד קביעות מזוזה, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן גרויסן שער ההיכל, דערנאך איז דער רבי אריין צום מסיבת לחיים בהיכל התורה, מען האט געזינגען ניגוני תורה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו בשם די וועד בוני ההיכל און האט באגריסט די איבעריגע נדבנים וועלכע מ'האט נישט דערמאנט ביים חנוכת הבית.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א, פאר הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה' און געטייטשט בדרך דרוש ואגדה בעניני לימוד התורה אויף עטליכע אופנים, און דערנאך ממשיך געווען מיט מוסר והדרכה, זיך צו קובע לימוד זיין אינעם היכל התורה, עס איז טאקע א שיין היכל אבער א עכטע שיינע היכל איז ווען עס איז פיל מיט לומדים, זיך אנצושליסן אין איינע פון די חבורות פון קהלתינו הק' יעדער לפי בחינתו, און ממשיך געווען בעניני צו דאווענען על הסדר אנגעהויבן פון ברכות, און דערמאנט די סגולה פון אמירת קטורת, בעניני צניעות ביי אנשים נשים וטף פון קאפ ביז פיס, בעניני טעכנעלאגישע כלים, ועוד, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א געזעגנט פון רבינו שליט"א איידערן אפרייזן קיין ניו יארק צו א חתונה פון אן אייניקל וועלכע איז פארגעקומען מיטוואך אין קר"י. מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו מראה"ק וועלכע האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א בשם די גאנצע קהילה פארן זיך מטריח זיין בטירחא דגופא אהערצוקומען מחזק זיין קהלתינו הק'. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף בהיכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים דורך די ילדי מוסדותינו הק' פון אלע יארגענג, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א, פאר הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א מדייני קהלתינו הק' און פאר אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק והדרכה. דערנאך האט מען איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מתנה פון אריבער פיר טויזענט שעות רציפות וועלכע איז געלערנט געווארן דורך די עלטערע תלמידי המוסדות אלץ הכנה צום ביקור קודש, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א תהילים פאר אלע תלמידים. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום בנין הבית רחל ווי אלע תלמידות זענען געווען פארזאמלט בחצר הבנין, און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק בעניני צניעות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הגה"ח ר' לייבל טויבער שליט"א.
ארום 2:45 האט זיך אנגעהויבן זמני כניסה ווי אנ''ש האבן געהאט די געלעגנהייט אריינצוגיין בקודש פנימה בפו"פ לברך ולהתברך לויט א ספעציעלן סדר. בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון ר' חיים היימליך שליט"א ראש הדיינים בקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 5:30 האט דער רבי פארלאזט די אכסניא און אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו מראה"ק ובונה ההיכל ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: ר' אלחנן טויבער הי"ו (לאנדאן).
נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צו א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט די נדבנים פטרוני שם ההיכל התורה און ראשי קהלתינו הק' מאנטשעסטער, מען האט געזינגען ניגוני ראש חודש און עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים. עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יואל ישראל לעוו הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' און הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א מדייני קהלתינו הק', וועלכע האבן ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' און בפרט די פילע פעולות פונעם בעל אכסניא הרה"ח ר' חיים יוסף הי"ו לטובת קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער. מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרייבער הי"ו פון לאנדאן. שושנת יעקב: הגה"ח ר' לייבל טויבער שליט"א.
צום בענטשן איז אריבערגעקומען הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד.
מיטן ברהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען דער בעל אכסניא הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו.
ביים ענדיגן האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר האברך ר' שמואל בענעדיקט הי"ו מראשי עסקני קהלתינו הק' ובפרט פארן היכל התורה החדש, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 7:00.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די זמני כניסה פאר ביז ארום 8:15. בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הנגיד הנכבד הרה''ח ר' יחזקאל שרייבער הי''ו פון לאנדאן האט אפגעקויפט א גרויסע זכות פאר א ריזן סכום אינעם היכל התורה 'לב אהרן', דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הגאון רבי גבריאל קנאפפלער שליט"א ראש ישיבת שערי תורה בעיר מאנטשעסטער יצ"ו אינאיינעם מיט הנגיד המרומם הרב יהושע עוזר האלפערן הי"ו מראה"ק מחזיקי הדת בעיר מאנטשעסטער יצ"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני העיר און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בפו"פ הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 8:20 האט דער רבי פארלאזט די שטוב אויפן וועג צום עירפארט.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים בנין הת"ת 'בנין ווידער' ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה אויפן נייעם חלק פונעם בנין וואס די ת"ת האט לעצטנס אפגעקויפט, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג 'שער ראזענבערג' און דערנאך אריין אינעם בנין אויף א קורצע מסיבת לחיים. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר אלע חברי הנהלת המוסדות און די עסקנים. מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו און דער רבי האט ממשיך געווען די וועג צום לופטפעלד.
ארום 9:00 איז דער רבי אנגעקומען אינעם עירפארט, און דער רבי איז אריין אין א זייטיגן צימער ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים מיטן אנוועזנדן ציבור. ארום 9:30 איז דער רבי ארויף אויפן פריוואטן פליגער און נאך א קורצע צייט האט זיך די פליגער געהויבן אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק.
א קורצע צייט נאכן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מעריב אויפן פליגער. אויפן פליגער האט דער רבי עוסק געווען אין זייער שיעורים א לענגערע צייט, און שפעטער האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט די מיטרייזענדע איבער פארשידענע היסטאריע קאפיטלך בקורות עם ישראל.
ארום 12:00 האט דער פליגער געלאנדעט אינעם טיטער-בארא עירפארט און נאכן מסדר זיין די פארמאליטעטן איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י. דער רבי איז אנגעקומען אהיים ארום 1:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך תרומה - ב' דר"ח אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר מאיר יעקב כהנא הי"ו. - ב"ר יואל דוד ליסטיגמאן הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און נאכן עולה זיין גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון די קורצע נסיעה בעיר האבות סיגוט יע"א /מאנטשעסטער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. דערביי האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט לימודי שעות רציפות במשך די ימי השובבי"ם העעל"ט.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף זיין וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' ליפא בר"ש האלפערט הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו און הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א אפנעמען א ברכת מזל טוב לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט וועלכע איז פארגעקומען אויפדערנאכט אין קר"י, דער רבי האט אויסגעדריקט זיין התפעלות פון קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער און משבח געווען דעם נייעם היכל התורה וועלכע איז א כלולת יופי לכבוד התורה ולומדיה און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:20 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה ישראל וויינבערגער הי"ו און הר"ר יואל בר"מ סימאן שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
דאנערשטאג תרומה
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן. - לבן הנולד אצל ר' יעקב שמחה שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' אלי' בלייך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד שכונת זרע קודש.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
ארום 5:30 איז דער רבי אנגעקומען אין מאנסי צום מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית פאר בית מדרשינו החדש 'לב אהרן' בשכונת וועסט מעיפל, נדבת הרבני הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו. דער רבי איז אריין אינעם אינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פראכטפולע מקוה, חדרי התפילה, בית הוראה, און די שמחה זאל וואס איז געבויעט געווארן פאר די תושבי השכונה, און דאן ארויף צום אויבערשטן שטאק און קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג. דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: ר' בערל ראזענפעלד הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט א סיום כתיבת ספר תורה דורכן נדבן ופטרון הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו און איז אריינגעגעבן געווארן דעם שב"ק בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט, מען האט אריינגעברענגט די ספר תורה און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, פארן נדבן הביהמ"ד ובני משפחתו, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה' און ארויסגעברענגט אז יעדע ביהמ"ד פארמאגט קדושת ארץ ישראל, און ממשיך געווען בשבח פון קהלתינו הק' אין מאנסי מיט אירע פילע בתי מדרשים און ערליכע בעלי בתים, און דאס נייע ביהמ"ד וועט אי"ה זיין א שיינע רינגעלע אינעם קייט פון קהלתינו הק', און מאריך געווען בשבח פונעם חשובן נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו וועלכע האט אויפגעשטעלט אזא שיין ביהמ"ד, און דאס איז חוץ זיינע פילע פעולות לרומם קרן קהלתינו הק', און זיינע פילע פעולות לטובת די ישיבות קטנות אין מאנסי ווי מען בויעט יעצט א נייעם בנין פאר די ישיבות, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דערנאך ממשיך געווען מיט ההדרכה פאר אנ''ש זאגענדיג אז מאנסי איז א עיר רבתי, רבתי בעם ורבתי בדעות, און מעורר געווען נאר צו דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים און שיקן אין אונזערע ישיבות און אזוי זיך קענען האלטן בהשקפה הטהורה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה מיט די ספר תורה און געטאנצן מיט די אפענע ספר תורה א לענגערע צייט, מיט גלילה איז מכובד געווארן אביו הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיט די ספר תורה פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, דער נדבן הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו, אביו הרה"ח ר' מענדל הי"ו, און מּחמיו הרה"ח ר' נפתלי שעהנפעלד הי"ו, צו טאנצן מיט די ספר תורה. אויפן וועג ארויס האט דער רבי מכבד געווען דער נדבן צו קובע זיין א מזוזה אויף איינע פון די טיהרן. מען האט געענדיגט ארום 7:00.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו יו"ר הנהלת מרכז עזרה ויעוץ בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די ביטערע מצב פון גזירת גיוס בני ישיבות בארה"ק, האדמו"ר מבוהוש שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א. ארום 7:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.
ביים אנקומען אין קר"י האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יוסף סרוגא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק בשכונת חתם סופר אין מּקר"י המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית טשערנאביל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הר"ר יצחק טווערסקי שליט"א און הר"ר לייבוש טייטלבוים שליט"א בן /חתן הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו /בנו וועלכע קומט פאר דעם מאנטאג תצוה אין שיכון סקווירא און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ הרה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בן האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר דעם מאנטאג תצוה אין לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו. - הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א און הרה"ח ר' משה ברי"ש ווייס הי"ו.
אויך זענען אריין בקו''פ חברי וועד הקריאה שע"י חומת העיר, הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קר"י ומו"ץ בקהלתינו הק', הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א, הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א, הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א, און הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו, דער רבי האט געהערט א לענגערע באריכט פון די פעולות הוועד און אויסגעשמועסט פילע הוראת והדרכות און מאציל געווען מברכות הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
פרייטאג ערש''ק תרומה
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ברי"א בערקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר זאב פאלאטשעק הי"ו. - ב"ר מאיר זאב מענדלאוויטש הי"ו. - ב"ר שרגא פייש הערצאג הי"ו. - ב"ר מיכאל איצקאוויטש הי"ו. - ב"ר משה אלי' גראס הי"ו. - ב"ר יוסף אלי' אפענהיים הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען חתנו הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א היושב ע"פ אמו הרבנית הצ' מסיגעיט ע"ה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון שנת האבילות און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ די קינדער יתומים און די עסקנים פון די אור חדש ארגענעזאציע וועלכע האבן אפגעראכטן א שבת התחזקות אין די קעטסקילס, דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די יתומים און אלע קינדער זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, און דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר די עסקני אור חדש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ו שבט תשפ"ו2/13/2026
בילדער · 6
הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, אינאיינעם מיט עטליכע עסקני מרכז עזרה ויעוץ פון אמעריקע, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
מיטוואך משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דינסטאג אויפדערנאכט בעת די זמני כניסה האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען הרבנים הגאונים שליט"א בני הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ר"י הרמה לאנדאן.
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' שבתי ראזענוואסער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד ברוך ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן דאס קאפל און ציצית, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חאלאקע אינגל און פאר בנו הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א ובני משפחתו. דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ.
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל טעללער הי"ו. - הרה"ח ר' נפתלי יעקב גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' שלמה פנחס שעהנברוין הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
דאנערשטאג משפטים
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה הלל גליק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יואל חיים אברהם בער לעבאוויטש הי"ו. - ב"ר חיים יעקב מרדכי זופניק הי"ו. - ב"ר אברהם מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 3:50 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צום "מעמד יום האיחוד" פון די קרוב צו טויזענט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה קטנה פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק. דער רבי האט געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, און נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד פארנט פונעם ארון הקודש, מען האט געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים און איינער פון די בחורים האט פארגעזינגען חרוזים, דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה, התחזקות ללימוד התורה, און ארומגערעדט איבער וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן געבענטשטע מטבעות פאר די מנהלים אפצושיקן צו פארטיילן פאר די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון ארה"ק און אייראפע. מען האט געענדיגט ארום 5:20.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים. - הרה"ח ר' מרדכי יחזקאל לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יואל צבי הירשפעלד הי"ו. - הרה"ח ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, וועלכע געפינט זיך יעצט אין אמעריקע צוליב א משפחה ביקור חולים באזוך, אינאיינעם מיט עטליכע עסקני מרכז עזרה ויעוץ פון אמעריקע.
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לעצטערע אנטוויקלונגען בנוגע די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות אין ארה"ק ווי פילע בחורים ווערן ארעסטירט וועכענטליך, און מאמענטאל געפינען זיך קרוב צו הונדערט טויזענט! בחורים און אינגעלייט אין א מצב פון משתמטים און קענען האבן פראבלעמען טאג טעגליך, דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג איבער די וואס ווילן מאכן פשרות בנוגע די גזירה וואס דאס ברענגט אריין א קאלטקייט און א הכשר ביי די שוואכערע בחורים, און דאס ברענגט אז ליידער שטעלן זיך פילע בחורים פון אלע קרייזן צום טמא'נע מיליטער ה"י, דער רבי האט שטארק מחזק געווען די פעולות לטובה פונעם מרכז און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ה כסלו תשפ"ו12/15/2025
באריכט
דינסטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר שמעון דוב בראנסדארפער הי"ו. - ב"ר יואל פעקעטע הי"ו. - ב"ר יואל בר"א ווייס הי"ו. דערנאך האט דער רבי געצינדן ליכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק המגיד ממעזריטש זיע''א
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק פאגעל הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דער בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.
ארום 3:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי אראפ אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די תלמידי ישיבות דרך התורה און שביל התורה וועלכע שטייען בראשות הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ און זיך געוואשן צו די שבע ברכות, במשך די שבע ברכות האבן די מנהלים הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א און הר"ר יואל ניימאן שליט"א פארגעשטעלט פארשידענע שאלות פאר רבינו שליט"א בעניני השקפה און חסידות וואס זענען נוגע פאר בחורים און דער רבי האט משיב געווען און אויסגעשמועסט די ענינים בטוב טעם ודעת, דערנאך האט משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו אויפגעטרעטן מיט א דרשה און ארויסגעברענגט די הכרת הטוב וואס אלץ א טאטע פון א בחור אין איינע פון די ישיבות האט ער א ספעציעלע הכרת הטוב פארן רב שליט"א וועלכע לייגט אריין אזויפיל כוחות אין די ישיבה, טראץ וואס דער רב שליט"א איז א פארנומענע מענטש און האט מוסדות אין ישיבות פון טויזענטער קינדער און בחורים אין וומסב''ג אבער דאך גיבט דער רב אוועק אזויפיל צייט און שאפט אליינס די ריזיגע סכומים פאר די ישיבות להרמת קרן התורה.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק א דרוש בעניני נשואין, און ממשיך געווען מיט הדרכה ומוסר בנוגע לימוד התורה, יגיעת התורה, עבודת התפילה, נזהר זיין במידת האמת, ערליכע ניגונים, און נאך פארשידענע ענינים, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט הר"ר שלום יעקב וואזנער שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה. - ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. - ברכות ראשונות: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א. - ברכה אחריתא: הר"ר יואל ניימאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:30.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
מיטוואך פרשת וישב
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יודא אשר ב"ר אליעזר ראטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר משה יוסף עהרנפעלד הי"ו. - ב"ר יושע מרדכי דאנציגער הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות האט זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט רבינו שליט"א הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, אפצונעמען ברכת הקודש לקראת די עפענונג פון א נייע פארברייטערטע אפיס פונעם מרכז אין בני ברק וועלכע וועט בעז"ה געעפנט ווערן תיכף נאך חנוכה אין א נייע גרויסע פלאץ מיט א פארברייטערטע שטאב פון מצילים זיך צו קענען אפגעבן מיט די פארמערטע פראבלעמען וואס די טמא'נע מיליטער מאכט פאר היימישע בחורים, נאך די פערזענליכע בקשה פון רבינו שליט"א בעת די מסע הקודש אין ארה"ק צו פארברייטערן די פעולות פונעם מרכז בעיר בני ברק צוליב די פארשארפטע מצב פונעם גזירת הגיוס און די גרויסע פארלאנג און נאכפראגע פון די טויזענטער בני ישיבות פון בני ברק. רבינו שליט"א האט זיך באדאנקט פאר ר' שמעון שליט"א פאר זיין הילף פאר עטליכע בחורים מאנ"ש וועלכע האבן ב"ה באקומען א פטור דורכ'ן מרכז, און איבערגעשמועסט דעם ביטערן מצב הגיוס, און בפרטיות די מצב פון עטליכע בחורים מאנ"ש וועלכע זענען נאך דערווייל ליידער פארפלאנטערט מיט די טמא'נע מיליטער, און שטארק מאציל געווען מברכת קדשו פאר ר' שמעון שליט"א און פאר אלע מצילים.
ארום 7:15 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו אין קר"י אויף א מסיבת לחיים לרגל נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דערביי האט ר' אברהם יודא הי"ו געוויזן פאר רבינו שליט"א פארשידענע אנטיק ספרים וכתבי ידות וואס ער האט באוצרו, צווישן אנדערע די 'גנזי יהודה' פראיעקט וואס ער האט ארויסגעגעבן לכבוד די חתונה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכענט געווארן דעם 81'טע יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א ביים צענטראלן מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה בליל ההודאה מוצש''ק כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל אין שפיץ פון צענדליגער רבניים ודיינים שליט''א ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אינעם גיגאנטישן ריזן העכער 80 טויזענט סקווער פיס 'בנין ההודאה' וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג, קאמבאנירט מיט'ן דינער 'גדלו והצליחו' לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר
דער ריזן בנין ההודאה איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום.
לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ארויסגעקומען א גאר רייכע קובץ 'אור מופלא' הערליך צוזאמגענומען מיט מערערע מאמרים און ארטיקלען פונעם גאנצן היסטארישן מסע הקודש פון רבינו שליט''א קיין ארה''ק און דעם געהויבענעם שב''ק באתרא קדישא מירון, און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב''ג.
דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער בעל מנגן נפלא הרב ישראל אדלער הי''ו פון ארה''ק, און ר' מנחם דוד מאשקאוויטש הי''ו, באגלייט דורך די בארימטע חברה שירה און אנגעפירט דורכן דעם בארימטן מנצח על כלי שיר ר' יואל פישער הי''ו.
אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרב הגאון ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג, וועלכע האט בטוב טעם ודעת אנגעפירט דעם געהויבענעם מעמד און אויפגעטרעטן לכבוד היום.
ארום 9:30 האבן אלופי אלפי אנ"ש געהאט די זכי' מקבל זיין פני קדשו פון מרן רבינו שליט''א, דער רבי איז אריינגעקומען אין דער ציבור האלפים האט אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין 'חסדי השם' על הנסים שעשית בימים ההם ובזמן הזה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן און פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה פאר לענגערע מינוטן לכבוד היום חסדי ה', בך בטחו.
דערנאך האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד היום, און נאך די פיש געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פאר די רבבות ישראל, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ אויף ניגוני הודאה.
אלץ נואם הכבוד האט געדינט הגה"צ רבי מתתי דייטש שליט"א גאב"ד שכונת רמת שלמה בירושלים עיה"ק,
במשך דעם מעמד האט אויפגעטרעטן מיטן דבר הנהלת המוסדות הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו און ארויסגעהויבן די פולע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק' בוומסב''ג, אזוי אויך האט הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הי"ו מפני כבוד המלכות באגריסט די פאליטישע באאמטע וועלכע זענען געקומען ארויס צו ווייזן זייער שעצונג צו קהלתינו הק', צווישן אנדערע די ניו יארק סיטי מעיאר עלעקט זאהאראן מאמדאני, און אזוי אויך פארגעליינט א בריוו פונעם הויכגעשעצטן פרעזידענט טראמפ יר"ה וועלכע איז געשיקט געווארן לכבוד המעמד.
דערנאך איז פארגעקומען א פרעזענטאציע 'שלהבת מירון' דורך הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו ווי ער האט פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים איבער די 50 העכערער שעות אין אתרא קדישא מירון.
ארום 11:00 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די דב"ק והדרכת השנה, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי אגדה בעניני הודאה און ארויסגעברענגט אז ווען מען לויבט הקב"ה מיט א רבים דעמאלטס קען מען לויבן אפילו מען איז נישט ראוי, 'אודה ה' בכל לבב בסוד ישרים ועדה', די חיוב הודאה וואס ליגט אויף יעדעם איינעם צו הקב"ה מיט די הצלה פון רביה"ק זיע''א ווען מען זעט די תורה אימפעריע וואס ער האט אויפגעשטעלט איבער די גאנצע וועלט, און אין די זעלבע צייט ליגט א פליכט אויף אונז צו פארברייטערן די אלע פעולות מיטן אויפשטעלן נאך בתי מדרשים, נאך בתי חינוך, מרבה צו זיין מיט גמילות חסדים, און גיין אין זיינע דרכים אין אלע ענינים, שטיצן מוסד הק' קרן הצלה וואס ער האט אויפגעשטעלט בשאירת כוחו, און ארויסגעברענגט לשבח און זיך ווארעם באדאנקט פאר די חשובע נגידים מאנ"ש וועלכע האבן מנדב געווען דעם ריזן סכום פון א מיליאן דאלער פאר קרן הצלה וואס דער רבי האט איבערגעגעבן פאר די חברי הבד"ץ ביי די נסיעה אין ארה"ק. אזוי אויך דארף מען זיכער מאכן זיך צו פירן בעניני צניעות אויפן שטערקסטן פארנעם, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די נייע תקנה אין די בית רחל אין וומסב''ג צו איינשטעלן די ספעציעלע צניעות'דיגע בגדים פאר אלע תלמידות. דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די שווערע מצב פון די טייערע דירות אין וומסב''ג ווי מען צאלט ריזיגע סכומים פאר א קליינע דירה, און דאס איז חוץ די רוחניות'דיגע פראבלעמען, עס איז געקומען די צייט זיך אוועקצוציען צו אנדערע מקומות! און עס ליגט א פליכט אויף די עלטערן צו מחזק זיין די קינדער זיך אוועקצוציען פון וומסב''ג, און דערביי שטארק מחזק געווען די תקנה פון די דירות פרייזן אין קר"י און שטארק אויפגעפאדערט אז קיינער זאל נישט צאלן מער ווי דריי הונדערט דאלער א סקווער פיס אין קרית יואל, און צוויי הונדערט פיפציג דאלער אין קרית יואל המורחבת, און געזאגט אז ווען מען מופט אריבער צו קרית יואל המורחבת זאל מען נעמען אין אכט די טייערע סקול טעקסעס מיט די אנדערע טעקסעס וואס קומט צו, וואס די מעקלערס פארציילן דאס נישט. דערביי האט דער רבי מעורר געווען אז די שטאט קרית יואל און די זעלבע קרית יואל המורחבת האט רביה"ק בעל הנס זיע''א אויפגעשטעלט אז מען זאל האבן א אפגעטיילטע פלאץ פון אנדערע דעות בעניני השקפה און עס ליגט א פליכט אויף אונז דאס אפצוהיטן, און עס טוט זייער וויי אז עס זענען דא מענטשן וואס טוהן פעולות אהינצוברענגען פרעמדע קהילות וואס פארמאגן א אנדערע השקפה ווי אונז בעניני התבדלות פון טומאת הציונית, און זיי זאלן וויסן אז רביה"ק זיע''א איז זייער מקפיד אויף דעם ויהא זהיר בגחלתן.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די דערהויבענע מסע הקודש אין ארה"ק, בשבח פון די נוסעים וועלכע זענען געפארן מיט א דערהויבנקייט און ערנסטקייט, און א גרויסע טייל זענען געפארן נאר צו רבי שמעון און אהיים, און נישט געפארן אויף קיין שום אנדערע פלעצער, דאס איז נראה וניכר אז דאס איז פירות פון תלמידיו פון רביה"ק זיע''א וואס פירן זיך מיט די שיטה הק' פון ויואל משה און עס איז געווען א שטארקע כבוד פאר רביה"ק זיע''א און פאר די שיטה הק'. און ממשיך געווען איבער די חשיבות פון קהילתינו און מוסדותינו הק' אין ארה"ק כולו נאה וכולו יאה, און איבער די גזירות הגיוס וואס מען האט מיטגעהאלטן פערזענליך די ביטערע מצב, די איינציגסטע אדרעס ווי מען ווענדט זיך איז מרכז עזרה ויועץ און מען וואונטשט זיי גרויס הצלחה ביי זייערע פעולות לטובה, און שטארק ארויסגעטרעטן קעגן די וואס ארבעטן צו מאכן פשרות, מען האנדלט מיט אידישע נפשות, זה חי וזה ימות, און עס ליגט א פליכט אויסצושרייען א זעקה גדולה ומרה און מען האפט און מען בעט זיי ח"ו נישט צו מאכן קיין פשרות מען איז מתפלל אבינו מלכינו הפר עצת אויבינו. אזוי אויך האט דער רבי מיטגעטיילט זיין פערזענליכע עדות איבער די אמעריקאנע בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל ווי זיי דרייען זיך אויף די גאסן בייטאג און ביינאכט און דאס קומט פון א תוצאה פון אוועקשיקן די בחורים יונגערהייט צו אנדערע ישיבות וואס דאס ברענגט אז ווען מען ווערט עלטער פארט מען לערנען אין ארץ ישראל, והחכם עיניו בראשו. דערנאך האט דער רבי גערעדט בשבח מוסדותינו הק' אין וומסב''ג און פון די הנהלת המוסדות וועלכע שטייען בראש און שאפן די גרויסע געלטער, און דערמאנט לשבח די חשובע משפחת ריספלער החשובה וועלכע האבן זיך אינטערגענומען אויפצובויען די נייע בנין הבית רחל וואס איז שוין דער דריטער בנין וואס זיי זענען מנדב און דער רבי האט זיי אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השבע ברכות בבית רבינו - שמחת החתונה פונעם ערשטן אור אייניקל. ברכהמ''ז: הגה"צ גאב"ד שכונת רמת שלמה שליט"א, און מיט די שבע ברכות גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:50 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
דאנערשטאג וישב - כ"א כסלו
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם אייזנבאך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 4:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת קליין ווי עס איז פארגעקומען די סעודה לכבוד כ"א כסלו דורך די אריבער 1,500 תלמידי המתיבתא אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכות רבתי לרגל נישואי נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א הכלה בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, עב"ג הבה"ח הרב אלטר יצחק שליט"א ממציוני תלמידי ישיבתינו הק' בקרית יואל. ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך דערנאך געוואשן צו די סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבח והודאה לכבוד היום, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבה, וועלכע האט ארויסגעברענגט די קשר פון רבינו שליט"א מיט די תלמידי הישיבה און דערביי איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מנחת ביכורים א רשימה פון די שעות רצופות וואס די בחורים האבן געלערנט במשך די צוויי וואכן פון די מסע הקודש קיין ארה"ק כבקשת רבינו שליט"א ביים מעמד צאתכם לשלום איידערן אפרייזן קיין ארה"ק, דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר די בחורים המציונים א פלעשל אויל פון די אויל פון וואס דער רבי האט אפגעשיידט תרומות ומעשרות אין ארה"ק. הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו וועלכער האט מיט זיין לשון לימודים געדינט אלץ יו"ר און האט שוין געהאט געגעבן פאר די בחורים א לענגערע קאפיטל אין היסטאריע איבערן רבינ'ס הצלה, האט יעצט ווידער אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה. פארן זמן האט מען געבענטשט. - מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל החתן שליט"א. - ברכות ראשונות: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. - ברכה אחריתא: הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בעניני הודאה און ארויסגעברענגט אז א ריכטיגע הודאה איז נאר ווען עס איז אויך דא א קבלה טובה על העתיד, און דאס דארף יעדע בחור וויסן כ"א כסלו ווען מען גיבט א שבח והודאה צו הקב"ה אויפן עבר דארף מען מאכן קבלת טובות אויפן עתיד, מיט מער לימוד התורה, מער יגיעת התורה, און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה וועלכע זענען ביים נסיעה אין ארה"ק אנגעגאנגען מיט די לימודי הישיבה כסדרן, און מען קען זאגן אז דאס אז די נסיעה איז געווען מיט אזא הצלחה למעלה מן המשוער איז אין זכות פון דעם אז די בחורים זענען געזיצן און עוסק געווען בתורה מיט התמדה און מוסיף געווען מיט לימוד שעות רציפות. דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און פארציילט עטליכע סיפורים איבער די קשר פון רביה"ק זיע''א מיט די בחורים. דער רבי האט ממשיך געווען אין געזאגט אז די וואך ביי א שבע ברכות מיט די אינגערע בחורים האט מען דארט אנגעפרעגט א האקעלע שאלה בנוגע צו בחורים זאלן לערנען ליקוטי מהר''ן, און דער רבי האט זיך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס איבער די נושא פון ברסלב ובפרט איבער לערנען ליקוטי מהר"ן און איבער פארן ראש השנה קיין אומאן. דער רבי האט פארציילט עטליכע סיפורים פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א איבער די נושא און דעת קדשו אז "הרה"ק רבי נחמן מברסלב זיע''א איז געווען א קדוש עליון און זיין ספר איז אויך הייליג אבער דאס איז נישט געמאכט פאר אונז בחורים, אזוי ווייט אז דאס קען אראפפירן א בחור פון ריכטיגן דעת"... עכל"ק פון רביה"ק זיע''א, און דאס זעלבע מיטן פארן ראש השנה קיין אומאן וואס הגם סאיז אויך דא חסידים ואנשי מעשה ברסלבער חסידים וואס פארן, אבער דאך איז דא א גרויס חלק וואס פארן מיט די מיינונג אז מען קען א גאנץ יאר טוהן וואס מען וויל און מען וועט פארן ראש השנה קיין אומאן און זאגן דעם תיקון הכללי און מיט דעם וועט מען פטור ווערן פון אלעם, דאס איז א סכנה גדולה און נישט געמאכט פאר פשוטי עם, ובפרט אז פילע פארן אהין אראפ צו ווארפן דעם עול און ערנסטקייט פון ראש השנה.
דערביי האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א צו איבערגעבן א מעשה כלי ראשון וואס בדידי' הוא עובדא וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט אים געזאגט בנוגע די נושא, און דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און אויפגעפאדערט די בחורים זיך נישט אריינצולייגן אין די זאכן, און דערנאך מכבד געווען הרה"ג ר' דוד גליק שליט"א צו איבערגעבן וואס ער געדענקט וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט איבער די נושא. מען האט געענדיגט ארום 6:00 אזייגער.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' יואל בר"ה פייערשטיין הי"ו און הרה"ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ש ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען בקודש פנימה די תנאים ליינען פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל שלום אונגאר הי"ו און הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.
ארום 9:45 איז דער רבי אראפ אינעם זאל ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים: - הר"ר ברוך שווארטץ שליט"א און הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א. - הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"וו פארקאש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער צו די שמחת השבע ברכות אין ביהמ"ד ציעשנוב לכבודו פונעם רב הביהמ"ד הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א לרגל נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט די זיידעס הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, און הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס שליט"א, און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די גאנצע אויבנאן און עקסטער מיטן חתן. דערנאך האט מען געבענטשט און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות. מען האט געענדיגט ארום 12:00.
פרייטאג ערש''ק וישב
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר שמואל ווייס הי''ו. - ב"ר מאיר זאב מענדלאוויטש הי''ו. - ב"ר יצחק אייזיק שווארץ הי''ו. - ב"ר יואל ב"ר בערל פאלאטשעק הי''ו. - ב"ר אליעזר עמרם פריעד הי''ו. דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי יואל אשכנזי זצ"ל אב"ד זלאטשוב, חותן המלך פון הגה''ק בעל קדושת יו"ט זיע''א. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי' כסלו תשפ"ו11/30/2025
בילדער · 7
המשך ביקור המרומם פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ארה''ק - מיטוואך ויצא. מסיבת לחיים בבית האכסניא לרגל נישואי בנו פון הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א, ראש המצילים פון מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית.
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון
מיטוואך פרשת תולדות - הר הצופים, בית שמש, ירושלים
אינדערפרי נאך די מקוה אום 8:50 האט רבינו שליט"א פארלאזט בית האכסניא אויפן וועג צו הר הצופים מול מקום המקדש, ווי דער רבי איז אנגעקומען אום 9:05. רבינו שליט"א איז ארויף אויפן ספעציעלע פלאטפארמע ווי רינגס ארום זענען געווען שווערע הונדערטער אנ''ש מרחבי ארה"ק און אויך האט זיך שוין אהנגעזעהן פרישע געסט פון חוץ לארץ, מען האט געזינגען מערערע נגוני גלות וגאולה אמונה בביאת המשיח בשעת דער רבי האט מאריך געווען בדמעות בצפייה לגאולה. דערנאך האט מען געזאגט די קאפיטלעך תהילים און דער רבי האט געריסן קריעה און געזאגט דעם ברכה דיין האמת און אויסגעבראכן אין שטורמישע בכיות בבכי ומספד וועלכע האט אויף געציטערט די הונדערטער באטייליגטע. נאך לענגערע מינוטען ביים פארענדיגן האט דער רבי נאכגעזאגט אז עס שטייט 'שישו אתה משוש כל המתאבלים עליה' אז אויב פרייט מען זיך שוין יעצט מיט די גאולה העתידה וועט מען זוכה זיין זיך צו קענען פרייען ביי די גאולה השלימה, און דער רבי האט אנגעהויבן זינגען דעם ניגון 'יבנה המקדש' און מיט גרויס שמחה ארויס אין א פייערדיגע טאנץ אויפן פלאץ ברגשי געגועים.
נאכן מעמד ארום 9:45 האט רבינו שליט"א פארלאזט הצופים אויפן וועג קיין בית שמש ווי דער רבי איז אנגעקומען אום 10:25.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען בבית מדרשינו אין שכונת רמת אברהם אין בית שמש צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי מוסדותינו הק', און צום ערשט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פון קינדער מיט א שטארקע קורת רוח און ארום צווישן די טישן און פארהערט די קינדער.
דערנאך האט דער רבי געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שמואל הירש הי"ו (בית שמש). בעל תפילה: ר' שמעון יאזשעף הי"ו (בית שמש)
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הת"ת, די קינדער האבן פארגעזינגן עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, און דערביי פארגעשטעלט די השתלשלות פון די מוסדות וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן דורך רבינו שליט''א, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר אברהם מאיר דירנפעלד שליט''א וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט''א בשם די תלמידי המוסדות און דערנאך איבערגעגעבן פארן רבין א קוויטל כוללות פון די שעות רצופות מיט וואס די קינדער האבן זיך געגרייט צום געהויבענעם באזוך. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מנהלים און מלמדים און פאר די הנהלת הת"ת פון בית שמש און פון חוץ לארץ, און משמיע געווען דב''ק הדרכה פאר די קינדער און מחזק געווען די הנהלת המוסדות פון בית שמש און חוץ לארץ וועלכע געפינען זיך אין ביהמ''ד און געוואונטשן פאר די מוסדות "זה הקטן גדול יהיה" און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די מלמדים און קינדער. דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע קינדער. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום שכינותדיג'ן ביהמ"ד קהל חסידים בשכונת רמת אברהם בראשות הגאון ר' אשר אולמאן שליט''א, ווי עס איז פארגעקומען א יציקות הבורות פאר די נייע מקוה וואס ווערט געבויעט נעבן ביהמ"ד, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען דעם רב הביהמ"ד צו גיסן, און דערנאך אריין בהיכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וקבלת פנים, מען האט געזינגן עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אביעזר שפירא הי"ו מגדולי תומכי כוללינו אין בית שמש, עס האט אויפגעטרעטן ר' אביעזר הי"ו און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך בבנין מוסדותינו הק', דער רבי איז אריין אין אלע כתות אויף אלע שטאקן און פארהערט די קינדער די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו מראה"ק והמוסדות.
ארום 3:30 האט דער רבי אנגעהויבן זמני כניסה פאר אנשי שלומינו תושבי בית שמש, עס האט זיך געשלענגלט א לאנגע שורה ווי דער רבי האט אויפגענומען פאר קרוב צו 3 שעה נאכאנאנד להפקד בדבר ישועה ורחמים.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת ראזענבוים - מחסידי גור בית שמש, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, בעל תפילה: ר' יוסף חיים דאנציגער הי"ו. נאך מנחה זענען אריין בקו''פ בחורי שלומינו פון בית שמש, דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה, און פארטיילט ספרו אמרא טבא פאר די בחורים.
ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אין בית מדרשינו אהל יהושע צום מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך חברי קהילתינו הק' לע"נ רבותינו הק' זיע''א. מען האט געזינגן ניגוני התעוררות, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו מגדולי נדבני הספר תורה. דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען הגאון הגדול ר' שמואל בראנסדארפער שליט"א חבר הבד"ץ צו טאנצן מיטן ספר תורה, און הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהילתינו ב"פ וועלכע האט ארויסגעפירט די ספר תורה פון ביהמ''ד.
פון דארט ארום 8:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' נתן קופשיץ שליט"א גאב''ד קרית נחלה ומנוחה בית שמש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני ברית מילה, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א בית שמש וחבר הבד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה''ק, עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס איבער הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט אין די טעג, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און פאר חתנו האדמו"ר מנדבורנא בית שמש שליט''א, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי ש"ב כ''ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער זכרונות לבית וויזניץ, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען צום הכנסת ספר תורה דורך קהלתינו הק' לע"נ רבותינו הק' זיע''א, אין א ספעציעלע ארויסגעדינגענע זאל, דער רבי האט איבערגענומען דעם ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין א זייטיגע שטוב און געדאווענט תפילת מעריב, בעל תפילה: ר' שלום בר"י מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).
ארום 10:00 אויפדערנאכט איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אינעם זאל צום מסיבת לחיים לרגל הכנסת ספר תורה. ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען צווישן אנדערע כ''ק אדמו"ר מוויזניץ בי"ש שליט"א, כ''ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, און נאך פילע רבני העיר. עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט''א, און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די קהילה און פון די מוסדות וועלכע שטייט היינט אינעם יובל העשור, א פלאץ וואו רבינו שליט"א האט אליינס אויפגעשטעלט מוסדות און איז נישט געווען בעפאר דעם. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און משלב געווען סוף התורה לתחילתה און ארומגערעדט לענגערע הדרכה פאר אנ"ש תושבי בית שמש און געזאגט אז אנדערש ווי אנדערע שטעט איז אין קהלתינו הק' אין בית שמש נישט דא קיין עלטערע אידן אויף וועם ארויפצוקוקן במילא דארף יעדער זיכער מאכן זיך אויפצופירן ווי עס פאסט אז די קינדער זאלן האבן אויף וועם ארויפצוקוקן, און שטארק מעורר געווען בעניני צניעות ובעניני דעות והשקפה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 10:40, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין ירושלים עיה"ק.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין טעלזסטון ווי עס איז פארגעקומען א יציקת היסודות פאר די נייע בנין פון בית החלמה ליולדות, דער רבי איז ארום זיך אומקוקן אינעם גאנצן בנין אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' גבריאל פאפענהיים הי"ו מנהל המוסד. דער רבי האט געגאסן די יסודות, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים און אנגעוואונטשן פאר די הנהלה און פארן אנוועזנדער ציבור.
ארום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קארניאל הי"ו אין ירושלים ווי דער רבי האט ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו תושבי ירושלים עיה"ק, עס האט זיך געשלענגלט א לאנגע שורה ווי דער רבי האט אויפגענומען פאר עטליכע שעה נאכאנאנד ביז ארום 2:20 שפעט אויפדערנאכט ווען אלע
אנ''ש אין ירושלים עיה''ק האבן געהאט די זכיה אריינצוגיין בקו''פ.
בעת די זמני כניסה זענען געווען באזוכן בקו''פ. - ביקור גומלין דורך כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און דערנאך ארויסבאגלייט.
- כ''ק אדמו"ר מטריסק שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
- הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט''א בן האדמו"ר מבעלזא שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בעפארשטייענדער חתונה הגדולה פונעם עלטסטן אור אייניקל פון רבינו שליט"א, און איבער די גרויסע יחוס פון די חתן כלה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו. אויפן וועג ארויס האבן איינע פון די באגלייטער פון ר' אהרן מרדכי שליט"א זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן אהערשטעלן און פינאנצירן דעם 'מרכז עזרה ויעוץ' שע"י העדה החרדית און דערציילט וויאזוי ער און אנדערע זענען געהאלפן געווארן דורך די מצילים שיחיו.
- הגאון רבי שמחה ראבינאוויטש שליט"א בעמח"ס פסקי תשובות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה והלכה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
- הגאון ר' משה סאלאווייטשיק שליט''א ר"י בריסק שכונת אחוה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' נחמן יעקב פוקס הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און מאציל געווען מברכת קדשו.
נאך די זמני כניסה ארום 2:30 איז דער רבי אריבער אינעם בנין פונעם ארגענעזאציע 'מעלה', דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פעולות המוסד, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן די עוסקים במלאכת הקודש, און פארן אנוועזנדן ציבור, און דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו.
באשמורת הבוקר אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים יצחק אדלער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- פתיחה: הרה"ח ר' יואל אייזדארפער הי"ו. - בעל קורא: הרה"ח ר' יואל פאסטערנאק הי"ו. - כהן: ר' שמואל ווייס הי"ו. - לוי: הר"ר חיים יושע לעווי שליט"א. - שלישי: רבינו שליט"א. - הגבה: הרה"ח ר' יו"ט בערגער הי"ו. - גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יואל מיטטעלמאן הי"ו.
ארום 5:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ודרשת שבת שובה במעמד אלפי אנשי שלומינו אין ביהמ"ד הגדול. - בעל תפילה: הרה"ח ר' קלמן גפן הי"ו. - פתיחה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער הי"ו (מאנטרעאל). - כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. - לוי: הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. - שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א. - הגבה: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א. - גלילה: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א.
נאך מנחה אום 6:30 האט זיך דער רבי מתעטף געווען מיטן טלית, ארויף צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די דרשה אויפן פסוק 'שובה ישראל עד ה' אלקיך' און תיכךמזיך אריינגעלאזט אין א לענגערע פלפול אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה און ממשיך געווען בדברי דרוש און מיט שיינע טייטשן בדרך אגדה. דערנאך מעורר געווען: - מזאל זיך מחזק זיין בקביעות עתים לתורה אין איינע פון די חבורות יסודי התורה און תורתך שעשועי, סאיז טאקע נתרומם געווארן דער קרן התורה בקרב קהלתינו אבער יעדער איינציגער איד בלי שום יוצא מן הכלל דארף האבן א שיעור קבוע. - בעניני תפילה צו דאווענען מרישא ועד גמירא מיט א מתינות אהנגעהויבן פון ברכות, וועט מען טאקע זוכה זיין צו אלע ברכות. - דער רבי האט ארומגערעדט איבער קרית יואל וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט מייסד געווען עס זאל זיין אפגעשיידט פון אלע מנהגי אמעריקע הן עם לבדד ישכון, מען דארף האלטן ווייטער די ירושה פון רביה''ק צו האלטן דעם חומה און זיין אפגעטיילט סיי פון אלע מאדעס און בלייבן אפגעזונדערט, שלא יתערב זר במחנינו איינער וואס האט א צווייטע השקפה ווי אונז זאל זיך נישט אהערציען, נישט אין קרית יואל און נישט אין קר"י המורחבת. - דער רבי האט ממשיך געווען בדברי מוסר איבער די היינטיגע ניגונים, נישט צו זינגען די היינטיגע מאדערנע ניגונים. - בעניני צניעות פון קאפ ביז פיס, פון די ביי האר ביז די זאקן, און די פריצות'דיגע שייטלען. - ארויסגעברענגט לשבח און מחזק געווען די חבורה עבודה כהלכה, הכשרים אויף אפיסעס, יעדער בעה"ב און ארבעטער זאל זיכער מאכן עס צו האבן אין זיין אפיס. - דער רבי האט ארויסגעברענגט בנוגע דעם גזירת החינוך אין ניו יארק ווי מען האט בס''ד משנה געווען דאס געזעץ לטובת החינוך, אבער די רשעים רוהן נישט איין און האבן איינגעגעבן א קלאגע אין געריכט ס'איז א ערנסטע קלאגע און מען האפט און מען איז מתפלל צו הקב"ה 'בטל מחשבות שונאינו' אז זיי זאלן נישט מצליח זיין און נישט קענען שטערן די חינוך פון די תשב"ר. - די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבת בארה"ק ווי צענדליגע בחורים זענען געזעצן אין תפיסה דעם יו"ט ראש השנה פארן איינציגסטן חטא פון לערנען תורה, צווישן זיי א בחור מתלמידי ישיבתינו הק' פון בני ברק, מען דארף דאנקן הקב"ה אז עס איז דא א קול מלחמה במחנה און מען טוט שטארק מחזק זיין די לוחמים וואס זענען לוחם מיט אן ערנסטקייט, אבער אין די זעלבע צייט זענען ליידער דא אזעלכע וואס ארבעטן אויף פשרות וואס דורך דעם קען האלב כלל ישראל חלילה יא אנקומען אין די טמא'נע מיליטער, אונז רוף מיר אויס פאר די פאליטיקאנטן אז אידישע נשמות זענען נישט קיין מקח וממכר פאר פאליטיק! און מען טאר נישט מפקיר זיין קיין שום נפש מישראל! - און דערביי שטארק מחזק געווען די עסקנים פון מרכז עזרה ויעוץ וועלכע שטייען אויפן פראנט ארויסצוהעלפן צו ראטעווען יעדעם איינעם פון מיליטער.
- ארומגערעדט איבער די פראבלעמען פון די כלים למיניהם ובפרט די תאוה פון בחורים צו האבן א אייגענע טעלעפאון, און אויפגעפאדערט פון די עלטערן נישט צו געבן קיין טעלעפאון פאר א בחור, עס איז שוין איינגעפירט די לעצטע פאר יאר אז עס איז צוגעשטעלט אומזיסטע טעלעפאנען אין אלע בתי מדרשים און מען פירט עס יעצט איין אין די שאפינג צענטערן אזוי אז עס זאל נישט זיין קיין שום תירוץ פאר א בחור צו האבן א טעלעפאון. - דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די דירות פרייזן וואס זענען ב"ה שטארק געפאלן סיי צו קויפן און סיי צו דינגען א דירה, און מחזק געווען זיך צו האלטן פעסט און נישט צאלן מער פון די פרייז וואס מען האט באשטימט און קיינער זאל נישט זאגן אז איך בין א אויסנאם, און אזוי וועט מען מצליח זיין צו האלטן די פרייזן נידריג סיי אין קרית יואל און אין קרית יואל המורחבת. דער רבי האט מסיים געווען נאכזאגענדיג וואס ער האט זוכה געווען אליינס צו הערן מפ"ק פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ביי די דרשה שנת תשכ"ו, אזוי ווי דער הייליגער שינאווער רב זיע''א האט געזאגט בשנת תרס"ו אז עס איז א זמן פקידה, און ווי דער הייליגן ישמח משה זיע''א האט געזאגט אז יעדע זעכציג יאר איז נאכאמאל א זמן פקידה און איינגעריסן אז מען זאל זוכה זיין תשכ"ו צו ביאת המשיח, האט דער רבי געזאגט אז אונז שטיי מיר שוין היינט תשפ"ו זעכציג יאר שפעטער און מען האפט און מען איז מתפלל אז דאס יאר זאל שוין זיין דאס יאר ווען מ'וועט זוכה זיין צו ביאת המשיח, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט די דרשה ארום 7:50 און דער רבי האט געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הרה"ח ר' שמואל לייבוש וויינבערגער הי"ו.
פרייטאג ערש''ק וילך
באשמורת הבוקר אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פאר שחרית האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיט הב' משה בן גיטל ני"ו מתלמידי ישיבתינו הק' מהרי''ט אין בני ברק וועלכע זיצט אין תפיסה פארן חטא פון זיך נישט שטעלן צום טריפה'נעם ציוניסטישע מיליטער, דער רבי האט אים שטארק מחזק געווען און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 9:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע דוד מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר מאיר מנחם זאב הירש הי"ו. - ב"ר נחמן שלאגער הי"ו. - ב"ר שמואל טובי' פריינד הי"ו. - ב"ר נחמן דוד שמידמאן הי"ו. - ב"ר חיים זאב פאלקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.