תורה תורה חגרו חג, כולם נקבצי באי לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק עטרת ראשינו שליט"א א' כי תשא | שושן פורים דמוקפין בעיר עוז לנו קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו
'בואו שעריו בתור"ה חצרותיו בתהלה': עלעקטעריזירנדע און התלהבות'דיגע שמחת התורה אטמאספערע בעת דער גרויסער בעל שמחה, מנהיג העדה מרן רבינו שליט"א וועט אריינפירן זיין נייע ספר תורה אין היכל בית מדרשו בשמחה ובדביקות עילאה במקהלות רבבות ישראל | 'אשרי עין ראתה': ריזיגער היכל הביהמ"ד מיט אלע פליגלן ווערט אויסגעשטעלט ווי יו"ט שמחת תורה ארומגענומען פון אלע זייטן מיט מאסיווע הוכשטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור פון שווערע טויזענטער בליעה"ר מיטצוהאלטן די הייליגע פייערדיגע סאטמארע-הקפות פונעם צדיק הדור רבינו שליט"א | 'בזקנינו נלך כי חג ה' לנו': פארברייטערטע פלאטפארמע פון 6 שטאק ווערט אויסגעשטעלט אויף צד דרום פאר "רבנים און אהבת קדומים אפטיילונג" | 'אמרו צדיק כי טוב פרי מעלליהם': א ספעציעלע בכבוד'דיגע פלאץ ווערט צוגעשטעלט פאר די בני המשפחה פון רבי'ן שליט"א ונכדי רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, אויף די אונטערשטע שטאקן פונעם מזרח-פארענטשעס | 'וחסידים ברנה יגילו': דורכגעווייגטע שעות פון שמחה ודביקות בתורה דערווארט רבבות ישראל הנאספים לכבוד שמחת התורה פון אבינו רועינו רבינו הגה"ק שליט"א
בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
תורה תורה חגרו חג, כולם נקבצי באי לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק עטרת ראשינו שליט"א א' כי תשא | שושן פורים דמוקפין בעיר עוז לנו קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו
"מחזה נרגש ונאדר בקודש ווען אריבער 100 ספרי תורה פון אלע בתי מדרשות דקהל יטב לב ברחבי העיר וועלן אפווארטן דעם רבי'נס ספר תורה אין צענטער פון די שטיגן ארויף צום ביהמ"ד הגדול
'עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני': די מיטעלסטע חלק פון די שטיגן ארויף צום ביהמ"ד הגדול וועט ווערן דעזיגנירט פאר די אריבער 100 ספרי תורה פון אלע קהל'ישע בתי מדרשות איבער די שטאט וואס וועלן ארויסקומען און אנטפאנגען דעם רבי'נס ספר תורה כחתן יוצא לקראת כלה | 'הכל הבו גודל לאלקינו ותנו כבוד לתורה': אנשים מכובדים פארי וזקני החסידים 'חברי אהבת קדומים' וועלן האבן די זכי להתכבד בכבוד התורה.
בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
תורה תורה חגרו חג, כולם נקבצי באי לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק עטרת ראשינו שליט"א א' כי תשא | שושן פורים דמוקפין בעיר עוז לנו קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו
"רבבות תשב"ר תלמידי מוסדות סאטמאר מרחבי ניו יארק וועלן אנטפאנגען די הייליגע ספר תורה בשירי דביקות ושמחה פארנט פון ביהמ"ד הגדול"
'ונהי' אנחנו וצאצאינו כולנו יודעי שמך ולומדי תורתך לשמה': ספעציעלע מרוגש'דיגער מעמד פון קבלת התורה ווען שווערע טויזנטער לעכטיגע תשב"ר אויסגע'שורה'ט אויף די ריזיגע טרעפ פון בנין ביהמ"ד הגדול און אויף לאנגע הויכשטאקיגע פארענטשעס ארום דער שטח הענקי פאר'ן ביהמ"ד וועלן אנטפאנגען און מקבל פנים זיין די הייליגע ספר תורה געפירט דורכ'ן רבי'ן שליט"א מיט שירי התעוררות ושמחה | 'תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו': גיגאנטישער שטח על פני רחבת הביהמ"ד ווערט אויסגעשטעלט ענליך צו די אמאליגע אויסשטעל ביי די ל"ג בעומר הדלקות און ריקודין | 'לא ימושו מפי זרעך': הייליגער מעמד וועט איינקריצן אין אונזערע לעכטיגע דורות א דביקות ושמחה עילאה צוזעהענדיג ווי די צדיק הדור טאנצט מיט די הייליגע תורה כי הם חיינו ואורך ימינו, זרעא די לא יפסוק ודי לא יבטול מפתגמי אורייתא.
בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday11 Adar 57812/23/2021
Report
תורה תורה חגרו חג, כולם נקבצי באי לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק עטרת ראשינו שליט"א א' כי תשא | שושן פורים דמוקפין בעיר עוז לנו קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו
"מוסטערהאפטע אויסשטעל ווערט אהערגעשטעלט פאר מלכות'דיגע תהלוכת הספר תורה ברחובות קרית מלך רב"
'הכל על מקומו': די גאסן 'אוהעל' און 'גארפיעלד' ווערן איינגעטיילט אין 2 זייטן, עקסטער פאר מענער און עקסטער פאר פרויען לענגאויס די תהלוכה פון ביתו נאוה קודש פון רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, ביז צום ביהמ"ד הגדול אפגעטיילט מיט בעריקאדעס צו היטן אויף די גדרי הצניעות ביי אזא הייליגער מעמד | 'בימת הספר': הערליכע חופה ווערט אויפגעבויט אויף א ספעציעלע העכערע פלאטפארמע צו קענען מיטהאלטן מסע התהלוכה און ריקודי קודש | על בנינו: באזונדערע שורות פאר די אלפי תשב"ר וואס וועלן באגלייטן די הייליגע תורה אונטער די אויפזיכט פון חשוב'ע מלמדים | 'העומדים על משמרת': מערערע עסקנים און סדרנים געשטעלט צו העלפן האלטן ארדענונג אויף די רבבות משתתפים.
בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
תורה תורה חגרו חג, כולם נקבצי באי לך לשוש ולשמוח בשמחת התורה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק עטרת ראשינו שליט"א א' כי תשא | שושן פורים דמוקפין בעיר עוז לנו קרית מלך רב קרית יואל יצ"ו
"העפטיגע באמיאונגען צו פארענדיגן נייע גרויסע תנאים-זאל "פרדס פנחס" בבית רבינו פאר ענגע מסיבת לחיים במעמד בני המשפחה וראשי הקהילות בעפאר'ן מעמד הכנסת ספר תורה"
'אכסניא של תורה': נייע פרעכטיגע תנאים-זאל "פרדס פנחס" נדבת הרה"ח ר' פנחס לעמיל קיש הי"ו ווערט הערליך פארענדיגט און וועט בעז"ה באנייט ווערן צוזאמען מיט שמחת התורה | 'נקראתי לבוא אל המלך': איידער'ן הכנסת ספר תורה וועט געפראוועט ווערן ענגע מסיבת לחיים דורך גרויסער בעל שמחה כ"ק מרן רבינו שליט"א במעמד בני המשפחה כשתולי זיתים סביב לשלחנו צוזאמען מיט קרואי מועד ראשי קהילותינו הקדושות | 'ואת קולו שמענו': ספעציעלע הויכהילכערס וועט ארויסגעשטעלט ווערן אינדרויסן צו ערמעגליכן פאר די רבבות העומדים בחוץ צו קענען מיטהאלטן די התרגשות'דיגע מסיבת לחיים ודברות קודש בבית המלכות.
בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday10 Adar 57812/22/2021
News
דבר אחד מדבריו לא ישיב ריקם! פינקט א יאר צירוק האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א געזאגט ביים פורים טיש כטוב לב המלך ביין: עס איז דא א נייע מחלה וואס גייט ארים, מחלה איז אויתיות הלחם!
כלל ישראל שטוינט! שוין א יאר צייט וואס עס גיסט זיך עסן אויף די גאסן, סטימיולעס אנעמפלוימענט וכו'.
Sunday9 Adar 57812/21/2021
Report
תורה תורה חגרו חג
"והעיר קרית יואל צהלה ושמחה": שטורמישע צוגרייטונגען אין קרית מלך רב קרית יואל צו פייערן היסטארישע מלכותדיגע חגיגת "הכנסת ספר תורה" פונעם מרא דאתרא קדישא עט"ר אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זונטאג כי תשא פורים משולש דמוקפין הבעל"ט, "די לופט איז הייס און פלאמעדיג" א תורהדיגע ווינט בלאזט אין די גאסן!! מיט וואס א טאג נענטער וואקסט די עקסטאז פונעם רבבות ישראל!!
"ואתה תחזה מכל העם אנשי חיל:" ברייטע שטאב עסקנים ארבעטן אויס די לעצטערע פרטים ארום די פייערליכע חגיגות במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל, סדר התהלוכה /ריקודין /סעודה רבתי /מעמד שלחן הטהור /פארקינג /טרעפיקט /טראנספארטאציע און נאך, צו קענען נאכקומען דער ריבוי עם בליעה"ר הבאים לשמוח בשמחתו פונעם מנהיג ישראל רבינו שליט"א.
"רוחניותדיגע הכנה לקבלת התורה צווישן דער ברייטער ציבור דורך ספעציעלע שיעורים ברבים ובחברותות -ושעות רצופות בין כותלי הישיבות-" מער דעטאלן און אונפארמאציע וועט נאכפאלגן דא אויף "סאטמאר'ע נייעס"
"עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני" בנערינו ובזקינינו נלך כי חג ה' לנו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ביי די דב"ק ביים מעמד נרגש נאכן סיום כתיבת ס"ת האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איינגעלאדענט אלע אנ"ש צום היסטארישען חגיגת הכנסת ספר תורה:
"..וויל איך מכבד זיין און איינלאדענען אלע אנשי שלומינו ידידינו ותלמידינו, צו די שמחה פון "הכנסת ספר תורה" וואס וועט אי"ה זיין זינטאג פרשת כי תשא שושן פורים דמוקפין די דריטע טאג פון פורים, דאס אליינס -לכמה מפורשים איז אריינגעבן די ס"ת הייסט "גמרה של תורה", 'מזאל מקיים זיין דעם תנו כבוד לתורה בשמחה גדולה' ווי אזוי ספאסט זיך פאר די תורה הקדושה און פאר השי"ת דער נותן התורה.." און דערנאך דערמאנט די חסם סופר אז אריינגעבן "בפומבי גדול ברוב עם" איז משפיע יראת שמים פאר די קינדער.
בנערינו ובזקינינו נלך כי חג ה' לנו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday5 Adar 57812/17/2021
News
לכבוד פורים וועט דער גרעסטע פורים רבי פירן זיין גרעסטע טיש פון יאר אין זיין קלענסטע ביהמ''ד...
קופת רבינו אבני חסד "מְשַׂמחִים" גרופעס גרייטן זיך צו פרייליך מאכן ביי אייך אין שטוב; איר גרייט זיך צו דערפרייען די היימישע מחותנים!!
צענדליגער משפחות זוכן א שמחה אין זייער פורים-סעודה: אן אבני חסד משמחים גרופע! – הונדערטער מחותנים קוקן ארויס אז יעדע סאטמאר'ע משפחה זאל זיך צוטיילן מיט א שטריימל $1400 !
כלל ישראל האט נארוואס אריינגעטרעטן אינעם חודש אדר שמרבין בו בשמחה, דער חודש וועלכע פארמאגט אין זיך די פרייליכע פורים טעג וועלכע ווערן יאר יערליך פייערליך געפראוועט בכל תפוצות ישראל באגלייט מיט אומצאליגע מצוות און צדקה וחסד.
אין די קארידארן פון קופת רבינו 'אבני חסד' קוקט מען ספעציעל ארויס אויפן יו"ט פורים, דער צייט ווען אנשי שלומינו קומען יאר יערליך אנטקעגן די נצרכי אנ"ש מיטן שטיצן די הייליגע קופה וואס שטעלט צו שטיצע בדרך כבוד פאר מחותנים מאנ"ש בעת שמחתם. יאר יערליך איז די צייט ארום די ימי הפורים דער הויכפונקט פונעם יאר ווען עיניהם של עניים מאנ"ש זענען געוואנדן צו די נדבנים וועלכע נעמען אויף די חבורות 'משמחים' בעין יפה ורוח נדיבה, און מיט די ברייטהארציגע נדבה גיבט מען דעם ריכטיגן שטופ פאר די הנהלת הקופה וועלכע פונקציאנירן דורכאויסן גאנצן יאר אדאנק די ברייטע שטיצע וואס דער קופה געניסט צווישן ציבור אנ"ש ביום הפורים.
דער יום טוב פורים לויפט שוין היינט ביי אנשי שלומינו פאראלעל מיט די פרייליכע 'משמחים גרופעס' פון קופת רבינו 'אבני חסד', ווען די תלמידי הישיבה נוצן אויס דעם גאנצן פורים לטובת זייערע חברים און זייערע אייגענע עלטערן, ארומגייענדיג פון שטוב צו שטוב מיט די פרייליכע געטענץ אריינשלעפנדיג דעם גאנצן משפחה אין א אטמאספעהר פון שמחה צונויפגעפלאכטן מיטן מצות מתנות לאביונים אויפן הערכסטן און שענסטן סטאנדארט.
קופת רבינו 'אבני חסד' האט זיך שוין איינגעקויפט א שם טוב, זייענדיג דער קופה וואס שטעלט זיך ארויס צו העלפן אנשי שלומינו בעת שמחתם, ווען א באדייטענדע פראצענט מחותנים דארפן ליידער צוקומען צו פינאנציעלע הילף, און צו דעם קומט אפיר דער קאסע וואס איז נתייסד געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מיט די נויטיגע הילף, צושטעלנדיג ברייטהארציגע שטיצע פאר אלע נצרכי אנ"ש.
היי יאר רישט מען זיך אויף אן אויסשטעל וואס איז היבש אנדערש און אביסל מער קאמפליצירט ווי אין א געווענליכע יאר, צוליב וואס פורים געפאלט אין אן ערב שבת, דעריבער זענען די עסקני הקופה גאר שטארק אקטיוו מיטן אויסשטעלן די סקעדזשועלס פון די 'משמחים גרופעס' אויף א אופן וואס מען זאל קענען דעקן אלע יערליכע אדרעסן, אריינרעכענענדיג דאס ארומגיין מיט די גרופעס אויך מוצאי שב"ק ווען פילע משפחות פראווען דעם סעודת פורים.
צוליבן היי יאריגן אויסשטעל וואס פאדערט מער ארבעט מיטן אויסשטעלן דעם סדר היום פאר די צענדליגע 'משמחים גרופעס' קומען די עסקנים ארויס מיט א רוף צום ציבור אנ"ש אז מען זאל נישט ווארטן אויף די לעצטע מינוט, נאר אריינרופן באשטעלן א 'משמחים גרופע' וואס שנעלער, כדי מען זאל זיך קענען צושטעלן צו די צייט וואס איז די בעסטע פאר די חשובע נדבנים.
צו באשטעלן א גרופע רופט: 845.281.8338
Sunday2 Adar 57812/14/2021
News
עם ה' חזקו ונתחזקה
פורים תשפ"א בקהלתינו הק' קרית יואל.
Thursday29 Shevat 57812/11/2021
Report
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט היינט ביי די דב"ק ביים "יום המיוחד" פאר די העכער 650 תלמידי כיתה ט' דמוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, ארויסגערענגט שטארקע לענגערע דברי הדרכה, ובפרט ארויסגעברענגט דברי שבח אויף אויפשטיין ליל שישי בימי השובבי"ם ווי די רבי האט זיך אויסגעדרוקט "..כוויל מאכן די ברכה פון 'הטוב והמטיב' אויף דעי שמועה טובה", "..סהאט זעכער בוקע רקיעים געווען אין הימל און עושה רושם געווען".
און דערנאך ארויסגעברענגט די התרגשותדיגע געפילן "..כהאב געהערט א שמועה טובה פון קבלות טובות וואס די בחורים האבן זיך מקבל געווען יעצט פון ר"ח אדר ביז צום יו"ט פורים הבאים לקראתינו לשלום, צו לערנען "שעות רצופות" אן הכנה דרבה צו די "שמחת הכנסת ספר תורה" וואס גייט אי"ה זיין בקרוב, דאס איז א בחינה פון והיה שמע תשמע אם שמע בישן תשמע בחדש.." "איך וויל איינלאדענען אלע בחורים צו די שמחה פון הכנסת ספר תורה, כוויל עטץ זאלטס האבן א חלק אין די שמחה של מצוה, אבער כוויל עטץ זאלטס אויך האבן א חלק אין די הכנה צו די הכנסת ס"ת דורך לימוד התורה"
און צום סוף ארומגערעדט איבער די מצב הנורא השורה בעולם "..ותנתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי' סנאך דא אסאך אידן אין די גאנצע וועלט ליידער, מיט די ביטערע מחלה וואס דרייט זיך ארום, און זיי דארפן ישיעות ורפואות, דער אייבערשטער זאל העלפן א רפו"ש פאר די אלע אידן וואס דארפן א רפואה, און די אלע וואס זענען געזינט זאל דער אייבערשטער העלפן זאלן בלייבן געזונט, 'אנשים נשים וטף, זקנים עם נערים' אלע אידישע קינדער זאלן זיין געזונט בגשמיות וברוחניות, ביז דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין אקעגן צו די גואל צדק בב"א