דאנערשטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל הרה"ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' שמואל מאיר דייטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר חנני' יו"ט ליפא גרויס הי"ו. ב"ר יואל רובין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש דער פרעזידענט פון מאונט סיני שפיטאל דעוויד רייך - וועלכער איז געקומען אויף ניחום אבילים צו הרבנית הצדיקת תחי' וועלכע האלט אן א נאנטע קשר מיטן פרעזידענט ארויסצוהעלפן חולי ישראל - אינאיינעם מיט די ראשי חברה הצלה פון קר"י און וומסב''ג און נאך עטליכע עסקנים בעניני רפואה, מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים למען חולי ישראל, דער רבי האט זיך באדאנקט פארן פרעזידענט פאר זיינע פילע הילף לטובת די חולי ישראל.
נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' משה בנימין יצחק כהן הי"ו (וומסב''ג) - ר' אברהם שעהנברוין הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יחזקאל שרגא פערל הי"ו - ר' אברהם יושע לאנדא הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:45 בביתו נאוה קודש.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד פורים קטן בתופים ובמחולות במעמד אלפי אנ''ש, דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט אויפן פלאץ, און זיך דערנאך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום. במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירות ותשבחות ברנה ובצהלה נגוני התעוררות ונגוני שמחה וריקוד, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, און געמאכט דעם סיום אויף מסכת חולין וואס איז געלערנט געווארן במסגרת חבורת תורתך שעשועי און דערנאך געזאגט קדיש, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחת התורה.
במשך דעם טיש האט דער רבי משמיע געווען דריי מאל דברות קודש. ערשטע דב''ק אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך אמר עם הספר' און געטייטשט אז בזכות וואס אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות ביי די עקידה פרעגט הקב''ה אויך נישט קיין קשיות אויף כלל ישראל און אין דעם זכות איז געווען די נס פורים, און ארויסגעברענגט אז אין בין אדר ראשון לאדר שני אלא מקרא מגילה בלבד, במילא קומט אראפ אלע השפעות פורים קטן די זעלבע וואס קומט אראפ אדר שני און מסיים געווען ברוב ברכות.
צווייטע דב"ק אויפן פסוק 'והשתי' כדת אין אונס' און געטייטשט בדרך דרוש לכבוד היום און ארויסגעברענגט אז הקב"ה איז מחויב צוצושטעלן אלע חיובי בעל לאשה לרפאותה ולפרקונה וכדו', און דערנאך ארומגערעדט די שמחה פון די חברי החבורה תורתך שעשועי וועלכע האבן מסיים געווען מסכת חולין און מען גרייט זיך בקרוב צו מסיים זיין גאנץ ש"ס, און ארויסגעברענגט די הכנה דרבה וואס מען דארף זיך צוגרייטן צו א יו"ט, און מעורר געווען צו לערנען דעם ספר הק' קדושת לוי אויף פורים אזוי ווי מען האט געלערנט פאר חנוכה. דערביי האט דער רבי מכבד געווען די מנגנים צו זינגען די ניגון 'אום אני חומה' פון הגה''ק הקדושת לוי זיע''א. נאכן זינגען האט דער רבי ממשיך געווען איבער די עבודה וואס צדיקים האבן געהאט מיט די כח הנגינה אזוי ווי מען האט געזען ביים ייטב לב זיע''א אז ער האט גענומען די הייליגע ניגון פונעם קדושת לוי זיע''א און עס ארויפגעלייגט אויף די ווערטער פון וכך היה מונה יום ביי די עבודה יום הקדוש, די זעלבע האט מען געזען ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א וואס פלעגט זיך אינטערזינגען הייליגע תנועות אין פארשידענע צייטן, דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז מען נעמט היינט הייליגע ניגונים און מען פארגרעבט עס און מען זינגט עס אראפ ווילד און גויאיש, און געבעטן הרה''ח ר' עמרם אקער הי''ו ראש המשוררים מסביר צו זיין פארן ציבור די חילוק פון זינגען א ניגון ערליך און גויאיש, און מען האט אויפגעשפילט עטליכע ניגונים געזינגען אויף ביידע אופנים. דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג 'אם אין דעת הבדלה מנין' אבער אז מען ווייסט יא דארף מען זען אנצוהאלטן די הבדלה אויף אלע אופנים סיי מיט די לבוש און סיי מיט די מוזיק, און מסיים געווען בברכת קדשו. די דריטע דב"ק האט דער רבי דערציילט א מעשה אז הרה"ק החוזה מלובלין זיע''א האט אמאל פרייטאג צונאכטס און שבת אינדערפרי געוואלט זאגן תורה אבער געזאגט אז מען לאזט אים נישט זאגן און ביי של''ס יא געזאגט, און געטייטשט אויפן פסוק 'ועשית משבצות זהב' מען זאל מאכן קעסטעלעך פון גאלד פאר אידישע קינדער און אנגעוואונטשן גרויס שפע פארן ציבור, האט דער רבי מסביר געווען אז די דריטע סעודה איז אנטקעגן יעקב אבינו וואס האט באקומען די ברכה צו משפיע זיין פרנסה במילא האט דער רבי פון לובלין געקענט משפיע זיין פרנסה ביי של''ס, דער אריה"ק זאגט אז מרדכי הצדיק איז געווען א גלגול פון יעקב אבינו, במילא פורים איז זיכער אז מרדכי הצדיק איז משפיע גרויס שפע פאר יעדעם איינעם, און דער רבי האט מכבד געווען די אלע וואס הייסן יעקב ארויפצוגיין אויפן טיש און צוזאמענעמען געלט פאר א וויכטיגע הכנסת כלה צוועק, און דערנאך מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז פארגעקומען א פורים שפיל בדברי בדחנות דורך הרה''ח ר' יעקב הערש צין הי"ו און הרה''ח ר' יוסף מאיר סאאל הי"ו. מיט ברהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו במאנסי. מען האט געענדיגט ארום 12:00 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
פרייטאג תצוה - פורים קטן
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל בר"ה ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר קלמן אליעזר סאאל הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי"ד אדר א' תשפ"ד2/23/2024
בילדער · 23
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שלחן הטהור לרגל פורים קטן במעמד אלפי אנ''ש בביהמ''ד הגדול בקרית יואל.
זונטאג פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר יצחק לעווי הי"ו. ב"ר שלמה נתן נטע מארקאוויטש הי"ו. ב"ר יואל ברי"צ ווערטהיימער הי"ו. ב"ר יואל ניישטאדט הי"ו. ב"ר אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו. ב"ר יואל דאנא הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ט"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 1:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו די חומש סעודה פון תלמידי כתה א' במוסדותינו הק', וואס איז פארגעקומען בבנין הבית רחל החדש 'בנין ניישטאדט' אויף טשערי לעין.
דער רבי איז אנגעקומען צום מעמד ארום 2:00, עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און די קינדער האבן געזונגן חרוזים לכבוד המאורע, און דער רבי האט פארטיילט א מתנה א ספר תהילים פאר אלע קינדער. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער עלטערן און די זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב און פארטיילט מטבעות קודש פאר תלמידי המוסדות וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות במשך די ימי הפורים העעל"ט.
דערנאך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו ובנו הרה"ח ר' משה ארי' הי"ו האבן געקויפט א כתה בבנין הת"ת החדש במוסדותינו הק' אין מאנסי, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 2:45.
פון דארט איז רבינו שליט''א געפארן קיין מחנה רב טוב אין מאנטיסעלאו צו די מעמד 'קביעות מזוזה' פאר די פערטע בנין התלמוד תורה החדש מיט צוועלף פרישע קלאסן, דער רבי איז אנגעקומען אום 3:45 און זיך באגריסט מיט די הנהלת המחנה, און ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויפן קעמפ, אלע נייע איינריכטונגן און הרחבת גבולי הקדושה. דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די כתות און האט קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די כתות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, דערנאך האט ר' מאיר מרדכי הי"ו אויפגערופן די חשוב'ע נדבנים זאלן קומען אונטערשרייבן די שטרות מיט רבינו שליט''א.
פון דארט איז רבינו שליט''א געפארן קיין מחנה בית רחל אין סאוט פאלסבורג צו די מעמד 'חנוכת הבית וקביעות מזוזה' פארן נייעם ריזן דארמיטארי בנין וועלכע וועט אקאמאדירן אריבער פיר הונדערט מיידלעך, דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין פאר א לענגערע צייט אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו חבר הנהלת המחנה, און דערביי דערציילט זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א ביי די באזוכן אין קעמפ. אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע מזוזה געווען מיט א ברכה אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז דער רבי אריבער אינעם ביהמ"ד פונעם קעמפ ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים. עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, און הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו. דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק אז מען דארף זען אין די זומער וואכן זאל מען נישט נאכלאזן גארנישט פון אידישקייט, און ארומגערעדט בשבח פון די הנהלת המחנה וואס לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער צוצושטעלן אלעס פאר די מיידלעך בגשמיות וברוחניות, און ארויסגעברענגט די שמחה פון באנייען א נייעם בנין זאגענדיג אז עס איז שוין די דריטע שמחה היינט נאך וואס עס איז געווען א חומש סעודה אין מאנסי פאר די קליינע קינדער, א חנוכת הבית פאר די גרויסע קינדער אין די אינגל קעמפ, און יעצט א חנוכת הבית פאר א בנין פאר די מיידלעך, און ארומגערעדט איבער די שטארקע כוחות וואס רביה"ק זיע''א האט אריינגעלייגט אין חינוך הבנות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 5:45.
פון דארט איז רבינו שליט''א צוגעפארן צו די נייע פראכטפולע איי שאפ לאקאל אין סאוט פאלסבורג, אינטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו ושותפו הרה"ח ר' יוסף אלי' אפענהיים הי"ו, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן געשעפט און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי דער רבי האט פארציילט פארשידענע מעשיות פונעם הרה''ק הדברי חיים זיע''א, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די בעלי בתים. ארום 6:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י. פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי''ו - ר' אלחנן טויב הי"ו, באולם כינור דוד. ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו - ר' שמחה כ"ץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו אויף ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון פילמאר גארדנס ווי עס איז פארגעקומען די סיום הש"ס דורך חבורת עזר התורה דקהלתינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א מנהל קביעות עתים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה פאר די מסיימי החבורה און פאר אלע נייע מתחילים וועלכע הייבן אן לערנען אין די חבורה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:00 ביז אום 12:50, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:00.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יצחק דוד שווארץ הי"ו - ר' שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךה' אייר תשפ"ג4/26/2023
באריכט
דינסטאג פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' אלטר ברוך גפן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' יואל ברנ"צ אפענהיים הי"ו (ב"פ), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג', בביהמ"ד ראדאשיץ אויף די פרילענד גאס בקר''י, ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן גאנצן שטח פונעם בנין הישיבה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: בן הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי (וומסב"ג). ב"ר חיים ווייס הי"ו. ב"ר יואל ברי"מ טייטלבוים הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס מיטן רב הביהמ"ד הר"ר יחזקאל גליקמאן שליט"א בעל אכסניא של תורה, ווי מען האט ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די ארומיגע געגענטער.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז אום 1 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי כתה ט' במוסדותינו הק' בוומסב''ג וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' בימי הפורים העעל''ט, דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע בחורים און א מתנה א זילבערנע בעכער פאר די בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט העכער טויזענט דאלער.
אזוי אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' גרשון האפפער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם ל"ג בעומר בבית מדרשינו אויף סאוט אכט, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10, און דערנאך ווײטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ' ניסן תשפ"ג4/11/2023
באריכט
ימים הראשונים של יו''ט פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ערב יו''ט פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח און מעיין געווען אינעם נוסח פונעם יעב''ץ. מערבית: הר''ר דוד חנני' ווייס שליט''א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל ברגש והתעוררות, נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן 'א גוט יו''ט' פארן גאנצן ציבור און איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש. מען האט געענדיגט ארום 9:50.
פארן סדר האט רבינו שליט''א פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך, און געזאגט דעם נוסח פונעם ספר הזוהר הק' 'פקודא בתר דא'.
ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטליתו אויפן קיטל, כשתילי זיתים סביב לשלחנו די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די סדרים כשהמלך במסיבו, די טישן זענען געווען מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה מיט א געניטשאפט אז יעדער אין אלע ווינקלן זאלן קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש.
דער רבי האט מסדר געווען די קערה, די מצות און די סימנים, און געזאגט אתקינו סעודתא דמלכא און רבוש''ע.
במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 16 מאל דברי תורה, פאר קדש, מקרא קודש זכר ליציאת מצרים, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא הכא לשנה הבאה בני חורין, מוזגין הכוס וכאן הבן שואל, עבדים היינו, מעשה ב"ר אליעזר, ברוך המקום, רשע מה הוא אומר, יכול מראש חודש, והיא שעמדה, והגדת לבנך.
דער רבי האט געזאגט 'קדש' בקול רם כנוסח רבותיה''ק, און געזאגט די ערשטע מאל תורה.
נכד רבינו הילד בן הרב חיים יעקב רוקח חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א האט געזאגט די סימנים אויף אידיש. דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות קודש, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. נאך קידוש האט דער רבי געווינקן אז יעדער זאל מאכן קידוש.
תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם הננו מוכן פאר מצוות סיפור יציאת מצרים באש קודש, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט די סדר ההגדה ברגש ובנעימה.
פאר מה נשתנה האט דער רבי דערציילט איבער דעם מנהג קודש מקובל מאביו רביה''ק זיע''א צו צוזאמקלאפן ביידע הענט עפ"י מנהג בעלזא, און געגעבן א קלאטש מיט די הענט כף על כף.
הילד בן הרב חיים יעקב רוקח ני"ו האט געפרעגט די קשיות און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען, ביי די מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און תיכף געהייסן ארויס טראגן.
נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה ברגש קודש און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות. ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און דער רבי אליינס האט תיכף געגעסן דעם אפיקומן פאר חצות, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען די סעודת יו''ט פאר אלע מסובין, און דערווייל האט דער רבי מעיין געווען און פארשידענע ספרים און הגדות, דערנאך האט דער רבי אראפגענומען א שטיקל אפיקומן און ארומגעשיקט פאר אלע מסובין, נאכן עסן די אפיקומן האט דער רבי פארציילט דעם סיפור פונעם דברי חיים זיע''א ווי עס האט זיך פאר יעדען געדאכט אז ער עסט דעם קרבן פסח, די צדיקים עסן דאס בטהרה וקדושת ארץ ישראל.
מען האט אנגעגאסן דעם כוס של אליהו, געעפענט דעם טיר און דער רבי האט געזאגט תורה. נאך די תפילה פון שפוך חמתך בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 3:45, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א דביקות ברגש קודש. יום א' דפסח
דעם ערשטן טאג יו''ט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 10:45. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ, צו שחרית והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד נועם אלימלך און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל מבצר הכוללים.
עליות. כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הב' החתן יצחק ב"ר יוסף מיטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), חמישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זײַן האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל ר' בערל ברש"ד גאנדל הי"ו. ר' משה יואל לאנדא הי"ו. ר' חיים יודא ברא"ז פריעדמאן הי"ו. ר' אברהם ברמ"י סאמעט הי"ו. ר' נתן קרפיל מרגליות הי"ו. ר' משה בר"ל טייטלבוים הי"ו. ר' מאיר פריעד הי"ו.
הגבה דעם ערשטן ספר: הרה"ח ר' יעקב הערש פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' מרדכי וועכטער הי"ו (וומסב''ג), מפטיר: הרה"ח ר' משה דוד פריעדמאן הי"ו, הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' שלמה פארגעס הי"ו, גלילה: הר"ר שלום וועבערמאן שליט"א.
פתיחת הארון צו טל: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' סענדר ברא"י עקשטיין הי"ו (לאנדאן).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם צוויבל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, מיט'ן פיוט 'ברך דודי' מכבד געווען הב' החתן משה ב''ר אברהם שלמה כ''ץ הי''ו (לאנדאן). ביים זינגען האט דער רבי געזאגט אז דער טאטע רביה''ק זיע''א פלעגט זינגען ברך דודי מיט שטארקע התעוררות ובבכיות און דערציילט פון די צרות וואס די אידן האבן מיטגעמאכט פון וואס די פיוט רעדט זיך.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה כי יאמרו אליכם בניכם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טענת מודעה.
ברכהמ''ז: הב' החתן ליפא בן הרה''ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט''א חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 4:30.
נאכמיטאג ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה. מנחה: הרה''ח ר' יעקב חיים גוטמאן הי''ו, נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט''א לטובת דעם אפיעל פון כולל שומרי החומות.
ליל ב' דיו''ט
ביים זמן איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מעריב, עס האט געדאווענט פארן עמוד הר''ר זלמן לייב ברח''ב פילאפף שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 9:40 נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און דערנאך געגאנגען אין מקוה.
ארום 10:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה האט דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש, במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 16 מאל דברי תורה. קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא עבדי לשנה הבאה בני חורין, מוזגין הכוס וכאן הבן שואל, עבדים היינו, ברוך שנתן תורה, רשע מה הוא אומר, והיא שעמדה, לגור בארץ, כל הבן הילוד, ר' יוסי הגלילי אומר, יגיענו למועדים ורגלים אחרים, ביי צפון אויף מה העבודה הזאת, שפוך חמתך.
דער רבי האט מסדר געווען די קערה זיך אראפגעזעצט און געזאגט די ערשטע מאל תורה.
נכד רבינו הילד בן הרב מאיר יודא אשכנזי בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א האט געזאגט די סימנים אויף אידיש. הגבהת הכוס לקידוש: הרב מאיר יודא אשכנזי שליט''א.
ביי מה נשתנה האט דער רבי געהייסן אלע אייניקלעך צו פרעגן צוזאמען, נאכן אראפגיסן די מכות וויין האט דער רבי געזאגט דער מנהג פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א צו צו ווארטן ביז מען טראגט ארויס די וויין.
ביי שפוך חמתך האט מען געעפנט די טיר און מען האט ממשיך געווען באמירת הלל מיט א געוואלדיגע התעוררות און דערנאך די פיוטים מען האט געענדיגט ארום 3:45. נאכן סדר איז דער רבי אריבער אין ביהמ''ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד ציילן די ערשטע ספירה ברשפי אש קודש און דערנאך ממשיך געווען דעם סדר ביים שלחה"ט אין צד צפון אין ביהמ''ד הגדול, דער רבי האט פארגעזינגען בנעימה אחד מי יודע און חד גדיא, געזאגט תורה אויפן זמר 'אתא מיא וכבא לנורא' און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. מען האט געענדיגט 4:30.
יום ב' דפסח
דעם צווייטן טאג יו''ט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 11:20. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ, רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו שחרית, צו חזרת הש"ץ ויוצר צוגעשיקט הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א, און צוגעגאנגען צו הלל.
הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און הרב אלחנן חיים ט"ב שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א, פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
עליות. כהן: הב' החתן משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן), לוי: הרה"ח הישיש ר' גדלי' יערמיאש הי"ו (ב"פ), שלישי: הרה"ח ר' שלמה ניישטאדט הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה גלילה זענען מכבד געווען נכדי רבינו. הגבה דעם ערשטן ספר: הרב יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, גלילה: הרב ברוך רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, הגבה: הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, גלילה: הבה"ח ליפא בן הרה''ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, מען האט אריינגעברענגט אן עקסטערן קוגל לכבוד סעודת אסתר, מען האט געזינגען ניגוני פורים כנהוג, דער רבי האט געזינגען דעם פיוט ברך דודי בקול חינוק בדמעות, און מכבד געווען מיט אשר הניא די חתנים פון בני ברק, שושנת יעקב: די חתנים פון ירושלים עיה''ק.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שהיתה עסקה בביעור חמץ' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה, ובדרך אגדה א טעם פארוואס חמץ איז אסור אפילו שלא כדרך.
ברכהמ''ז: הב' החתן הרב יוסף יודא בן הרה''ג ר' אברהם שלמה כ''ץ שליט''א מרבני קהלתינו בבני ברק. מען האט געענדיגט ארום 5:00.
נאכן זמן איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לכבוד שב''ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"א אדר תשפ"ג3/14/2023
באריכט
זונטאג פרשת ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר אלעזר שווארץ הי"ו. ב"ר מאיר חיים שניצלער הי"ו. ב"ר יואל שעהר הי"ו. ב"ר אברהם שפילמאן הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' שמעון ווידער הי"ו, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' שלמה אלי' ווייס הי"ו - ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יואל בר"מ טייכמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל ברי"ש קאהן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה עסקני 'מרכז עזרה ויעוץ' און האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פעולות און די הרחבת גבולי המרכז בארה"ק און מקבל געווען ברכת הקודש אויף די ווייטערדיגע פלענער.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר''ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט''א - ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו''ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
מאנטאג פרשת ויקה"פ
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ישראל פארגעס הי"ו. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו''ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ''ל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארמיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם ערשטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת הגדול, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי שבח פון די בחורים אז מען האט ב''ה באקומען גוטע גריסן איבער די התנהגות פון די בחורים פארגאנגענעם יו"ט פורים העעל"ט ביים גיין נאך צדקה ביי די הייזער, מען האט געענדיגט ארום 2:50.
נאכמיטאג אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' ישעי' שבתי בראך הי"ו - הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, באולם כינור דוד. ר' יצחק בראך הי"ו - ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' משה יעקב קאהן הי"ו - ר' משה ברח"א ווייס הי"ו, באולם קרן ויואל משה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג' אינאיינעם מיטן מנהל הרה''ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די נסיעה די וואך למקומות הקדושים קיין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און משמיע געווען דברי הדרכה וברכות קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אברהם שמואל אראן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו.
ארום 10:20 האט דער רבי געדאווענט מעריב, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זיע"א. נאך מעריב האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי"ט אדר תשפ"ג3/12/2023
באריכט
מיטוואך כי תשא - שושן פורים
ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר ליפא סאמעט שליט"א. ב"ר משה פרנס הי"ו (ב''פ). בעל תפילה: ר' קלמן אליעזר הערשקאוויטש הי"ו.
נאכמיטאג ארום 4:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און נאך מנחה זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג.
ביים אנקומען איז דער רבי ארויף אויף א באזוך בבית הרה"ח הישיש ר' חיים הערש ווייס הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פון סיפורים פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זיע''א און הרה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל ראה"ק סיגוט, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 6:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד היום, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ, זיך געוואשן צום סעודה, און במשך די סעודה האט מען מרבה געווען בנגוני שמחה.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' ב"פ, שושנת יעקב: הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' לעיקוואד.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען 6 מאל דברות קודש. די ערשטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט בדרך דרוש אז ווייל מ'גייט בתר כמות און עשה דוחה לא תעשה העלפט תשובה. די צווייטע תורה איז געווען אז וויבאלד קהל גרים איקרא קהל און מען איז מקבל גרים ווייל מינן הוו ואידחו זעהט מען נראה ונדחה חוזר ונראה און עס נוצט תשובה.
דערנאך איז דער רבי אריבער בחדרו הפרטי און פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' פון ישיבותינו הק' פון וומסב''ג און ב"פ, וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים פון די חבורה.
ארום 10:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען בבית הרה"ח ר' חיים אברהם דוד רפאל גאטליעב הי"ו, ע"פ אשתו ע"ה. דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מנחם ברודא הי"ו, ע"פ אחיו ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
ימי אורה ושמחה, פורים - שושן פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ליל פורים
מאנטאג תענית אסתר נאכמיטאג ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הרה''ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט''א, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א, הגבה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א, גלילה הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו (וומסב''ג).
ארום 6:55 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפלה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
נאך מעריב ארום 7:10 איז רבינו שליט"א ארויף אויף די בימה מעוטף בטלית שאולה געברענגט דורך הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו, מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאגרת כנהוג, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד, און געמאכט די ברכות באש קודש און פארגעליינט די מגילה בהתעוררות והתלהבות אש, מען האט געענדיגט אום 8:15, מען האט געזאגט די ברכת הרב את ריבנו, אשר הניא, שושנת יעקב, ואתה קדוש און עלינו, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות. דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ און זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני שמחה און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו, שושנת יעקב: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והשתי' כדת אין אונס', און געטייטשט בדרך דרוש בעניני פורים, אז דורכ'ן טוהן א מצוה בציבור באקומט מען יא שכר אויף די וועלט במילא איז אונסי וזוזי גמר ומקני און עס איז נישט דא קיין מודעה.
מען האט ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ניגונים, און דער רבי האט ארויסגעברענגט ברגש קודש אז מען דארף אפגעבן א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער אויף די חסדים וואס השי"ת האט געטון, נעכטן איז מען אומגעפאלן און בחסדי ה' איז מען אפגעקומען מיט א בלויזע קריץ, מען דארף דאנקן און לויבן אז עס האט זיך נישט געענדיגט ערגער, און דערנאך האט מען ממשיך געווען בניגוני הודאה.
דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א איז ארויף אויפן טיש זאגן דברי בדחנות, און צום סוף געזאגט חרוזים בענין שמירת עינים לכבוד די חבורה 'לגיון של מלך' ווי העכער צוויי א האלב טויזענט תלמידי ישיבתינו הקדושות האבן אינטערגעשריבן נישט צוצורירן צו די כלים הטמאים אלס משלוח מנות פאר רבינו שליט''א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות קודש פאר די גבאים אויסצוטיילן פאר אלע בחורים.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 10:10. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר קלמן וואלף הערשקאוויטש הי"ו. ב"ר יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' משה יודא מענדלאוויטש הי''ו, כהן: הר"ר עמרם כהן שליט"א, לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הר"ר מענדל גאלד שליט"א אב"ד לובלין, גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי).
נאך קריאת התורה איז רבינו שליט"א אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן תפילין ר''ת, און דערנאך ארויף אויפן בימה, און געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען מנהג מחצית השקל פאר זיך און פאר הרבנית תחי', און דערנאך ארום 11:10 געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכות פון קריאת המגילה און פארגעליינט בהתלהבות ובאש קודש, מען האט געענדיגט ארום 12:15.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ''ד נאכ'ן דאווענען ארום 12:30, האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו מנהל תומכי שבת. בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און כנהוג טועם געווען פון המן טאשן, קינדל, און נאנט, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה.
נאכמיטאג פון 3:00 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אויפנעמען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים.
ארום 3:15 איז פארגעקומען א ברית בביתו נאוה קודש לבן הנולד אצל ר' יואל נתן מיטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ווי עס האבן זיך געשלענגלט לאנגע ליניעס פון אנ"ש זקנים עם נערים, און קבוצות בחורים, ווי רבינו שליט"א האט יעדעם אנגעווינטשן און געבענטשט בברכת הקודש. צווישן אנדערע זענען אריין בקו''פ די דיינים פון קהילת בעלזא פון ניו יארק מיט משלוח מנות בשליחות האדמו"ר מבעלזא שליט"א. בערך 5:30 האט דער רבי געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
נאך מנחה האט רבינו שליט''א אריבער שפאצירט אין ביהמ''ד הגדול און אום 6:05 אריינגעקומען צום סעודת משתה היין, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ, און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת היום, נאכן עסן א כזית האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד לקיים מצוות לבסומי בפוריא, און געטרונקען דעם ערשטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט נאכאמאל דעם לשם יחוד און געטרינקען דעם צווייטן כוס און געוואונטשן לחיים.
בשעת די זופ האט רבינו שליט''א פארגעזינגען כבודו מלא עולם, בהשתפכות הנפש ובבכיות עצומות.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען אכט מאל דברות קודש, און צווישן איין דב"ק און די אנדערע און במשך דעם גאנצע טיש האבן די בעלי מנגנים געזינגען מערערע ניגונים, שמחה, דביקות והתעוררות.
די ערשטע תורה איז געווען אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט בדרך דרוש אז וויבאלד עס איז מלא כל הארץ כבודו איז נישט חל קיין גט אויף אידישע קינדער, און כביכול איז מחיוב מיט אלע חיובי בעל לאשה, און מוסיף געווען אז איינער וואס האט נישט קיין זיווג איז א פלגא דגופא און איז אין די כלל פון חיוב לרפאותה. די צווייטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט אז צו קענען משפיע זיין א ישועה פאר אידישע קינדער און א מפלה פאר די שונאי ישראל איז דורך תשובה ברבים וואס איז פונקט ווי תשובה מאהבה און איז משפיע ישועות פאר אידן בכל מקום שהם, און בקול חנוק בדמעות דערמאנט די גזירות החינוך אויף כלל ישראל, און געוואונטשן אז די שונאי ישראל זאלן האבן א מפלה ווי המן בשעתו. די דריטע תורה אויפן פיוט 'שושנת יעקב צהלה ושמחה', און געטייטשט אז ווען המן וואלט געוואוסט די כבוד שמים וואס וועט ארויס קומען וואלט ער נישט געמאכט די גזירה, ובדרך צחות אין וואספארא זכות ער האט זוכה געווען צו דעים.
דער רבי האט מכבד געווען כ''ק אדמו"ר מדעעש קר"י שליט"א מיט א כוס וויין, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויף השיר והשבח. די פערטע תורה אויפן פסוק 'עת צרה הוא ליעקב וממנה יושע', המן איז געווען א חכם להרע, אז אידן זאלן מכוון זיין הנאת עצמן און אזוי וועלן די דמעות פון עשו נישט בטל ווערן. די פונפטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט אז המנ'ס געלט איז געקומען דורך גניבה און דערפאר האט ער נישט געהאט קיין שליטה.
נאך די תורה האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט טאנצן, און דערנאך מקיים געווען דעם יערליכן מנהג און גערייכערט א ציגאר, און פארגעזינגען די דזיקוב'ע תניעה, און איבערגעגעבן דעם ציגאר פאר הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו.
די זעקסטע תורה אויפן שייכות פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי מיט די יו"ט פורים, ווייל רבי שמעון האלט כל שהוא למלקות, און לויט טייל דיעות איז אפילו שלא כדרך אויך חייב, במילא האבן די אידן נישט געמעגט נהנה זיין פון סעודת אחשורוש אפילו שלא כדרך.
מען האט אריינגעברענגט א בארג סיני קיגל פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, און קרויט, און דער רבי האט געטיילט שיריים פאר די אויבן אן.
די זיבעטע תורה אויפן פיוט 'שושנת יעקב צהלה ושמחה' און געטייטשט אז וויבאלד מרדכי הצדיק האט זיך געפירט מיט'ן מידת החסד האט מען זוכה געווען צום נס.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אלע וואס טראגן דעם נאמען דוד זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט לטובת קופת רבינו 'אבני חסד'.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי ברכה פארן גאנצן ציבור, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א, שושנת יעקב: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט''א.
נאך אפאר מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב. בעל תפילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א, מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם. מען האט געענדיגט ארום 11:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
זונטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה בנין הירש-ג"ב-לאנדא אויף די ראצפערט גאס, אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. בן הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א, מנהל. ב"ר בעריש ווייזער הי"ו. ב"ר יואל אבערלענדער הי"ו. ב"ר אליעזר גאלד הי"ו. ב"ר אהרן ישראל מאיר טייכמאן הי"ו. ב"ר יצחק פייערשטיין הי"ו. ב"ר יעקב יוחנן מיטטעלמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען ניגונים און איינער פון די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים, און אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק אז פורים איז געווען הדר קבלוה מאהבה, מען דארף זען אז ווען מען לערענט א שטיקל גמרא זאל מען עס פארשטיין און מען זאל לעבן מיט די תורה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכ'ן לחיים איז דער רבי אראפ אויפן צווייטן שטאק פונעם בנין צו ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח.
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, מען האט געזינגען ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אז ביים נס פורים זענען די קליינע קינדער אויך געווען א חלק פונעם נס און זיי דארפן זיך אויך מיטפרייען מיט די נס פורים, און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו אויסטיילן פאר די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו - ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו, באולם כינור דוד. ר' בנציון נידערמאן הי"ו - ר' אליעזר מאיר נאווי ע"ה, באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ, ע"פ בנו ע"ה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
נאך די זמני כניסה אום 10:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב.
מאנטאג כי תשא - תענית אסתר
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע הערש גאלדבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר יואל משה דאסקאל הי"ו. ב"ר יעקב הכהן גראס הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת תצוה שבת זכור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 6:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר''ר ברוך עקשטיין שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 8:00, דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' גדלי' משה פאנעט שליט''א בן האדמו''ר מדעעש בני ברק שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' נחום שמשון שווארץ שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' שלום יצחק שעהר הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'ואתה תצוה את בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.
קה אכסוף: הרה''ג ר' גדלי' משה פאנעט שליט''א, ברכהמ''ז: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק רבי שמעון סופר זיע''א מקראקא, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ט''ז אדר. קה רבון עלם: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' מענדל עקשטיין הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:35.
ביום השבת קודש
שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20, פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יואל ברי''א שטיין שליט''א, צו שחרית ויוצר איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי''ו און הרה''ג ר' גדלי' משה פאנעט שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: הרה''ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו, לוי: החתן ב''ר יעקב יחזקי' היימליך הי"ו, שלישי: החתן בן הר''ר יואל שטיין שליט''א - באווארפן, רביעי: הרה''ג ר' מאיר לייב קטינא שליט''א, חמישי: דער פורים רב הרב שלמה לייב וויינבערגער הי''ו, שישי: החתן ב''ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו, שביעי: החתן ב''ר יואל לאנדא הי''ו, אחרון: החתן ב''ר יו''ט לעווי הי''ו, הגבה דעם ערשטן ספר: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו.
מפטיר - קריאת זכור, האט רבינו שליט''א עולה געווען און אליינס געליינט. נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' ירוחם יאקאב הי"ו. ר' שמואל פילאפף הי"ו. ר' חיים אלעזר היימליך הי"ו. ר' שלום יצחק ווידער הי"ו.
הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' מאיר יוסף טייטלבוים הי"ו, גלילה: הרה''ח ר' יואל זאלדאן הי''ו.
מוסף: הרה''ח ר' יעקב אהרן לעווי הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרב אפרים טייטלבוים הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית ביי בן הנולד אצל ר' וואלף ווייסמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:25, מנחה: הרה''ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' פנחס שפירא הי''ו, כהן: הרה''ח ר' ליפא פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ח ר' יעקב יחזקי' היימליך הי''ו (מאנטרעאל), שלישי: הרה''ח ר' אליעזר ווייס הי''ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר''ר מרדכי שמעיה קויפמאן שליט''א.
זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה 'זכור את אשר עשה לך עמלק' און געטייטשט אז עמלק האט אריינגעברענגט אז מען זאל זיך נאכגעבן אלע תאוות ההיתר און דורך דעם גורם געווען א קרירות אין יעדע דבר שבקדושה, שבת און מילה האבן די כח צו מחליש זיין כח המתאווה און מיט דעם אויסרייסן דעם עמלק ס'איז די כח הרע און הארץ פון יעדע איד, מען גרייט זיך צום גרויסן יו''ט פורים דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל זיך קענען אויפווארימען דאס הארץ פאר הקב''ה, און מקבל זיין אלע השפעות קדושות כי קדוש היום לאדונינו.
ידיד נפש: הרה''ח ר' יוסף דוד היימליך הי''ו (מאנסי), קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו, שושנת יעקב: הרה''ח ר' אברהם יהושע ווייס הי''ו (וומסב''ג), רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.